בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:35 am
דורך טיכטיגער
berlbalaguleh האט געשריבן:היכי דמי: דו קענסט עס אנרופן קאנספיראציע. אבער ס'איז דא. ס'עקזיסטירט. וואס די סיבה דערצו איז ווייס איך (און דו) נישט.

ליפא איז נישט דער זעלבער מענטש וואס ער איז געווען ביז מיט 2-3 יאר צוריק. ער איז א סאך ערנסטער געווארן. מפני מעשה שהיה. ער האט געהאט א נס. ווען ער איז געראטעוועט געווארן פון א פייער. פארוואס די אידשע מידיא צענזורירט איהם נאכאלץ, פארשטיי איך נישט.
דערצייל די מעשה. כ'האב עס קיינמאל געהערט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:54 am
דורך אלע צוזאמען
טיכטיגער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:היכי דמי: דו קענסט עס אנרופן קאנספיראציע. אבער ס'איז דא. ס'עקזיסטירט. וואס די סיבה דערצו איז ווייס איך (און דו) נישט.

ליפא איז נישט דער זעלבער מענטש וואס ער איז געווען ביז מיט 2-3 יאר צוריק. ער איז א סאך ערנסטער געווארן. מפני מעשה שהיה. ער האט געהאט א נס. ווען ער איז געראטעוועט געווארן פון א פייער. פארוואס די אידשע מידיא צענזורירט איהם נאכאלץ, פארשטיי איך נישט.
דערצייל די מעשה. כ'האב עס קיינמאל געהערט.
נישט פון א פייער, פון זיך דערטרענקן, ביים שווימען אין א לעיק האט ער זיך דערטראנקן, און ער איז קוים מיט צרות געראטעוועט געווארן.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:07 pm
דורך טאמבל סאס
נו, דער רמב"ם איז שוין מסביר אז קלוגע מענטשן פארשטייען דאס וואס מער א מענטש גייט אויף סכנה'דיגע מקומות, אוואנטורעס, אלס מער גיבט ער זיך א שאנס ניזוק צו ווערן. און השגחה איז פשט אז דער חכם הרואה את הנולד, אויב איז ער א ירא שמים אויכעט, און פארלאזט זיך נישט כולו אויף נומערן ("פון אזויפיהל מענטשן איז דא א קליינע טשאנס אז פונקט מיך מיך זאל עפעס געשעהן"), פארמיידט ער דארויף פון גיין אויף אזעלכע ערטער אוואו די סכנה און די שאנסן געשעדיגט צו ווערן זענען הויך. פארמיידט ער אלזא אין איינוועגס אויך, צו אינוואָקן "ניסים", און בלעימען "השגחה פרטית", ווען ס'נישט דא דער צורך דערצו..

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 5:58 pm
דורך בת קול
היכי דמי האט געשריבן:עס איז מיר געווען א חידוש אז איינס ביי איינס אלע אויסגאבעס האבן ארויסגעשניטן ליפא די וואך. איך גלייב עס איז דא א דירעקטע סיבה, קען זיין טאקע צוליב די אינסטעגרעם דערמאנונג אזויווי איינער האט דא אויבן דערמאנט. סיי מאמענט און סיי די וואך האבן געהאט בילדער פון אלע מספידים אויסער אים.

עס איז מיר אינטערסאנט, ווייל ער איז געווען די הספד וואס יעדער האט גערעדט פון. עס איז געווען די הויפט נייעס פון די וואך.

שאלה איז צו זיי זענען גערעכט אדער נישט, למעשה האט ליפא פיין ארויסגעקאלירט פון זיין הספד כפי לשון קדשו.

זיי ווערן אלע צענזירט ביי די ועד אין מאנרא.