בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 7:37 pm
דורך סיסטעם
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אז דו גייסט זיי געבן קרעדיט גייען זיי דיר לייגן א פאשקעעוויל אז א רשע א בעל סמארטפאון און קאווע שטיבל ליינער האט זיך געוואגט צו זאגט א גוט ווארט פאר זיי.
אז דו דערמאנסט שוין דעס, האב איך טאקע געהאט דאס יאר אז איינער כמעט צעבראכן מיין פאון בשעת'ן כאפן א קליפ אין חצר המערה.
עכ"פ איך מיין ארויסצוברענגען אז דעס אז זיי האבן ארויסגעשטויסן די פאליציי פון דארט שטעלט זיך דערווייל אויס צי זיין א גרויסער טובה, אבער צדיקים זענען זיי זיכער נישט.

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 8:52 pm
דורך פונדאַמענטאַל
@סיסטעם, הייסט אז עס איז א לשיטתו אזא. לשיטתך אז די פאליציי און די מדינה זענען דער וואס האבן געמאכט די פראבלעמען - כשיטת הסיקריקים, און זיי זענען די וואס זענען דומה צו דער וואס האט גע'גדול'ט כמשל של @יהורם. לפי זה קומט זיך קרעדיט פאר די סיקריקים פארן זיי ארויסשטויסן...

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 1:46 am
דורך פרנס החודש
קען איינער זאגן אז זיי האבן נישט געמאכט די פראבלעמען?
ווער האט געמאכט די מהומות מיט די פעפער ספריי אין אוהל א יאר פאר די טראגעדיע?

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 3:51 am
דורך סיסטעם
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:@סיסטעם, הייסט אז עס איז א לשיטתו אזא. לשיטתך אז די פאליציי און די מדינה זענען די וואס האבן געמאכט די פראבלעמען - כשיטת הסיקריקים, און זיי זענען די וואס זענען דומה צו דער וואס האט גע'גדול'ט כמשל של @יהורם. לפי זה קומט זיך קרעדיט פאר די סיקריקים פארן זיי ארויסשטויסן...
פונקט אזוי!
איך זאג נישט אז זיי זענען די וועלכע האבן געמאכט סדר דאס יאר, ווייל דעס איז א באגריף וואס עקזיסטירט נישט ביי זיי, סה"כ האלט איך אז זיי האבן געטוהן א וויכטיגע זאך אז זיי האבן ארויסגעזעהן די פאליציי פון דארט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 6:40 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
די פאליציי זענען קיינמאל נישט דארט געווען, מען האט קיינמאל נישט געלאזט די פאליציי טון וואס מען דארף טון, וואס זיי האבן געוואלט טון, וואס זיי האבן געקענט טון צו פארמיידן פראבלעמען, און דערנאך ווען עפעס איז געשען באשולדיגט מען די פאליציי. דו כאפסט ווי מען מאניפולירט דיר?

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:05 pm
דורך berlbalaguleh
הייליגע קאקאש קעיק: ס'איז נישט אינגאנצן אזוי (פשוט). די פאליצי אין מדינת ישראל, בד"כ זענען נישט קיין פיינע מענטשן. איך זאג נישט אז אלע, נאר ס'איז דא צווישן זיי א גרויס חלק וועלכע זענען מאכט-הונגעריג און סתם רשעים מיט אנטי רעליגיעזע געפיהלן. ביי זיי זיך צו איזדיעקעווען אויף א פאר חרדים איז א ספעציעלער תענוג. די עיקר איז דאך אז דער עולם זאלל זיין סעיף בעז"ה, אוןן ס'זאל זיין א שטיקל סדר. אויב מ'האט עס געקענט ערלעדיגן אן די הילף פון די פאליציי, הנה מה טוב. נישט קיין חילוק פאר וועם ס'קומט קרעדיט...זאל זיין אפילו פאר די סיקריקים...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:26 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ר' בערל אזא סיסטעמיק רעיסיזם claim? אפשר קענט איהר מרחיב זיין פארוואס דאס איז אזוי? איך זעה נישט קיין שום סיבה אדער באווייזן אז דאס זאל זיין די מציאות. די איינציגע סיבה וואס עס לאזט זיך טראכטן פארוואס פאליציאנטן זאלן זיין גענויגט אנטקעגן חרדים זענען די נאכאנאנדיגע ראיאטן וועלכע זיי פירן דורך יעדן שני וחמישי - וואס אויב דאס איז דער גורם דאן איז עס ווייטער די סיקריקים וועלכע זענען די שולדיגע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 8:26 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
berlbalaguleh האט געשריבן:הייליגע קאקאש קעיק: ס'איז נישט אינגאנצן אזוי (פשוט). די פאליצי אין מדינת ישראל, בד"כ זענען נישט קיין פיינע מענטשן. איך זאג נישט אז אלע, נאר ס'איז דא צווישן זיי א גרויס חלק וועלכע זענען מאכט-הונגעריג און סתם רשעים מיט אנטי רעליגיעזע געפיהלן. ביי זיי זיך צו איזדיעקעווען אויף א פאר חרדים איז א ספעציעלער תענוג. די עיקר איז דאך אז דער עולם זאלל זיין סעיף בעז"ה, אוןן ס'זאל זיין א שטיקל סדר. אויב מ'האט עס געקענט ערלעדיגן אן די הילף פון די פאליציי, הנה מה טוב. נישט קיין חילוק פאר וועם ס'קומט קרעדיט...זאל זיין אפילו פאר די סיקריקים...!
וואס די רשעים ארורים'ס חשבון איז ווייס איך נישט, איך ווייס נאר אז פונקט ווי אין תל אביב מאכן זיי זיכער אז עס זאל זיין ארדענונג, נישט ווייל זיי האבן זייער שטארק ליב די מענטשן וואס וואוינען דארט, אזוי האבן זיי געוואלט מאכן סדר אין מירון... און מען האט זיי נישט געלאזט... שטימט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:42 pm
דורך אלע צוזאמען
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:ר' בערל אזא סיסטעמיק רעיסיזם claim? אפשר קענט איהר מרחיב זיין פארוואס דאס איז אזוי? איך זעה נישט קיין שום סיבה אדער באווייזן אז דאס זאל זיין די מציאות. די איינציגע סיבה וואס עס לאזט זיך טראכטן פארוואס פאליציאנטן זאלן זיין גענויגט אנטקעגן חרדים זענען די נאכאנאנדיגע ראיאטן וועלכע זיי פירן דורך יעדן שני וחמישי - וואס אויב דאס איז דער גורם דאן איז עס ווייטער די סיקריקים וועלכע זענען די שולדיגע.
כאפסט אז די ביזט דיך סותר פון דיין אנהייב ביז דיין סוף?
קודם שרייסטו סיסטעמיק רעסיזם, אבער א מינוט נאכדעם פארשטייסטו פארוואס די משטרה האט אונז פיינט....

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:46 pm
דורך אלבערט איינשטיין
דער פותח האשכול האט געשריבן מיט גרויס סארקאזם. אבער יעצט קומט ארויס די בלאט, וואס האט געהאקט אויף די ארדענונג אין מירון ווי א גרויסע סכנה פאר כלל ישראל איז. דער שרייבער האט נאך בעסער געהאקט ווי די פותח האשכול. עס איז שווער צו גלייבן אז עס איז געשריבן ערנסט, חוץ אויב מען איז אן עכטע פארמאכטע מענטש, פארגלייבט אינעם שיטה הקדושה אז יעדער יוד וואס איז נישט ווי דיר איז א שגץ.
מיינע אויגן האבן נישט געקענט גלייבן וואס עס שטייט דארטן. ווי אזוי זיי האבן פארוואנדלט די סוקסעספולע מירון פאר א סכנה פארן עתיד פון כלל ישראל.

Re: ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 10:48 pm
דורך אלבערט איינשטיין
בילד
בילד
בילד

Re: ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:29 pm
דורך שלג זהב
פון וועלכע סאטמארע פילאנטראפן רעדט מען?

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 12:13 am
דורך פונדאַמענטאַל
אלע צוזאמען האט געשריבן:
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:ר' בערל אזא סיסטעמיק רעיסיזם claim? אפשר קענט איהר מרחיב זיין פארוואס דאס איז אזוי? איך זעה נישט קיין שום סיבה אדער באווייזן אז דאס זאל זיין די מציאות. די איינציגע סיבה וואס עס לאזט זיך טראכטן פארוואס פאליציאנטן זאלן זיין גענויגט אנטקעגן חרדים זענען די נאכאנאנדיגע ראיאטן וועלכע זיי פירן דורך יעדן שני וחמישי - וואס אויב דאס איז דער גורם דאן איז עס ווייטער די סיקריקים וועלכע זענען די שולדיגע.
כאפסט אז די ביזט דיך סותר פון דיין אנהייב ביז דיין סוף?
קודם שרייסטו סיסטעמיק רעסיזם, אבער א מינוט נאכדעם פארשטייסטו פארוואס די משטרה האט אונז פיינט....
האסט געהערט אמאל פון די טערמין "ממה נפשך"?

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 8:30 am
דורך [NAMELESS]
טעות

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 7:38 pm
דורך berlbalaguleh
אלבערט איינשטיין: די גרעסטע דזשאוק איז די לעצטע פאראגראף וואו דער שרייבער פיהרט אויס אז דער חורבן (אין מירון) קומט נאר ווייל מ'האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט'ן "דעת תורה(א)" פונ'ם בד"ץ...לאל לאל לאל. תקיעה, שברים תרועה...!

נשלח: מוצ"ש מאי 13, 2023 11:50 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
צוקער זיס...
בעיקר די ערשטע חלק וואס ער שרייבט לגבי היי יעריגען סדר אין מירון...

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 3:55 pm
דורך אוהב ספרים
berlbalaguleh האט געשריבן:אלבערט איינשטיין: די גרעסטע דזשאוק איז די לעצטע פאראגראף וואו דער שרייבער פיהרט אויס אז דער חורבן (אין מירון) קומט נאר ווייל מ'האט זיך נישט אדורכגערעדט מיט'ן "דעת תורה(א)" פונ'ם בד"ץ...לאל לאל לאל. תקיעה, שברים תרועה...!
דו האלטסט אנדערש?

נשלח: מאנטאג מאי 15, 2023 9:58 pm
דורך berlbalaguleh
אוהב ספרים: זיכער. נאר איבער דעם ענטפער וואס איך וויל און קען דיר געבן רעדט שוין די גמ'. און ס'איז בעסער אז איך זאג עס נישט ארויס...!

Re: ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע

נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 1:11 am
דורך nespresso
די קנאים פארפירן געפרליך אויף דעם וואס די סימבאל פון די פריאקטאר מירון איז געווען איבעראל