בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 11:46 pm
דורך חובב ציון
וואס דארט טוצעך נישט אפ אזאנע דברי דופי צאמצורעדן….
איך פיל מער ממש מאדנע עס צו ליינען…
עדאלטס זאלן שרייבען אזאנע נאנסענס אוי טאטע…
נשלח: זונטאג מאי 07, 2023 11:46 pm
דורך חובב ציון
.
Re: אייוועלט גייט קרעזי
נשלח: מאנטאג מאי 08, 2023 12:35 am
דורך לייביששרייבער
שלג זהב האט געשריבן:הערשער האט געשריבן:בל יראה ובל ימצא, אז יא קענסטו ווערן פארשפארט.
היינט
Iv-kv.jpg
ישר כח פארן ציטירן. איך האב געדענקט אז עס דא ערגעץ ווי, נישט געווען גענוג וויכטיג צו אפיר קראצן. אויף דעם זאגן שוין חז''ל זכה מלאכות נעשה ע''י אחרים
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 8:26 pm
דורך תרמב
די אשכול דא איז פיל מיט העיט...
סארי אויב איינער ווערט אפענדעד
אייוועלט האט אסאך חסרונות און אויך גאר אסאך מעלות, אז מ'האט שכל נוצט מען וואס מ'קען צו קענען אויסנוצן די מעלות, אייוועלט האט אפילו מעלות וואס קאווע שטיבל האט נישט, למשל זייער נייעס אפטיילונגען איז מוראדיג גוט ארויפגעארבעט, ווי אויך זייער אפטיילונג פון מענטל העלט, מענטל העלט איז שוין היינט א נושא וואס ווערט מער און מער אויפגעברענגט ביים היימישן ציבור און דאס איז גאר א וויכטיגע זאך.
און א פראפעשענעל פלאץ ווי מ'טוט דורך אלע מענטל קרענק מעג ווערן דורכגעשמועסט אזא עניין ווי א קראש, אויב ס'ווערט דורכגעטון אויף א נארמאלע אופן, איך זע נישט וואס ס'איז אזוי פאני.
קאווע שטיבל האט אויך גאר אסאך מעלות, דאס דארף איך נישט אויסשמועסן...
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
תרמב האט געשריבן:די אשכול דא איז פיל מיט העיט...
ס'איז דא פלאץ פאר העיט און ס'דא פלאץ פאר לאוו. ישר כח פאר'ן באלאנסירן...
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 8:55 pm
דורך שעפטאל
תרמב האט געשריבן:
קאווע שטיבל האט אויך גאר אסאך מעלות, דאס דארף איך נישט אויסשמועסן...
אפשר דאך שמיעס אויס
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 11:15 pm
דורך תרמב
קאווע שטיבל איז מלא מעלות איך האב נישט געקלערט אז איך דארף עס מסביר זיין פאר מענטשן וואס זענען דא ווייל זיי זעען עס אליינס.
אבער אז דו בעטסט וועל איך עס אויסשמועסן בקיצור נמרץ.
די מעין מעלה איז אז ס'איז נישטא קיין צענזור, די מעלה איז א יסוד, ווייל אז ס'איז נישטא קיין צענזור קען מען זיך ערלויבן צו שרייבן וואס ליגט אויפן געוויסן מיט א רואיגקייט, און דאס איז פועל אויך אויף זאכן וואס וואלטן נישט געמעקט געווארן אויף אייוועלט ווייל מען שפירט א געוויסע רחבות ביים שרייבן.
נאך א פועל יוצא האט עס, אז די גוטע שרייבערס, איך מיין צו זאגן נישט סתם גוטע סטארי טעלער'ס איך מיין צו זאגן די שעפערישע און די געניאלע מוחות קומען אן אהער, ווייל אז מ'איז מצמצם א פלאץ וועט א טיפע טראכטער אוועק גיין, און גיין צו א פלאץ ווי מ'קען טראכטן טיעף אפילו אז ס'איז דא דארט ווייניגער מענטשן.
נאך א זאך וואס איז אוטאמאטיש געשעהן איז אז וויבאלד דא איז די צענזור שוואך איז אוטאמאטיש די פלאץ געווארן אפגעפרעגט ביי די עסטעבלישמענט, איז די וואס גייען מיטן שטראם קומען נישט אן צו קאווע שטיבל, קומט אויס אז די וואס האבן נישט ליב די עסטעבלישמענט שפראך און מהלך המחשבה טרעפן אין קאווע שטיבל א גן עדן ווי צו פארברענגען זייער צייט.
איך דארף נישט ארויסברענגען די שלל פון רעיונות און אינטערסאנטע נושאים וואס מ'קען דא טרעפן, ס'איז ממש אוצר בלום און אלעס אויף היימישע אידיש, ווען איך מיין אז איך ווייס שוין איבער אלץ און אלעמען ווער איך געוואויער אז ס'איז אנגעקומען א פרישע ניק מיט פרישע כוחות וואס ברענגט פרישע געדאנקען און איידיעס וואס איז מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן.
ס'איז זיכער דא נאך אסאך צו זאגן אבער איך דארף לאזן עפעס פאר אנדערע אויך.
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 11:17 pm
דורך תרמב
חתם סופר האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:די אשכול דא איז פיל מיט העיט...
ס'איז דא פלאץ פאר העיט און ס'דא פלאץ פאר לאוו. ישר כח פאר'ן באלאנסירן...
איך טראכט צו איך זאל דיר ענטפערן..
איך קען נישט דעסיידן אויב דו האלסט אז איך האב געברענגט די העיט אדער די לאוו... סאו איך האלט מיך שטיל...
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 3:25 am
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:קלוגע יודל האט געשריבן:יעדע שטעטל וואס איז אין די ?? מייל ארום קרית יואל, מיז באריפן ווערן על שם קרית יואל
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט?! מהר"א שליט"א האט דאך אליינס אזוי געזאגט.
ס'איז בפירוש געשטאנען אזוי אין בלאט. מהר"א (קר"י) שליט"א האט געזאגט אז כדי אנצוהאלטן אידישקייט אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו, דער מייסד הקרי' (והגלילות) האט געוואלט מוזן די אלע שטעטלעך ארום קרית יואל זיין א חלק פון דעם הייליגן שטעטל...!
דוקא זעה איך נישט די חסרון אין דעם סטעיטמענט. עס איז קלאר ווי דער טאג אז ווען די אומגעגענט פון קאנטרי האלאו האט זיך געעפנט זענען געקומען פון דארט פיינע לעבעדיגע שמועות וואס א חבר וואס וואוינט דארט האט מיר געזאגט אז קצת יש דברים בגו, למחצה לשליש ולרביע.
אויב וועט א יעדע איינציגע געגענט מאכן שבת פאר זיך און אראפווארפן די סטאנדארטן מיט וואס ק''י אינדעטעפייד זיך איז די עקזיסטענץ פון ק''י אין א סכנה.
דו קענסט אפשר אריינגיין אין א וויכוח צו די סטאנדארט פון ק''י איז איבערגעטריבן צו נישט. אבער עכ''פ אויב איז דאס די סטאנדארט און די ארומיגע געגענטער שטעלן דעם סטאנדארט אין שאטן איז ער דאך 100% גערעכט מיטן סטעיטמענט אז די רבי זי''ע האט געבויעט די שטעטל וכו' מיט אט די סטאנדארטן און די פריקת עול פון אפאר רקים וואס מיינען אז מיטן זיך ריקן אוועק פון שטעטל א האלבע מייל זענען זיי ארויס מגדר, זאלן זיי וויסן אז עס וועט ווייטער ווערן אינפארסירט אזוי ווי אין ק''י זעלבסט.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:54 am
דורך מאטי
אייועלט רעדט פון ק"ש'ס רעדן פון אייוועלט'ס רעדן פון ק"ש
Re: אייוועלט גייט קרעזי
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:24 am
דורך החוקר
תרמב האט געשריבן:די אשכול דא איז פיל מיט העיט...
שכח פארן ערווענען.
טיילמאל, ווייסן געוויסע 'אויפגעקלערטע' נישט וויאזוי מען עסט ברייטקייט. זיי מיינען אז דאס מיינט אראפרייסן יעדער וואס האט נישט זוכה געווען צוצוקומען צו זיין פארשטאנד. עס איז דא פלאץ פאר יעדן. ואכמ"ל.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 1:53 pm
דורך צומישט און צוחישט
לייביששרייבער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:קלוגע יודל האט געשריבן:יעדע שטעטל וואס איז אין די ?? מייל ארום קרית יואל, מיז באריפן ווערן על שם קרית יואל
כ'ווייס נישט וואס דו ווילסט?! מהר"א שליט"א האט דאך אליינס אזוי געזאגט.
ס'איז בפירוש געשטאנען אזוי אין בלאט. מהר"א (קר"י) שליט"א האט געזאגט אז כדי אנצוהאלטן אידישקייט אזוי ווי די רבי זכותו יגן עלינו, דער מייסד הקרי' (והגלילות) האט געוואלט מוזן די אלע שטעטלעך ארום קרית יואל זיין א חלק פון דעם הייליגן שטעטל...!
דוקא זעה איך נישט די חסרון אין דעם סטעיטמענט. עס איז קלאר ווי דער טאג אז ווען די אומגעגענט פון קאנטרי האלאו האט זיך געעפנט זענען געקומען פון דארט פיינע לעבעדיגע שמועות וואס א חבר וואס וואוינט דארט האט מיר געזאגט אז קצת יש דברים בגו, למחצה לשליש ולרביע.
אויב וועט א יעדע איינציגע געגענט מאכן שבת פאר זיך און אראפווארפן די סטאנדארטן מיט וואס ק''י אינדעטעפייד זיך איז די עקזיסטענץ פון ק''י אין א סכנה.
דו קענסט אפשר אריינגיין אין א וויכוח צו די סטאנדארט פון ק''י איז איבערגעטריבן צו נישט. אבער עכ''פ אויב איז דאס די סטאנדארט און די ארומיגע געגענטער שטעלן דעם סטאנדארט אין שאטן איז ער דאך 100% גערעכט מיטן סטעיטמענט אז די רבי זי''ע האט געבויעט די שטעטל וכו' מיט אט די סטאנדארטן און די פריקת עול פון אפאר רקים וואס מיינען אז מיטן זיך ריקן אוועק פון שטעטל א האלבע מייל זענען זיי ארויס מגדר, זאלן זיי וויסן אז עס וועט ווייטער ווערן אינפארסירט אזוי ווי אין ק''י זעלבסט.
הני מילי, ווען ער האט א כח צו אינפארסירן די סטאנדארטן, אבער אז ער האט נישט קיין כח (נישטאמאל זיינע טעראר סטראטעגיעס קענען זיך איינגעבן אין די גלילות,) טא וואס האט מען פון אזעלכע שארפע סטעיטמענט'ס?, ס'איז וואו פוטין דערקלערט אוקריינישע שטחים אלץ א חלק פונעם מוטער לאנד,,,
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 8:39 am
דורך פלייש
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 10:20 am
דורך מתבודד
פלייש האט געשריבן:איסור על אייוועלט.jpg
אייגנס?
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 2:02 pm
דורך פלייש
מתבודד האט געשריבן:פלייש האט געשריבן:איסור על אייוועלט.jpg
אייגנס?
נאפס! קומט פון טוויטער
https://twitter.com/hasidic_1/status/16 ... 1039924224
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 6:13 pm
דורך קאצקע ציקער
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 6:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קענסט זיי זאגן אז איך נעם אויך אן פאציענטן, איך האב א זייער א קלארע מהלך אויסצוקלארן ספיקות אין אמונה.
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 6:55 pm
דורך קאצקע ציקער
נו אדרבא שפייטס עס דא אויס און מען וועט שוין שיקן פאר ווער עס דארף
נשלח: זונטאג יוני 18, 2023 7:17 pm
דורך מונטסורי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קענסט זיי זאגן אז איך נעם אויך אן פאציענטן, איך האב א זייער א קלארע מהלך אויסצוקלארן ספיקות אין אמונה.
נישט יעדער קען פארנעמען צו לעבן אן ספיקות, עס זענען דא אזוינע וואס דארפען ספיקות ווי לופט צום אטעמען, אז דו וועסט זיי אויסקלארען אלעס איז פסקת לחיותיה
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:59 pm
דורך התבודדות
מאנסי אשכול אויף אייוועלט פארשפארט!!! וואס גייט פאר?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:12 pm
דורך פלייש
ס'צייט אנהייבן א קריג קעגן די חברה.
און ס'דא עטליכע וועגן. איינס איז אז מ'גייט אנהייבן מגלה זיין ניקס איינס נאכן צווייטן, ''פון די גרויסע'' וואס דאס גייט זיי בנפשם. ווייל זיי זענען אין ריעל לייף בעסערע גאטשעס...
צוויי, מ'גייט קאמפיינען צו פארשפרייטן דעם איסור קעגן זיי, ווייל באמת איז אייוועלט פונקט אזוי אסור ווי סיי וועלכע סייט צו טעכנעלאגיע אנליין, נאר מ'האט מתיר געווען לצורך פרנסה מעג מען נוצען געוויסע סייטס.
אבער אייוועלט איז לצורך?
אראפ מיט'ן קאפ!
שייגעץ ארויס
און נאך וועגן... ימים באים...
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:14 pm
דורך שרייבען
פלייש האט געשריבן:ס'צייט אנהייבן א קריג קעגן די חברה.
און ס'דא עטליכע וועגן. איינס איז אז מ'גייט אנהייבן מגלה זיין ניקס איינס נאכן צווייטן, ''פון די גרויסע'' וואס דאס גייט זיי בנפשם. ווייל זיי זענען אין ריעל לייף בעסערע גאטשעס...
צוויי, מ'גייט קאמפיינען צו פארשפרייטן דעם איסור קעגן זיי, ווייל באמת איז אייוועלט פונקט אזוי אסור ווי סיי וועלכע סייט צו טעכנעלאגיע אנליין, נאר מ'האט מתיר געווען לצורך פרנסה מעג מען נוצען געוויסע סייטס.
אבער אייוועלט איז לצורך?
אראפ מיט'ן קאפ!
שייגעץ ארויס
און נאך וועגן... ימים באים...
What 's the hate here?
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:17 pm
דורך פלייש
ווייל זיי בלאקירן גרופעס ניקים איינס נאכן צווייטן.