בלאט 2 פון 2

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 6:48 pm
דורך Nanach
מחונך האט געשריבן:דער קעניג האט נישט קיין שום פאקטישע כוח צו שטעלן א לארד. עס איז נאר אין טעאריע. אויב גייט ער עס טוען גייט די רעגירונג אים עפענען די אויגן און צונעמען פון אים אלעס. אפילו זיינע פאלאצן. עס איז דא א קאמפליצירטער הסכם צווישן די מאנארכיע און די רעגירונג וואס עס באלאנגט פאר וועמען. אבער דער גרעסטער וויץ איז אז די גאנצע מאנארכיע באלאנגט פאר די רעגירונג! עס איז בלויז אן אקט פון עטלעכע אקטיארן צו ברענגען געלט פאר די רעגירונג. דער פראבלעם איז אז די בריטישע המון עם האט עס נאכנישט געכאפט.
פארוואס זאגסטו אזוי? די קעניגן האט אריין געשטעלט א שיינע פאר. די וועג צו ווערן א לארד איז אדער בירושה אדער ווען די מאנארך שטעלט אריין און עס איז אנלימיטעד.
דאס איז חוץ מזה וואס די פריים מיניסטער דארף אפגעבן דין וחשבון פארן מאנארך וועכנטליך (וואס אויב די ווילסט וויסן וויפיל השפעה עס האט, טראכט ווי שווער עסקנים/לאביעסטן ארבעטן פאר א עפאוינטמענט מיט א פאליטישען)

Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 7:21 pm
דורך שערי יושר
קען מען זאגן אז איך האב מער power פונעם קעניג טשאלס דער דריטער?

ס'הייסט, מיין ווייב און אלע קינדער ציטערן פאר מיך איך פארפיר מיט מיין נארסיסטישע טענראמס און קיינער פון זיי וואגט זיך נישט מיך נישט צי פאלגן.

דער תירוץ איז עס איז דא אזאך וואס הייסט דיפלאמאטישע power אדער the power of words
און ווייל עפעס א רבי'לע האט אפאר צענדליק צו אפאר הינדרעט שוואנצנים וואס פאלגן זיינע קאפריזן, איז דער ענגלישע קעניג נאך אסאך מער מאכטפול מיט זיינע באגרעניצונגען און צערמאניאלע פליכטן

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 7:35 pm
דורך berlbalaguleh
מחונך האט געשריבן:ערעב בערל. ריכטיג. אבער ווען מען טוט אדורך די היסטאריע פון די ענגלישע מלוכה און מען טוט אדורך וואס זיי זענען היינט, זעט מען אז דאס איז א "דזשאב" וואס נאר א ריכטיגער ליידיקגייער וועט אננעמען. אפילו זיצן אין קאווע שטיבל און אויסדריקן א מיינונג, אפילו אונטער א ניק, טאר ער אויך נישט.
מחונך: מאן יימר?. נאר דער פאקט אז זיין גאנץ לעבן איז פראגראמירט. חוץ וואס ער האט משרתים און יוצר משרתים. אפילו זיינע קליידער וואס ער טוט אן טעגליך איז דא א באדינער וואס איז ממונה אויף דעם.

נשלח: מאנטאג מאי 01, 2023 9:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Nanach האט געשריבן: פארוואס זאגסטו אזוי? די קעניגן האט אריין געשטעלט א שיינע פאר. די וועג צו ווערן א לארד איז אדער בירושה אדער ווען די מאנארך שטעלט אריין און עס איז אנלימיטעד.
און וויאזוי מיינסטו האט זי באשלאסן וועם אריינצושטעלן? די פרעמיער מיניסטארן איז ארויפגעקומען צו איר מיט א צעטל און איר געזאגט, "מאדאם, שרייבט דא אונטער אז איר באשטימט יואלי ציטראענעבוים אלס לארד", און זי האט ערפילט אירע "royal duties" און ברייטהארציג אונטערגעשריבן.
Nanach האט געשריבן: דאס איז חוץ מזה וואס די פריים מיניסטער דארף אפגעבן דין וחשבון פארן מאנארך וועכנטליך (וואס אויב די ווילסט וויסן וויפיל השפעה עס האט, טראכט ווי שווער עסקנים/לאביעסטן ארבעטן פאר א עפאוינטמענט מיט א פאליטישען)
ווען זי איז א פשוט'ע רייכע לעידי קען זי דינגען א לאביאיסט סייוויסיי... קענסט זאגן סתם אזוי אז בילליאנערן האבן אסאך פאליטישע מאכט, און ס'וועט זיין אמת אויך...

למעשה גערעדט, אז מ'רעדט שוין פון די אייראפעאישע "constitutional monarchies", מיין איך אז די איינציגסטע אייראפעאישע מאנארך מיט עכטע מאכט איז דער פרינץ פון ליכטענשטיין. https://www.youtube.com/watch?v=rTiLTnWM7vQ&t=496s

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 1:59 am
דורך berlbalaguleh
דאס איז דאך ידוע אז די בריטישע מאנארכן זענען געווען זייער מאכטפול, אין אלע דורות. ווייל בריטאניע איז דאך געווען איינס פון די גרויסמאכטן. סיי מיליטעריש. און אויך אין קאמערס (האנדל) און אינדוסטרי.

מיין שאלה איז ווען האט זיך עס געטוישט אז די מאנארכן האבן פארלוירן זייער (עכטע) מאכט. און זענען נאר געווארן אויספיהרערס פון צערעמאניעס

Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 2:09 am
דורך שערי יושר
ענגלאנד איז אייביג געווען א לאנד געפירט דורך לארדן אזוינע פריצים וואס האבן אויפגענומען דעם קעניג און א יעדע קעניג האט זיך זיך געמיזט זיך רעכענען מיט זיי אדער עכ"פ געפעלן פאר זיי, א באוויסטע קאפיטעל איז דער מאגנא קארטא אין יארע 1215 וואס האט ארויפגעלייגט באגרעניצונגען אויף John דער ערשטער א ברידער פון ריטשארד די לייבהארץ וואס האט אנגעפירט די לעצטע פון די קרייץ צוגען

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 2:53 pm
דורך Salford
הכתרה פין קעניג וועד זיין שבת דע טשיף ראביי וועד שלאפן אין פאלאץ נישט נכשל ווערן אין חילול שבת

Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 8:58 pm
דורך שערי יושר
@שמן למאור . איך דארף א היתר עס צי קענען מיטהאלטן לייוו.

נשלח: דינסטאג מאי 02, 2023 9:06 pm
דורך וואלווי
שערי יושר האט געשריבן:@שמן למאור . איך דארף א היתר עס צי קענען מיטהאלטן לייוו.
מלך פורץ גדר ואין מלך בלא עם..

נשלח: מיטוואך מאי 03, 2023 1:38 pm
דורך Salford
אולי פיקוח נפש

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 10:05 pm
דורך די אנדערע זייט
מודעות לקראת די גרויסע שבת

Re: הכתרה פון ענגלישן קעניג

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 12:51 pm
דורך שערי יושר
קהילת נשמת ישראל טוהט צים זאך, געיבט א פיינע קידוש