וואס איז פאעזיע?

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

שליחה דורך דיכטער »

צו דעפינירן פאעזיע מוזן מיר צום ערשט ארויסקריכן פון די גרעניצן פון שפראך און אוועקשפאנען פון געהארכזאמע ליטעראטור, ווייל צו דעפינירן פאעזיע איז ווי צו ערקלערן דער אורזאך צו א געלעכטער אדער דער סיבה צו א טרער.

מיט ווערטער געמיינע, פירט דער פאעטער דעם ליינער איבער ווייטער וועגן, אינדרויסן פון די ראמען פון באלדיגע פארשטאנד. ער צווינגט איהם, אומוועלענדיג, צו לייגן קאפ און קאנצענטרירן דער געדאנק און אין אויסטויש טוט ער איהם שענקען פארשלייערטע צייכענעס און ארומגעוויקלטע באדייטונגען וועלכע שאפן דעם מענטש א הימלישע פארגעניגן נאכן זיי אפגעפונען און ערהאלטן.
די געפיל איז אזוי הימליש און אייגענארטיג אז פאר א ביישויער קען זיך עס אויסזען ווי א ווילד-פרעמדע שגעון-אויסברוך אבער איז אין פאקט אומבאשרייבליכע קאפ-ארגאזמען.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי הקשר בין געשריבענע אַרט/ליטעראטור און פילאזאפיע האט דער פראנצויזישער אידישער פילאזאף עמנואל לעווינאס געזאגט, ״עס קומט מיר פאר צומאל אז דאס גאנצע פילאזאפיע איז נאר א מעדיטעישאן אויף/דורך [די ווערק פון] שׁעיקספּיר.״

דר. ענדרוּ קוטראפעלאָ שרייבט אז עס איז יתכן אז דאס איז געווען ווי זשאַנגזשע׳ס ספק:
The great Daoist philosopher Zhuangzi famously wondered whether he was a man who had dreamt he was a butterfly, or a butterfly dreaming he was a man. It is helpful to remember this anecdote when thinking about Levinas’s suggestion that “the whole of philosophy is only a meditation of Shakespeare.” The genitive “of” (de in French) is ambiguous: was Levinas saying that philosophy is a meditation on Shakespeare, or that philosophy is a meditation by Shakespeare? Perhaps, like Zhuangzi, he was wondering whether he was a philosopher dreaming he was Shakespeare, or Shakespeare dreaming he was a philosopher
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט