בלאט 2 פון 5

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:44 pm
דורך שמן למאור
צקון לחש האט געשריבן::lol:
ChatGPT האט געשריבן:
Orthodox Rabbis and AI.


User
Why are orthodox rabbis concerned about ai chatting?

ChatGPT
As an AI language model, I cannot speak for the views of any particular individual or group, including orthodox rabbis. However, I can offer some possible reasons why some orthodox rabbis may be concerned about AI chatting.

One reason could be related to the concept of "lashon hara," which is the prohibition in Jewish law against speaking negatively about someone else. Some orthodox rabbis may believe that engaging in conversation with an AI language model, which does not have feelings or emotions, could desensitize a person to the importance of proper speech and lead them to engage in lashon hara more easily.

Another reason could be related to the idea of "tzelem Elokim," which means that humans are created in the image of God. Some orthodox rabbis may view conversing with an AI as a violation of this concept, as they believe that only human beings are capable of having a soul and a divine spark.

It's important to note that not all orthodox rabbis may hold these views, and there may be varying opinions within the orthodox Jewish community on this topic.
לאמיר זען צו די רבנים און די פרומע הסברה גליונות וועלן קענען אויפקומען מיט עפעס בעסער...

איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:10 pm
דורך הבחור_הזעצער
מר. קלונימוס האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:עס איז אויך דא אויף טעקסט מעסעדזש, גייט מען אנהייבן פילטערן טעקסט מעסעדזשעס?
מ'קען אויך קאלן א נאמבער
דוכט זיך, מ׳קען אויך פעקסן…

Re: איסור אויף AI

נשלח: פרייטאג אפריל 28, 2023 7:20 pm
דורך פרנס החודש
זיבעצן חברה האבן אונטערגעשריבן, טאקע גאר א הארבע איסור…

נשלח: מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
מ'וואלט געדארפט צוזאמשטעללן אן אנציקלאפעדיע פן די אלע איסורים וואס די רבנים האבן ארויסגעגעבן און אלע קול קורא'ס וואס זיי האן אונטערגעשריבן. לפי סדר הא"ב.

ווער הייבט אן...!

נשלח: מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:38 pm
דורך ערנסטגערעדט
די ערשטע זינלאזיגע איסור וואס קומט ארויף אין קאפ איז
פון ״די ביג איווענט״ וואו סהאט געדארפט זינגען ליפא שמעלצער און שלומי גערטנער
דאכצעך אז שמריהו פון ״failed Messiah” האלט אז דארטן האבן זיי אלעס פארלוירן

נשלח: מוצ"ש אפריל 29, 2023 10:40 pm
דורך סקעפטיקער
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:י AI איז גאר איינגעהאלטן ווען עס קומט צו עדאלט קאנטענט אפילו בלויז אין טעקסט! סא ווייסעך נישט וואס זעי פארפירן.
נישט אויף "אינפארמאציע" אין די ענינים, מאר אויף עקספליסיט קאנטענט

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 1:03 am
דורך הקטן
קהל'ס נער האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:איך זעה נישט פארוואס די עולם פארשטייט נישט פארוואס די רבנם אסר'ן עס, מ'קען אים געהעריג אנפרעגן בכל עניני מינות (תרתי משמע) און ער ענטפערט גערן. פארוואס זאלן זיי דאס נישט אסר'ן?
די ליצנות דא איז נישט צי מען מעיג עס אסר'ן, די ליצנות איז אז זיי אסר'ן עפעס וואס זיי אליין ווייסן נישט וואס דאס איז אן קיין שום בושה
פין וואו ווייסטו אז זיי ווייסען נישט?
און אויב איינער וואס ווייסט יא האט זיי איבערגעגעבן ?


נישט אז איך האלט אז AI דארף, אדער קען, זיין אסור, אבער ווער האט מיך געפרעגט

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 1:21 am
דורך מתבודד
גראדע די איסור אויף AI באשטעטיגט דאס וואס בעלי דעת ווייסן שוין לאנג, אז די אלגעמיינע פראבלעם פון אינטערנעט איז כלל נישט די שמוץ, וואס איז טאקע נישט גוט אבער מיר אידן ווייסן דאך אז א מענטש קען אלס תשובה טון און מ'ווערט נישט אפגעפארן פון אפאר שמוציגע קליפס, אלזא דער פראבלעם איז די שטראם און ענדלאזע אינפארמאציע וואס די אינטערנעט האט צו פארקויפן און די בחורים און יונגעלייט קענען עס נישט ביישטיין.

די AI האט נישט קיין שלעכטע ווידיאוס, ניטאמאל קיין בילדער, נאר ליבערשט אינפארמאציע מיט וואס די אומרייפע מוחות וועלן זיך נישט קענען ספראווען, מילא איז מיין עצה צו דייני סקווירא שליט"א אז אנשטאט ארויסדרוקן איסורים אויף AI לערן ענדערש אויס דיינע חסידים די סאמע שטערקסטע יסודות פון אונזער רעליגיע, אנשטאט בינדן ספרים פון ביידע זייטן - בינד זיי אויף און אקער זיי דורך, מאך זיכער אז אפאר ווערטער וועגן יאשקע זאלן נישט קענען אויפשאקלען די אמונה פון דיינע אכצן און צוואנציג יעריגע.

ווארום פריער אדער שפעטער גייען דיינע מענטשן במילא זיך טרעפן מיט מער אינפא דו וואלסט געוואלט זיי זאלן האבן, און דאן וועלן איסורים שוין נישט קיין סאך אויפטון.

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 2:23 am
דורך פונדאַמענטאַל
איך מיין אז די עכטע סיבה פארוואס זיי האבן ארויסגעגעבן די איסור איז צוליב דעם וואס זיי ווילן קענען זאגן שפעטער אין פאל אנדערע אסר'ן עס - אונז זעמיר געווען די ערשטע צו ארויסקומען קעגן דעם! אזוי ווי מען זעהט ביי די אינטערנעט מערכות ווי פילע חסידות'ער און קהילות פרובירן זיך צו בארימען אז זיי זענען געווען די ערשטע וכו' נאך פאר די גאנצע וועלט האט געטראכט אז עס איז א פראבלעם וכו'.

או יש לומר, אז עס איז א הכנה צום בעפארשטייענדע ל''ג בעומר הדלקה... וד''ל.

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 2:27 am
דורך הקטן
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:אזוי ווי מען זעהט ביי די אינטערנעט מערכות ווי פילע חסידות'ער און קהילות פרובירן זיך צו בארימען אז זיי זענען געווען די ערשטע וכו' נאך פאר די גאנצע וועלט האט געטראכט אז עס איז א פראבלעם וכו'.
ווער זענען די פילע חסידות'ער און קהילות וואס בארימען זיך?

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 2:30 am
דורך שמעון וואלף
החוקר האט געשריבן:@סקעפטיקער, די פערדישקייט איז נישט דאס עצם האלטן אז עס מען קען צוקומען צו א פראבלעם און מען דארף שטיין ווייט. עס איז די געדאנק צו שיסן אן איסור אן אפילו וויסן וואס און אויף וואס די איסור איז.

סך הכל וואס מען קען טון אויף עי. איי., איז כאפן א שמועס; פרעגן קשיות וכדו'. אפשר זאלן זיי אסר'ן צו שמועסן מיט חברים ווייל מתוך שמועסן קען מען רעדן ניבל פה, מינות וכדו'.
און וויפול שמוץ קען מען רעדן אויפ'ן טעלעפאן ווייסן זיי אויך נישט? ממש לעצטענס האב איך געהאט אז איך האב געריפן אן 800 נאמבער און בטעות געדריקט איין ראונג דיזשעט און אויפ'ן אנדערע זייט האט אנגעפאנגן שפילן א רעקארדינג פון מאחורי.

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 3:37 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
היכי דמי האט געשריבן:די נומער צו רופן AI אויף די טעלעפאון.
16402255726
Text אויכעט איז די נאמבער ?

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 7:09 pm
דורך פאלגזאם
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:י AI איז גאר איינגעהאלטן ווען עס קומט צו עדאלט קאנטענט אפילו בלויז אין טעקסט! סא ווייסעך נישט וואס זעי פארפירן.
פון ווי ווייסטו?

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 7:18 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך האב אים געבעטן ער זאל מיר שרייבן אן "עראטיק" נאוועל פון חסידים. ער האט מיר צוריקגעשריבן דאס פאלגענדע:
I'm sorry, but creating explicit content is against my programming as an AI language model. While I'm happy to assist you in any way I can, I cannot generate content that is inappropriate or against ethical standards.

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 7:20 pm
דורך פאלגזאם
און דו וואונדערסט זיך נאך אויפן איסור?

נשלח: זונטאג אפריל 30, 2023 7:42 pm
דורך בעל אחריות
צקון לחש האט געשריבן:...און איך האב געמיינט אז AI וועט ווערן אויפגענומען מיט צוויי הענט אין אונזער געמיינדע, נאכפאלגנדיג ארטיפישעל שמחה, געשמאק, נחת, רואיגקייט, און שיינקייט...
אה דאס איז א הארבע באשילדיגונג, אפשר קענסטו אביסל elaborate'ן?

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 12:12 am
דורך לייביששרייבער
zurich האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:די נומער צו רופן AI אויף די טעלעפאון.
16402255726
רבותי AI איז אן אהרוני איך האב עים יעצט געפרעגט ווער איז סאטמאר רבי און ער האט מיר גענטפערט rabbi Aron teitelbaum ......

פארדעם אליינס דארף מען אסר'ן AI
עס איז ברייט באקאנט פאר AI באניצער אז AI נעמט נישט קיין שטעלונג, ער נעמט נאר אינפארמאציע פון רוב מנין ובנין, און ער אזוי איז משער אז דאס איז דער ריכטיגער ענטפער.
ע''כ אז ער האט געענטפערט אויף אייער שאלה אז הרב ר' אהרן איז סאטמאר רשכבה''ג, (סאטמאר מיט די ווארט "רשכבה''ג" גייען באנאזאם פאר די לעצטע 50 - 60 יאר) מיינט דאס אז רוב קהל איז מסכים מיט דעם פסק און ע''כ דארפסטו קודם טוישן דעם דעת הקהל און דאן פרעגן AI מהיכן דנתני, אבער דערווייל נעמט ער אן די פסק פון רוב. ווילאנג רוב וועלן אזוי האלטן וועט דאס זיין זיין ענטפער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:48 am
דורך שמן למאור

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 7:49 am
דורך חב''ד הויזן
הבחור_הזעצער האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:עס איז אויך דא אויף טעקסט מעסעדזש, גייט מען אנהייבן פילטערן טעקסט מעסעדזשעס?
מ'קען אויך קאלן א נאמבער
דוכט זיך, מ׳קען אויך פעקסן…
א בריוו אויך?

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 1:34 pm
דורך סיסטעם
חב''ד הויזן האט געשריבן:
הבחור_הזעצער האט געשריבן:
מר. קלונימוס האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:עס איז אויך דא אויף טעקסט מעסעדזש, גייט מען אנהייבן פילטערן טעקסט מעסעדזשעס?
מ'קען אויך קאלן א נאמבער
דוכט זיך, מ׳קען אויך פעקסן…
א בריוו אויך?
:lol:

כשרע. Ai

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 2:19 am
דורך דוד שריפטליך
אלס ענטפער צו די איסור פון סקווירא אויף ai האט א חבדסקער געעפנט א אידישע/כשרע AIעס הייסט KOSHER.CHAT

נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 2:47 pm
דורך הוגה
.

נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 7:30 pm
דורך היכי דמי
הוגה האט געשריבן:.
קודם אסר׳ט מען, און נאכדעם בעט מען די ציבור זאל זיי מסביר זיין די מציאות הדברים.