בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 6:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דיעס אשכול דערמאנט מיר פון אייוועלט, אידישקייט האט נישט גענוג הלכות אזוי אויך? לאז אידן לעבן, אז אידן ווילן זיך שאקלען לאז זיי זיך שאקלען, הו קערס. אני כשלעצמי שאקל מיך ביים דאווענען ווען ס'פאקט מיר אן, און ווען ס'פאקט מיר נישט אן שאקל איך מיך נישט, ווענדט זיך לויט מיין גוסטע (ווען איך וואלט משוגע געוועהן וואלט איך געזאגט אז ס'ווענדט זיך אין די אורות אדער אנדערע מינ"י (פאן אינטענדעד) קרעפ פשט'לעך). די אישו פונעם פותח האשכול האב איך קיינמאל געהאט ווייל ביי אונז פירט מען זיך נישט צו דאווענען ווען מ'איז אונטערוועגנס. (כ'האב גראדע לעצטנס געטראפן א מקור צו דעם מנהג אין עירובין סה. אמר רבי אליעזר הבא מן הדרך אל יתפלל שלשה ימים. אבוה דשמואל כי אתי באורחא לא מצלי תלתא יומי, הגם איך ווייס נישט צו דאס איז טאקע די מקור אבער ס'איז א שיינעם צושטעל.)
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: איך מיין אז דו ביסט נאכאלץ אונטערוועגנס...! ממילא לא מצלית בתוך ג' ימים הראשונים והאמצעיים והאחרונים...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 12:47 am
דורך עסקן בדברים
אין אנדערע קולטורס איז אויך דא אזא געוואוינהייט זיך צו שאקעלען. א צייט צוריק איז דאכט זיך ארום געגאנגען א קליפ ווי מוסלימענישע קינדער ערגעץ וואו שקעלן זיך ביים חזר׳ן די קוראן. דא קען מען זען אין א סקעם קאל צענטער אין קאלקאטא, אינדיע ווי עטליכע שאקעלען זיך ביים ארבעט. קוקטס פון 1:16 ביז 2:32, און פון 3:11 ביז 4:05.
https://www.youtube.com/watch?v=0dT6jB2Dbmk
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:57 am
דורך שמעקעדיג
און וואס איז מיט זיך בוקן ביז דער ערד ווי די מוסלמענער?
היינט איז פארגעקומען אן אינצידענט אויף א פליגער ווי א מוסלמנער האט זיך געבוקט אין קיך און געשטערט די פלייט אטענדענטס, און נאך געהאט די חוצפה צו געבן א דזשאכע אין די נאז פאר איינע פון די ארבעטערס. (פאליציי האט אים ארעסטירט נאכ'ן לאנדן).
קוקט נישט אויס ווי די חברה שעמען זיך פון איימיצן...
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 7:44 pm
דורך מרדכי מרדכי
ער איז א מחלל שם אללא בפרהסיה.