נייע פאדקעסט מיט שמואלי אונגאר

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

איך דארף מוחה זיין און סארי אויב איך טוה עמיצן וויי, אבער לדעתי פאסט נישט צו ברענגען גארבידזש פון אייוועלט דא, ווער איז נייגעריג? לאז זיי זיין אייוועלט און לאז אונז מנוחה, יא ער האלט זיך גרויס. ניין טאקע, אפילו אויב ס'איז לגנאי, לאז געמאכט! ווען ס'איז איינער וואס האט נישט די אייגענע שיטות הער איך, אבער א געווענליכע ניק וואס דרייט זיך דא דא טראכט פאר זיך, פארמאגט א היבש אפענע סאנרוף וואס קען דערהייבן די היץ פונעם זון.. איז וואו קומט אריין דא בכלל די נארישע "לעבן פאר יענעם, און מ'קען קיינמאל נישט זיין פרומער (ליין: קרומער) פונעם נעקסטן" אייוועלט אהער? ס'איז מיר קיינמאל נישט אריין אין קאפ!

און נאכדעם באקלאגט מען זיך אז ק"ש האט שוין נישט די שרייבערס ווי אמאל, און די זעלבע טיפע "תוכן" ווי די אלטע אמאליגע סוויטע.. יענס איז געווען קריעטיוויטי אך... צצצ.. היינט? מעע בעע.. האלא ברענג נאך אייוועלט מיינונגען דא אהער.. כ'זאג דיר צו ס'וועט אסאך רייכער מאכן דאס פלאץ.. שכח
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

עמעזאן האט געשריבן: גראדע דארט אין אייוועלט ברענגן זיי ארויף עטליכע גוטע נקודות פארוואס ער איז נישט גוט פאר א פאדקעסט
דארפסט נישט מאכן די מיסטעיק וואס מענטשן וואס האבן קיין נישט אידישע פאדקעסט אין זייער לעבן נישט געהערט מאכן.. לאמיר דיר אויפקלערן, א פאדקעסט איז נישט שייך יא צוגעפאסט נישט צוגעפאסט, א פאדקעסט מיינט סך הכל א אודיא וואס איז ריקארדירט און ארויפגעלייגט אויף די אינטערנעץ. דאס קען זיין אין א פארמאט פון א אינטערוויא, א שמועס פון צוויי צו דריי, א מענטש אליין, און אז דו פרעגסט מיך, אויב וואלט אידיש געווען מער א נאצינאלע שפראך, קען מען ווען אויפסעטן אפאר מייקס ביי קידושים ווי ס'איז דא אפאר געשמאקע שמועסער'ס און מאכן גאנצעטע שאו'ס דערפון וואס איך מיין אסאך מענטשן וואלטן געקליקט דערויף.. ס'קומט אפילו אריין די קאלטע קאטס, מיט די מאטיאש הערינג און מ'שמועסט געמיטליך. ווער האט אפגעמאכט אז א פאדקעסט האט צוגעפאסטע און נישט צוגעפאסטע קאנדידאטן? א פאדקעסט קען זיין סתם א פאברענג, אין א געוויסן זון די מער נישט פראפעשינאל, די בעסער איז עס! פאר די סארט פארמאט. ס'איז נישט קיין נייעס סטעישן, ס'איז א שמועס! וואס נעמט עס שוין צו מאכן א שמועס?

ס'איז דא רעדיא סטייל פאדקעסטס, סעריעס, אינטערוויא, אדער... סתם מ'טשילט, מ'שמועסט און דעציט. וויפיל ס'לאזט זיך. ווי שוין ערווענט, די גרעסטע פאדקעסטער היינט צוטאג מיט שווערע מיליאנען ליסענערס גייט אינגאנצן אויף די מהלך, מ'פארברענגט א צוויי דריי שעה און א פריינטליכע ענווייערמענט, און דו הערסט דיך אונטער.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

די עיקר פראבלעם פון די גאנצע פאדקעסט מעשה איז אזוי, עס זענען דא אידן וואס א גאנצע לעבן זענען זיי מקריב אויף איין זאך, שוין אנגעהויבן אין ישבה האט ער זיכער געמאכט צו לערנען פלייסיג און זיין די בעסטע בחור, ווען ער האט שוין געטון די געלונגענע שידוך האט ער זיך אריינגעזעצט אין כולל פון צופרי ביז ביינאכט, געזיצן און דורוך'געאקערט גאנץ שלחן ערוך פון דעק'ל צו דעק'ל, אלס מיט איין ציל, אז איין טאג זאל ער קענען ווערן די ווארט זאגער פאר כלל ישראל, ער זאל קענען אראפרייסן און מוחה זיין אויף אלעס וואס שמעקט אים נישט, זאל עס זיין פשוטו של מקרא חומש אדער אפילו מער וויכטיגע נושאים ווי למשל צו מען מעג גיין אויף מירון ל''ג בעומר, פינקט יעצט ווען ער האלט שוין נאך יארן זיך מוסר נפש זיין פאר דעם קומט זיך אן עפעס א זינגער וואס האט הנאה יעדע מינוט פון זיין לעבן, עס פעלט אים נישט גארנישט, און וויל צונעמען די איין זאך פון אים אויף וואס ער ארבעט שוין אזויפיל יאר צו באקומען, ווען דו זאגסט איס עס ווען אפאר יאר פריער וואלט ער אינוועסטירט זיין גאנצע לעבן צו ווערן א זינגער :lol: :lol: :lol: :lol: (יענס געלעכטער)
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

כוואליעס האט געשריבן:די עיקר פראבלעם פון די גאנצע פאדקעסט מעשה איז אזוי, עס זענען דא אידן וואס א גאנצע לעבן זענען זיי מקריב אויף איין זאך, שוין אנגעהויבן אין ישבה האט ער זיכער געמאכט צו לערנען פלייסיג און זיין די בעסטע בחור, ווען ער האט שוין געטון די געלונגענע שידוך האט ער זיך אריינגעזעצט אין כולל פון צופרי ביז ביינאכט, געזיצן און דורוך'געאקערט גאנץ שלחן ערוך פון דעק'ל צו דעק'ל, אלס מיט איין ציל, אז איין טאג זאל ער קענען ווערן די ווארט זאגער פאר כלל ישראל, ער זאל קענען אראפרייסן און מוחה זיין אויף אלעס וואס שמעקט אים נישט, זאל עס זיין פשוטו של מקרא חומש אדער אפילו מער וויכטיגע נושאים ווי למשל צו מען מעג גיין אויף מירון ל''ג בעומר, פינקט יעצט ווען ער האלט שוין נאך יארן זיך מוסר נפש זיין פאר דעם קומט זיך אן עפעס א זינגער וואס האט הנאה יעדע מינוט פון זיין לעבן, עס פעלט אים נישט גארנישט, און וויל צונעמען די איין זאך פון אים אויף וואס ער ארבעט שוין אזויפיל יאר צו באקומען, ווען דו זאגסט איס עס ווען אפאר יאר פריער וואלט ער אינוועסטירט זיין גאנצע לעבן צו ווערן א זינגער :lol: :lol: :lol: :lol: (יענס געלעכטער)
Lol
ווי ליפא האט געזאגט ביים לוויה, מיין נישט אז דעם זינגער'ס לעבן גלאנצט און שיינט, פארהאנען זינגער און ענטערטעינערס וואס פעלט זיי אין לעבן מער ווי דער וואס איז נישט בארימט
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

מעשה שהיה כך היה, איך האב געענדיגט יעצט קוקן זיין פאדקעסט מיט דוד קויפמאן.

שמואלי דעליווערט אסאך בעסערס ווי כ'האב מיר געראכטן ער וועט. הגם ער האקט אסאך אריין שלא בעניין, אבער עטליכע מאל האב איך ליב געהאט וויאזוי די שמועס ציהט זיך ווייטער ווייל ער האקט אריין.

איך בין נישט קיין גרויסע פאדקעסטער צוהערער אבער די שמועס איז זייער לופטיג. לטב, ס'איז געשמאק צו קוקן. ולמוטב, לאמיך הערן מער וועגן זיין מארקעטינג און/אדער זיין מוזיק. אנשטאט דעם איז דא אפאר מינוט וועגן לאו הענגינג פרוט און אפאר מינוט וועגן לערנען גמרא.

דוד קויפמאן האב איך נאך קיינמאל געהערט רעדן, געשריבענע אינטערוויוס מיט איהם האב איך שוין יא געליינט (וועגן מארקעטינג). איך גיי פאר זיין פערזענליכקייט.

איך וואלט נישט געענדיגט א גאנצע עפיזאד מיט שמואלי'ס לופטיגע פערסאנעליטי אליין אהן זיין געבעלענסד מיט דוד'ס טיפע מהות. און מאוד יכול להיות אז אן עפיזאד נאר מיט דוד'ס טיפע מהות וואלט געווען צו בארינג פאר מיר אהן שמואלי'ס לופטיגקייט.

אונטערשטע שורה, איך האב הנאה געהאט.
פארשפארט