בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 5:48 pm
דורך ערנסטגערעדט
אפדעיט
25 פונט
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 8:57 am
דורך ערנסטגערעדט
33 פונט
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 9:57 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ערנסטגערעדט האט געשריבן:33 פונט
Wow! פון וויפיל צייט??
ברויכסט אויך שרייבן וויפיל פראצענט דאס איז פון דיין טאטאלע וואג
[emoji1787]
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:05 am
דורך ערנסטגערעדט
אביסל מער ווי 3 חדשים.
בערך 11% פון טאטאל וואג.
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:12 am
דורך דער גאלדענער אדלער
Nice!
נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 1:30 pm
דורך וואלווי
ערנסטגערעדט האט געשריבן:
אביסל מער ווי 3 חדשים
בערך 11% פון טאטאל וואג
זאל נישט זיין עשר בשביל שתתעשר...
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 4:43 pm
דורך שלג זהב
A new study shows that Ozempic for weight loss can cause stomach paralysis." The drug's side effects leave people with paralyzed stomachs. Concerns rise over its safety and potential risks.
@YidInfo
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 4:59 pm
דורך שלג זהב
דיסקלעימער: איך זעה יעצט אז די ווארט "Ozempic" ברענגט ארויף 9 מאל וואס זיי האבן געפאוסט דערוועגען אין די לעצטע פאר חדשים, און אלעמאל נאר מיט קריטיק און נעגאטיווע סטאדיס.
ממילא ס'איז נאר גוט פאר אינטערעסאנטקייט, נישט אלץ א רעקאמענדאציע דערקעגן.
סטאדיס אויף די שעדליכקייט פון אביסיטי איז זיכער דא אסאך מער, און די בעסטע איז ווען מ'רעדט עס דורך מיט א העלט פראפעשענאל.
נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 11:40 pm
דורך פינקע בלומען
צווישען פרויען ווערט יעצט זייער popular א פיל ענדליך צו ozampic נאר מער סעיף פאר פרויען
מיין שוועסטער האט שוין פארלוירן איבער 20 פונט.
פאר מער אינפארמאציע קען מען קאנטעקטען פרייוועט.
נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 12:05 pm
דורך מיסטעריע
פינקע בלומען האט געשריבן:פאר מער אינפארמאציע קען מען קאנטעקטען פרייוועט.
וואס באדערט אייך דאס צו שרייבן אין פאבליק, זאלן אנדערע קענען געניסן דערפון.
נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 11:47 pm
דורך פינקע בלומען
אקעי, פרעג און איך וועל פרובירן צו ענטפערן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:44 am
דורך מיסטעריע
פינקע בלומען האט געשריבן:אקעי, פרעג און איך וועל פרובירן צו ענטפערן
וואסי די נאמען פון די פיל?
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
נשלח: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 6:49 pm
דורך ערנסטגערעדט
Contrave?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:16 am
דורך פינקע בלומען
מיסטעריע האט געשריבן:וואסי די נאמען פון די פיל?
Adipex
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:17 am
דורך פינקע בלומען
די פילס איז אסאך ביליגער ווי ozampic
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 2:48 am
דורך ערנסטגערעדט
פינקע בלומען האט געשריבן:די פילס איז אסאך ביליגער ווי ozampic
וואו באקומט מען דאס?
אויך צו האט איר דאס אליינס פראבירט? וואס זענען אייער סייד עפעקטס?
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 9:54 am
דורך שעפטאל
.
נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2023 6:28 pm
דורך מיסטעריע
פינקע בלומען האט געשריבן:מיסטעריע האט געשריבן:וואסי די נאמען פון די פיל?
Adipex
א שנעלע סערטש האט געוויזן שרעקליכע סייד עפעקטס, און ווארענונגען דאס צו נעמען מאקסימום נישט מער ווי 12 וואכן, וויפל קען מען שוין פארלירן אין אזא קורצע צייט, אדרבה @פינקע-בלומען קומט אריין קלאר, און בארויאיגט אונז מיט די אייגענע עקספיריענס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 2:13 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
Ozempic ממש א מופת, כהאב א זאך נישט געקענט אין מויל אריין נעמען.
כהאב אראפ געקנאקט 10 פונט אין וויניגער ווי צוויי וואכן אין גארנישט געהאט קיין שלעכטע עפעקט.
ודאי באקומט מען צירוק אלץ שנעל איינמאל מ׳סטאפט נעמען די שאט, ופשוט הוא
אבער אסאך לייכטער אבאכט געבן נישט צו פארדינען ווי צו פארלירען
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
נשלח: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:01 pm
דורך ערנסטגערעדט
אפדעיט 36 פונט
איך בען אויף מיין נידריגסטע פאוינט אין 7 יאר
ב״ה כן ירבו
פאר אלע וואס האבן מורא פון צוריקבאקומען די וואג
ווילאנג סגייט אראפ איז גוט… זייט נישט קיין פארטי פּוּפּער..
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 11:18 pm
דורך פינקע בלומען
מיסטעריע האט געשריבן:פינקע בלומען האט געשריבן:מיסטעריע האט געשריבן:וואסי די נאמען פון די פיל?
Adipex
א שנעלע סערטש האט געוויזן שרעקליכע סייד עפעקטס, און ווארענונגען דאס צו נעמען מאקסימום נישט מער ווי 12 וואכן, וויפל קען מען שוין פארלירן אין אזא קורצע צייט, אדרבה @פינקע-בלומען קומט אריין קלאר, און בארויאיגט אונז מיט די אייגענע עקספיריענס
איך האב דאס נישט גענומען, אבער מיין צוויי שוועסטערס נעמען דאס אן קיין שום side affects ברוך השם
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 6:28 pm
דורך החוקר
@פינקע בלומען מען האלט באלד א יאר שפעטער. קום אריין מיט אן אפדעיט.
נעמען זיי עס נאך? וויפיל האט עס געהאלפן פארלירן? האט עס למעשה טאקע נישט געהאט קיין זייט ווירקונגען (סייד עפעקס)? ווייסטו פון נאך וואס האבן עס גענומען? האסטו אליין עס אויך גענומען?
Re: Shots וואס העלפט פארלירן וואג
נשלח: זונטאג יולי 28, 2024 11:54 pm
דורך שמעקעדיג
יונתן שווארץ האקט געפערליך אויף דעם, טענה'נדיג בשם דאקטוירים אז אזעמפיק איז א שרעקליכע סכנה, און נישט אלץ זעהט מען די נאכווייען תיכף, אבער למעשה איז עס ווי א אנרדלמוסיא וואס הורגת טובים ורעים, עס פארברענט טאקע פעטנס אבער אויך גוטע וויכטיגע מאסלס (מוסקלען) און קען אפילו גורם זיין צו בלינדקייט רח"ל.