בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:28 am
דורך יין שרף
קרן זוית האט געשריבן:ארבעט זוך אויף צו ווערן פון א דערהויבענע איד צו א גאר דערהויבענע איד, מאך דיר אויף א שול און מוסדות....
פעלט נישט אויס צו ארבייטן אויף זיך, איך קען עס פון אינסייד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:54 am
דורך טאמבל סאס
קויף דיך א וועגעלע, פיהל איר אהן מיט געקויפטע סענדוויטשעס און פארקויף זיי אין די שפיטעלער און דאקטערס וועיטינג רומס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 3:44 am
דורך yatzmachp
עס קוקט מיר אויס א דו ביזט סתם פויל און די האלסט נישט ביים אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער אדער חוש'סטו סתם ארום דא. דזשאסט גיי אראפ צום וועלפעיר אפיס און שרייב דיך איין אין אלע פראגראמען און שוין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 11:09 am
דורך לייביששרייבער
דערהויבענע איד האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים המקשיבים.

איך בין יעצט אין א מצב וואס כ'האב די צייט און מאטעוועישן זיך צו לערנען א פאך. לאמיר גראד גיין צום פינטל, די זאך איז אז עני זאך וואס דארף א גרעסערע טרעיניג - אזוי ווי דאקטעריי - איז צו סאך פאר מיר און איך וויל עס שוין נישט טון יעצט, נאר א זאך וואס איך קען עס זיך אויסלערנען אין מערסטנס צווי יאר.

פסכילאגיע האב איך ליב זיך צו לערנען, אבער כ'האב נישט קיין נערוון צו אויסהערן קליענטן, ספעציעל די היימישע קאטשעניו קראנקע חברה.

אקאוינטיג און סאפטווער דעוועלאפמענט, איז נישט געמאכט פאר מיר. ס'איז צו קלאציש, און עס זעט מיך אויס אז ס'איז געמאכט פאר גרויסע אינטערווערט'ס.


מ'בעט די עולם זאל אריינקומען מיט געדאנקען פון א זשאב וואס כ'קען הנאה האבן און מאכן געלט. די סיבה פארוואס איך קום אויף ק''ש איז ווייל דא דרייען זיך מענטשן וואס כ'קען זען אז מ'זאל מיר געבן סאלי''ד איידיעס.
נישט ריכטיג.
איך בין נישט קיין אינטראווערט מיין איך.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:55 pm
דורך דערהויבענע איד
לייביששרייבער האט געשריבן: איך בין נישט קיין אינטראווערט מיין איך.
אזוי זעט מיר אויס.
בכל אופן מיט מיר האט עס נישט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 12:56 pm
דורך דערהויבענע איד
yatzmachp האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס א דו ביזט סתם פויל און די האלסט נישט ביים אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער אדער חוש'סטו סתם ארום דא..
מיין בלוט איז שוין ארויפגעקומען ביי די שורות.........זייער גוט געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 04, 2023 2:37 pm
דורך berlbalaguleh
דערהויבענע איד האט געשריבן: איך בין בטבע גאנץ א גרויסע פאסטוך, האסט עפעס וואס מ'קען גיין מיט א סוט בשעת'ן ארבעטן?
יא: נעמען געלט ביי מענטשן און זיי איינרעדן אז דו אינוועסט עס אין ביזנעס. דו וועסט קענען עסן אין טייערע רעסטאוראנטן (פארשטייצעך אויף יענעם'ס חשבון) און דרייוון א פענסי, לעיט מאדעל קאר. און געבן גרויסע נדבות פאר ישיבות. און באקומען א סאך כבוד. ביז ס'וועט פלאצן. דאמאלס וועסטו קענען ניצן דיין פאספארט פון בראזיל אדער סאוט אפריקע. און מאכן פליטה דארט אהין. לויט ווי איך הער האט אמעריקע ( און די מערסטע מדינות נישט קיין קרימינאלן אויסטויש אפמאך מיט בראזיל אדער ס' אפריקע...!

דו וועסט נאך האבן געניג געלט איבערגעבליבן זיך צו קענען פיין איין ארדענען אין יענע מדינות...!

נשלח: פרייטאג מאי 05, 2023 12:29 am
דורך דערהויבענע איד
דאס קען איך טון פון איין מינוט אויפו צווייטן. איך וויל טון א געהעריגע ישוב העולם ארבעט.

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 12:35 am
דורך berlbalaguleh
דערהויבענע איד: זיפן די מעהל ביי די רחיים של יד מצות פון סאטמאר'ע רבי שליט"א. נאר ברענג נישט מיט דיין סמארטפאון...!ן

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 2:24 am
דורך דוד שריפטליך
וואס פאר א דזשאב וואלט געווען גוט פאר מיר?

Re: וועלכע אומנות וואלט איר זיך געלערנט?

נשלח: דינסטאג מאי 09, 2023 4:24 am
דורך פאליטיקאנט
פרעגן שאלות.

דו עקספעקסט מען זאל דיר קענען פארשלאגן א קאריערע אן דעם וואס מען ווייסט עפעס פון דיר בכלל?
רוב מענטשן אליין ווייסן נישט וואס זיי ווילן.