בלאט 2 פון 3

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:31 am
דורך ערנסטגערעדט
מחונך האט געשריבן: איך ווייס נישט אויב די אלע זאכן זענען דא מער ביי חסידים ווי ביי אלגעמיינע ניו יארקער. נאר וויבאלד איר זענט א חלק פון די געמיינדע קענט איר עס פון די נאנט. זאגט נאר, אין נארט דעקאטע זענען טאקע נישט דא די אלע אויבן דערמאנטע? בראנקס?
דאס קען זיין, אבער אויב באקומען מיר א חינוך אז אונז זענען בעסער פון יעדעם, און אז יעדע שווארצע גוי איז אן אקס, וואס פארשטייסטו נישט אז עס קען אזוי אויסקלאפן. ווילדע דרייווערס ביי מיר מיינט נישט א דריי אויף פעדעסטריענס, ס'מיינט בכלליות'דיג איך בין דער איינציגסטער אויפן ראוד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
ערנסטגערעדט: איידי דאיירי. וויבאלד דו האסט דערמאנט די שחורים אלס א גרופ (פאר וועם מ'דארף, און די חסידים האבן נישט) סימפאטיע, וויל איך דיר זאגן אז די נעקסטע גרופ, אויסער חסידים וועלכע רעכענען זיך נישט מיט א צווייטן אויפ'ן ראוד, זענען שווארצע. יא. דו קענסט מיך באשולדיגן אין זיין פרע-דזשודיס'ד אקעגן שווראצע. אבער איך רעד פון פאקטן.

ס'קען זיין א פסיכאלגישער הסבר פאר ביידע גרופס. די פאראלעל קען זיין אז ביידע גרופס זענען "הונגעריג". ווייל ביידע זענען געווען (אדער פיהלן אז זיי זענען נאכאלץ) אונטערדריקט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 2:24 pm
דורך מחונך
ערנסטגערעדט האט געשריבן: אויב באקומען מיר א חינוך אז אונז זענען בעסער פון יעדעם, און אז יעדע שווארצע גוי איז אן אקס, וואס פארשטייסטו נישט אז עס קען אזוי אויסקלאפן. ווילדע דרייווערס ביי מיר מיינט נישט א דריי אויף פעדעסטריענס, ס'מיינט בכלליות'דיג איך בין דער איינציגסטער אויפן ראוד.
א סך שווארצע האבן דעם זעלביקן חינוך נאר אויף פארקערט...

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2023 12:55 am
דורך משה גרונם
שפילער האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:סארי פארן פרעגן א סטופיד שאלה,
זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס פראפארשענעלי? איך האב קיינמאל נישט באמערקט דאס
אוודאי געוויס . איך וועל דיר געבן איין משל , חסידים דרייען זיך איין אין די גאס מיט א פרישקייט כאילו סאיז זייער רעכט צו דרייווען ווען אין פאקט איז עס די רייט אף וועי דעמאלטס פאר די pedestrians
אזאנע בי עס צי רעדן. שטעל דיר אפ ביי סיי וועלעכע גאס ווי מען קימט ארויס אדער מען פארט אריין צי די הייוועי (פין ווייט ,זיך איינדרייענדיג צי ווילימסורג סטריט למשל )אין טרעפ מיר איין גוי וואס שטעל זיך אפ פאר פיס גייער. זיי שטעלן זיך נאר אפ אויב וואקסטי ממש אריין אין זיי (א גויטע האט שוין אריינגעפארן אין מיר אלס קינד) on the other hand אידן שטעלן זיך אפ ווי טאטעלעך פאר פיס גייער, נאך אפילו מער ווי עס פעלט זיך אויס

אויסער דעים האסט שוין אמאל געזען אינמיטן פארן געמיטלעך אויפן הייוועי פליצלינג הערט מען א הויעכע גרידער פין א ציווילדעוועטע כאלאגאן וואס פארט אין א רעיסינג קאר שמייסט אויף 110 מייל פער שעה, קאט אריין אין לעינס רעכטס אין לינקס שטעלט איין לעבנס פין מענטשן (געווענדליך נעמט נישט אפאר מיניט ביז זיי פייגערן אין אן עקסידענט ) האסט שוין אמאל אריינגעקיקט ווער עס דרייוט די קארס ? אידן הא ? מן הסתם

די גאנצע אשכול איז ליגענט אין קען שוין פארמאכט ווערן

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 am
דורך שמעון וואלף
ס'איז א חרפה און א בושה אז מ'גלייכט צו חסידישע דרייווערס צו ביליגע שווארצע כוליגאנעס פון ניו יארק סיטי זשאנגל. איז דאס טאקע די איינציגסטע דעפענס, אז ס'זענען דא אנדערע לאו לייפס וואס דרייוון נישט בעסער ווי חסידים? א געסעטעלטע גוי, ווייס צו שווארץ, שטעלט זיך אפ ווען א פעדעסטריען האט די רייט אוו וועי און רייסט נישט אויף 110 אויפ'ן הייוועי.

נשלח: מאנטאג יולי 17, 2023 8:35 am
דורך חב''ד הויזן
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'איז א חרפה און א בושה אז מ'גלייכט צו חסידישע דרייווערס צו ביליגע שווארצע כוליגאנעס פון ניו יארק סיטי זשאנגל. איז דאס טאקע די איינציגסטע דעפענס, אז ס'זענען דא אנדערע לאו לייפס וואס דרייוון נישט בעסער ווי חסידים? א געסעטעלטע גוי, ווייס צו שווארץ, שטעלט זיך אפ ווען א פעדעסטריען האט די רייט אוו וועי און רייסט נישט אויף 110 אויפ'ן הייוועי.
ס'איז א חרפה און א בושה אז מ'באצייכנט טויזענטער אינדעווידועלס אלס איין שלעכטע גרופע. ס'איז דא 110-מפ''ש-דרייווערס און אחריותדיגע דרייווערס סיי ביי די גוים און סיי ביי די אידן. איך בין יעצט זומער יעדע וואך א מינומים פון 5 שעה אויפ'ן ראוד און דיין באשולדיגונג איז באזירט אויף ליפט.

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2023 12:13 am
דורך שמעון וואלף
אנטשולדיגט, אבער איך האב קיינעם נישט באשולדיגט. איך רעדט נאר צו די וואס ווילן דעפענדן חסידישע דרייווערס מיט דעם אז אנדערע הודלומס דרייווען אויך ווילד. וויי צו אזא דעפענס.

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2023 8:55 am
דורך פארווע חסיד
די גאנצע אשכול איז ליגענט אין קען שוין פארמאכט ווערן
אופס, ווי איז די לייק קנעפל ווען מען דארף עס.
גא"מ
נאדיר א גרינע :like

נשלח: דינסטאג יולי 18, 2023 8:57 am
דורך פארווע חסיד
.

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:30 am
דורך משה גרונם
שמעון וואלף האט געשריבן:ס'איז א חרפה און א בושה אז מ'גלייכט צו חסידישע דרייווערס צו ביליגע שווארצע כוליגאנעס פון ניו יארק סיטי זשאנגל. איז דאס טאקע די איינציגסטע דעפענס, אז ס'זענען דא אנדערע לאו לייפס וואס דרייוון נישט בעסער ווי חסידים? א געסעטעלטע גוי, ווייס צו שווארץ, שטעלט זיך אפ ווען א פעדעסטריען האט די רייט אוו וועי און רייסט נישט אויף 110 אויפ'ן הייוועי.
איך ווייס נישט וואס די פארפירסט סקיקט מיר אויס אז די האסט נישט אנגעטין די(באבע) ברילן פאר די האסט געליינט וואס איך שרייב.

ווי האב איך "ציגעגליכען" צי שווארצע חאלעגאנעס אין ווי האב איך געזאגט אז דאס איז עפעס א "דיפענס" ??

איך האב געזאגט אז אויב באטראכסטי די ווילאמסבורגע גאסן וועסי זען אז אידן גיבן די רייט אפ וועי פאר דורכגייער אין גוים גיבן נישט , אין אז די אלע וואס שמאסן אויף 110 מייל פער שעה אין שטעלן איין לעבענס פין מענטשן זענען גוים, אין מען זעט קיינאמאל נישט, אידן זאלן טין דעיס

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 1:32 am
דורך משה גרונם
סיס זייער הארב צי בארעדן אידן ,בפרט ווען עס איז נישט אמת

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 3:01 am
דורך שמן למאור
א שוידערליכע מעשה האט פאסירט לעצטנס אין לעיקוואד, ווי א היימישע פרוי האט געניצט איר פאון בשעת'ן דרייוון און אריינגעפארן אין די פארקערטע לעין און זי האט דער'הרג'עט א גויאישע פרוי אין די קעגנקומענדע קאר, און אויך א (פרעמדע) קינד וואס זי האט געטראגן אין איר קאר איז ליידער אומגעקומען.

https://www.nbcnewyork.com/news/local/n ... p/5493185/

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 3:36 am
דורך היום
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:01 am א שוידערליכע מעשה האט פאסירט לעצטנס אין לעיקוואד, ווי א היימישע פרוי האט געניצט איר פאון בשעת'ן דרייוון און אריינגעפארן אין די פארקערטע לעין און זי האט דער'הרג'עט א גויאישע פרוי אין די קעגנקומענדע קאר, און אויך א (פרעמדע) קינד וואס זי האט געטראגן אין איר קאר איז ליידער אומגעקומען.

https://www.nbcnewyork.com/news/local/n ... p/5493185/
נא, פיר אויס…
פון דא איז א ראיה אז…
וואס האט די מעשה מיט דעם אז זי איז פארצאפאל א ״היימישע״?
פארוואס איז עס א חלק פון די מעשה?

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 10:44 am
דורך נעקסט לעוועל
איך זאג נישט אז אלע היימישע דרייווערס דרייוון ווילד, אבער און א געוויסע זין, איז דא א העכערע פראצענט ביים היימישע ציבור.

דער היימישע אינגערמאנטשיקל וואס האט נאך ביז נעכטן געטרינקען קאווע און גערייכערט ציגארעטלעך און ס'כוללס בעסקיסע, און הערשט נעכטן ארויסמארשירט פונים דיעלער מיט א נייעם שעווי איקוואנאקס אדער א מאזדא CX5 אדער עפעס ענליך האבן א העכערע שאנס צו זיין מער ווילד און ווייניגער אכטינג געבן פאר פעדעסטריענס רייט או וועי.

מהאט זיין פון אינגווייז אן מחנך געווען אז די געזעץ איז ביי טשויס, אויב ווילסטע מעגסטע, אבער ממוז נישט, עיין ערך קאוויד, סאושעל דיסטענסינג, צאלן טעקסעס, פיילן אנעפלאוימענט ווען דיין דשאב איז סך הכל די בינדער אין ישיבה ..
וכו',
די פוינט איז אז די סטאדארט אינגערמאנטשיקל אויפגעוואקסן אין מאנסי אדער קרית יואל וואקסט אויף מיט די מיינדסעט, איי עם אבאוו די לאו,
ממילא ווען סקומט צו אריבעלאזן פעדעסטריענס אדער פארן העכער די ספיד, איז נישטא קיין סיבה פארוואס נישט, איי די געזעץ who cares...

שנית, חס ושלום אויב עפעס געשענט, די עסקנים וועלן עס גלייך "מסדר" זיין, ממילא די פחד פון ווערן איינגעזעצט אדער קאורט דראפד צו כמעט זיראו

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 12:08 pm
דורך מחונך
איך האב היינט געהאט אז איך בין אריבער די גאס ביי מיין לייטת פלוצלינג איז קאר געקומען צו פליען און זיך אפגעשטעלט אין די לעצטע סעקונדע. איך גיב א קוק זעהן ווער דער דרייווער איז זעה איך א היספאנישער גוי. צוצילייגן זאלץ אויף די וואונדן האט ער ארויסגעשריגן איים סארי איי עם היער לעסס דען א ייער.

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 12:39 pm
דורך yatzmachp
אינגע דרייווערס דרייוון ווילד. אונזער סאסייעטי האט מער אינגע מענטשן ווי עלטערע. אונז האב מיר ב"ה א געזונטע סאסייעטי וואס יעדע טאטע האט ב"ה א מינימום פון פינף זעקס קינדער דאס מיינט אז אונז האב מיר אסאך מער אינגע דרייווערס אין פראפארץ צו אנדערע סאסייעטיס ממילא וועל מיר האבן מער ווילדע דרייווערס.

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 3:53 pm
דורך צקון לחש
yatzmachp האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:39 pm אונז האב מיר ב"ה א געזונטע סאסייעטי
אונז האבן א וואס??
(לעצם הענין זאגסטו אן אינטערסאנטע נקודה.)

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 5:27 pm
דורך berlbalaguleh
נעקסט לעוועל האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 10:44 am איך זאג נישט אז אלע היימישע דרייווערס דרייוון ווילד, אבער און א געוויסע זין, איז דא א העכערע פראצענט ביים היימישע ציבור.

דער היימישע אינגערמאנטשיקל וואס האט נאך ביז נעכטן געטרינקען קאווע און גערייכערט ציגארעטלעך און ס'כוללס בעסקיסע, און הערשט נעכטן ארויסמארשירט פונים דיעלער מיט א נייעם שעווי איקוואנאקס אדער א מאזדא CX5 אדער עפעס ענליך האבן א העכערע שאנס צו זיין מער ווילד און ווייניגער אכטינג געבן פאר פעדעסטריענס רייט או וועי.

מהאט זיין פון אינגווייז אן מחנך געווען אז די געזעץ איז ביי טשויס, אויב ווילסטע מעגסטע, אבער ממוז נישט, עיין ערך קאוויד, סאושעל דיסטענסינג, צאלן טעקסעס, פיילן אנעפלאוימענט ווען דיין דשאב איז סך הכל די בינדער אין ישיבה ..
וכו',
די פוינט איז אז די סטאדארט אינגערמאנטשיקל אויפגעוואקסן אין מאנסי אדער קרית יואל וואקסט אויף מיט די מיינדסעט, איי עם אבאוו די לאו,
ממילא ווען סקומט צו אריבעלאזן פעדעסטריענס אדער פארן העכער די ספיד, איז נישטא קיין סיבה פארוואס נישט, איי די געזעץ who cares...

שנית, חס ושלום אויב עפעס געשענט, די עסקנים וועלן עס גלייך "מסדר" זיין, ממילא די פחד פון זיין אדער קאורט דראפד צו כמעט זיראו
דו האסט א פאר גוטע נקודות. נאר דו ביסט א ביסל מגזים. (מע-גא-זעם. אויף היימיש אידיש.)

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 5:29 pm
דורך berlbalaguleh
מחונך האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:08 pm איך האב היינט געהאט אז איך בין אריבער די גאס ביי מיין לייטת פלוצלינג איז קאר געקומען צו פליען און זיך אפגעשטעלט אין די לעצטע סעקונדע. איך גיב א קוק זעהן ווער דער דרייווער איז זעה איך א היספאנישער גוי. צוצילייגן זאלץ אויף די וואונדן האט ער ארויסגעשריגן איים סארי איי עם היער לעסס דען א ייער.
איי וויאזוי רעדט ער אזוי גוט ענגליש?

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 8:45 pm
דורך תרמב
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:29 pm
מחונך האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:08 pm איך האב היינט געהאט אז איך בין אריבער די גאס ביי מיין לייטת פלוצלינג איז קאר געקומען צו פליען און זיך אפגעשטעלט אין די לעצטע סעקונדע. איך גיב א קוק זעהן ווער דער דרייווער איז זעה איך א היספאנישער גוי. צוצילייגן זאלץ אויף די וואונדן האט ער ארויסגעשריגן איים סארי איי עם היער לעסס דען א ייער.
איי וויאזוי רעדט ער אזוי גוט ענגליש?
האסט נישט אויפגעכאפט זיין שארפע אקצענט...?

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: זונטאג יוני 16, 2024 10:16 pm
דורך פסכתר
היום האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:36 am
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 3:01 am א שוידערליכע מעשה האט פאסירט לעצטנס אין לעיקוואד, ווי א היימישע פרוי האט געניצט איר פאון בשעת'ן דרייוון און אריינגעפארן אין די פארקערטע לעין און זי האט דער'הרג'עט א גויאישע פרוי אין די קעגנקומענדע קאר, און אויך א (פרעמדע) קינד וואס זי האט געטראגן אין איר קאר איז ליידער אומגעקומען.

https://www.nbcnewyork.com/news/local/n ... p/5493185/
נא, פיר אויס…
פון דא איז א ראיה אז…
וואס האט די מעשה מיט דעם אז זי איז פארצאפאל א ״היימישע״?
פארוואס איז עס א חלק פון די מעשה?
האלטן א פאון און לעיקוואד איז ליידער ליידער א נארמאלע זאך סיי ווייל די חברה האבן פליפ פאוןס אין סיי די אלטע קארן האבן נישט קיין בלויטאט. (אדער איז עס א חק בלי טעם כמה פעמים האב איך געזען ישיבה לייט מיט נייע קארן האלטען די פאון ביים אויער בשעתן דרייווען אויף די ניין) סאיז פחדים נוראים.

די פרוי האט געמיינט אז סאיז forest אדער Cary street. למעשה רעדט מען פון א כמעט א הייווע גאס אין דשעקסאן.
ביידע קארן זענען געפארן אויף זעכציג די impact איז געווען 120. דאס מיינט אז די קינד אין די פרוי זענען אוועק אויפען פלאץ רח"ל

זענען די ליטפישע די פראבלעם
אדער חסידים

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 10:25 am
דורך מנחם מנדל
די היימישע פרויען דרייווערס דרייווען טאקע נישט ווילד, אבער וואספארא חורבן זיי מאכן אן אויפ'ן ראוד איז אומדערטרעגליך!

אנגעפאנגען פין דרייווען נערווירענד שטייט אין אויפהאלטן אלע אונטער זיי, אין נאכדעם בלייבן שטיין ווען עס איז דא א דאבל פארקעד קאר אפילו צענדליגע קארס האבן שוין דורכגעפארן נאופס, זי זעהט נישט וויאזוי זי קען עס מאכן..

דרייווען אלע פרויען אזוי, אדער נאר די היימישע?

Re: זענען טאקע חסידים מער ווילדע דרייווערס?

נשלח: מאנטאג יוני 17, 2024 11:15 am
דורך היימלינד
צ/ק

דו וואוינסט צווישען היימישע איז דאס וואס דו זעהסט!

איך פאר אסאך אויף די הייוועי, רוב מאל איך זעה איינעם זייער אגרעסיוו איז עס נישט קיין איד = והוא פשוט ווייל רוב אויף די הייוועי זענען נישט אידן, אונז זענען א מיעוט.

לגבי לאקאל איז טאקע דא די סיטי מענטעליטעט פון אנגעצויגענע דרייווערס אבער דאס האט ווייטער נישט מיט אידן דייקא.

מיין פערספעקטיוו פון די איינצעלנע מאל זייענדיג אין מאנסי און אין קר"י, איז אז מאנסי פארט מען זייער שנעל און ווילד אויף געדרייטע ראודס און פעדעסטריענס קענען נישט זעהן די קאר ביז די לעצטע מינוט, דאס איז מסתמא א המשך פון זייערע דרייווען אין ברוקלין אבער כאפן נישט אז געדרייטע אדער בערגיגע גאסן דארף מען מער אכטונג געבן, ווייטער קר"י איז געווען ממש פארקערט, עד כדי כך אז ס'האט מיר אויסגעזעהן ווי איעדע סטאפ סיין האט מען זיך געפירט ווי ביי א אלל וועי, דהיינו אז אפילו דער וואס האט געהאט די רייט אוו וועי האט זיך אפגעשטעלט און געלאזט די אנדערע גיין.