בלאט 2 פון 6

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 8:52 pm
דורך שערי יושר
.בילד

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 9:17 pm
דורך pseudonym1
סקעפטיקער האט געשריבן:די בילדער נעם איך פון די פובליק אינסטעגרעם אקקאונט פון hasidim in usa
האסט איהם געבעטן רשות?

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 9:23 pm
דורך שערי יושר
pseudonym1 האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:די בילדער נעם איך פון די פובליק אינסטעגרעם אקקאונט פון hasidim in usa
האסט איהם געבעטן רשות?
It falls under the fair use doctrine

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:22 pm
דורך פונדאַמענטאַל
Creep alert

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:30 pm
דורך חיים שמייסער
וואס הייסט creep? זיי מסביר.

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 11:56 pm
דורך שערי יושר
דער פונדעמענטאל איז שוין געווארן אויסגעשפארט דורכן מנהל פארן טראללן און אנזייען כאאס. ווען איך האב ווען די שריפטשטעלער טיטל וואלט איך אים פארמעקט

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:44 am
דורך דוד שריפטליך
זייער שיין איך האב עכט הנאה keep on

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:47 am
דורך בעל אחריות
דוד שריפטליך האט געשריבן:זייער שיין איך האב עכט הנאה keep on
האסט עס פארהרג'ט, יעצט וועט ער מער נישט לייגן, די גאנצע זאך פארוואס ער מעג לייגן איז נאר ווייל די עולם האט אפיציעל נישט קיין הנאה... :lol:

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:53 am
דורך שמן למאור
הרב שיף האט געשריבן:דינה איז געווען אין א box
און קוק וואס האט טאקע פאסירט צום סוף...

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 12:53 am
דורך שמן למאור
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:Creep alert
סטאק אין די סיסטעם אלערט.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 5:13 pm
דורך פונדאַמענטאַל
שערי יושר האט געשריבן:דער פונדעמענטאל איז שוין געווארן אויסגעשפארט דורכן מנהל פארן טראללן און אנזייען כאאס. ווען איך האב ווען די שריפטשטעלער טיטל וואלט איך אים פארמעקט
נאכדעם וואס @שערי יושר האט מיר מעורר געווען אין אישי אז מיין תגובה קוקט אויס ווי א בלויזע אטאקע און אז איך וואלט ליבערשט געדארפט פארשטעלן און מסביר זיין מיין דעה, וועל איך פרובירן דאס צו טוהן.
איך בין מסכים מיט @שערי יושר מיט די עצם געדאנק וואס ער שטעלט פאר - איבער די צענזור אויף בילדער פון פרויען. איך בין נאר מחולק מיט די שריט וואס ער נעמט צוליב דעם, צו מייחד זיין אן אשכול צוזאמצונעמען בילדער פון וויליאמסבורגע ווייבלעך. לדעתי שמעקט דאס (די פעולה) פון creepiness, איך וויל נישט די צענזור אויף בילדער פון פרויען ווען די בילדער זענען נוגע צום עניין, איך האלט אבער נישט אז דאס איז דומה צו האלטן ביי זיך א קאלעקציע פון בילדער פון פרויען. טראץ דעם האלט איך נישט אז @שערי יושר פערזענליך איז א creep - נאר ס''ה האלט ער אנדערש ווי מיר און זעהט דאס יא אלס ריכטיג.

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 5:32 pm
דורך שערי יושר
יישר כח פונדאמעטאל פארן שרייבן.

ערשטנס וויל איך קלארשטעלן אז דעי אשכול איז "נישט" געמאכט ארויפצילייגן פיקטשערס פון היימישע פרויען. נאר ארויפצולייגן בילדער פון אונזער היימישע community און פרויען זענען אויך א חלק דערין. פינקט ווי די היימישע מאגאזענען און צייטונגען לייגן ארויף בילדער פוןנעם הלוך ילך ביים זיך ציגרייטן פאר א יום טוב, וכדומה. די חילוק איז דא צענזורירט מען נישט א גאנצע דזשענדער.

און פון די צוואנציג בילדער וואס איך האב ביזדערווייל ארויפגעלייגט אין בלויז פינעף זעהט מען היימישע ווייבלעך

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:14 pm
דורך טראכטכמוני
אה! ייש"כ @שערי יושר! איך בין זיכער אז די אלע שפיצל-טראגענדע פרויען טראסקענען יעצט פאר שמחה.

אוי ווי זיי זענען יעצט פיין רעפרעזענטירט - במלא הדרותם ופאנדשאלא'ותם - נישט נאר ווייסט מען אז זיי קענען באקן חלות, נאר די אלע טייערע מענער דא אין קאווע שטיבל קענען זען במו עיניהם אז זיי קענען באקן מצות אויך.

איך זעלבסט שטעל א לחיים אז א זעכציג יעריגע זיידע, אפאר דעפרעסטע בחורים, אפאר פארוויטאגטע אינגערלייט (אקעי, אויך אפאר נארמאלע מענטשן) וועלן אפשר קענען יעצט זען מיין הייליגע טאכטער ביי שריפת חמץ.

אשריך!

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 6:38 pm
דורך חב''ד הויזן
שערי יושר האט געשריבן:
ליידער אין די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס, איז דא א גרויסע סעלעקציע, ווי מען שניידט אוועק פיפציג פראצענט פון אונזער שיינע קאמיוניטי. אונזערע מסירות נפש'דיגע באבעס, אונזער געטרייע מאמעס, אונזער ליבליכע ווייבער, און אונזערע טייערע טעכטער, ווערן איגנארירט צירוקגעוויזן און אויסגעמעקט. און דיקע בילדער אויסגאבעס איז דער אידישע פרוי נישט צום געפונען,
וועם באדערט עס, דיר אדער די פרויען?

הלוואי מ'שניידט ווען אויס די מענער אויך. וואספארא רואיגע לעבן וואלט איך געהאט..

כאטש האלב קאמיוניטי קען זיך דרייען רואיג אין די גאס, וואס ווילסטו פון זייער לעבן האבן?

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:17 pm
דורך מאנטריאל
ולא תתורו
וואס טאקע ענטפערן מיר פאר די חברה

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:25 pm
דורך פרנס החודש
ביי אונזערע פרויען האב איך אייביג געשפירט אז זיי שעמען זיך נישט בעצם צו זיין אין פובליק, נאר זיי שעמען זיך אז יעדער זאל זעהן ווי מיאוס זיי גייען אנגעטון, מיט די אלטע טורבאנס וכדומה.

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:25 pm
דורך חיים שמייסער
ולא תתורו איז קוקן לשם זנות. נישט אויף צניעות׳דיגע פרויען.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:42 pm
דורך קהל'ס נער
מאנטריאל האט געשריבן:ולא תתורו
וואס טאקע ענטפערן מיר פאר די חברה
ס'שטייט נישט ולא תראו, ס'שטייט ולא תתורו וואס מיינט פענטעסייזען, גארנישט מיט זעהן.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:47 pm
דורך מאנטריאל
חיים שמייסער האט געשריבן:ולא תתורו איז קוקן לשם זנות. נישט אויף צניעות׳דיגע פרויען.
פאר מיר איז עס גוט פארענטפערט אבער נישט פאר די חברה.
ביי זיי שטייט עני הסתכלות אסור.
מען דארף אראפקוקן.

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 8:58 pm
דורך אוהב ספרים
pseudonym1 האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:די בילדער נעם איך פון די פובליק אינסטעגרעם אקקאונט פון hasidim in usa
האסט איהם געבעטן רשות?
די זעלבע רשות וואס דער פאטאגרעפיר האט באקומען פאר ער האט געכאפט די בילדער!

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:20 pm
דורך שערי יושר
קאנטרי סצענעס. זימער תשפ"ב

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:20 pm
דורך שערי יושר
.בילד

Re: בילדער פון א גאנצע געמיינדע

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:21 pm
דורך שערי יושר
.בילד