שכח
@וואלווי
אהה דער טעם פון קלארקייט!!!
ברשותך וויל איך צולייגען אויף דעם טעמע.
---
טהור טמא
ס'דא דריי מיני דינים ווי ס'שטייט אין פר' שופטים (?)
כי יפלא ממך דבר
בין דם לדם -
אסור מותר [אסור לבעלה פארבינדען אוועק פון עם. מותר אויפגעבינדען, אפען צו דעם]
בין דין לדין -
חייב זכאי [חייב ער דארף [באצאהלן, באקומען מלקות, כדי צו זיין בשלימות (כ'האב נישט קיין בעסערע אפטייטש דערווייל אויף: יוצא ידי חובתו). זכאי באפרייט פון דעם, ער איז גוט אהן דעם (וואס טייטש זכאי?)
בין נגע לנגע -
טומאה טהרה [די מצב פון דעם מענטש-זאך. אויב ער איז בטהרתו אדער פארקערט. ווי דו שרייבסט]
[גר"א]
ער לאזט אויס
כשר פסול [אויב די גברא-חפץ-מעשה איז קוואליפאצירט אדער דיסקוואליפאצירט צו זיין א כהן-אתרוג-מעשה המצוה]
---
קדושה חול טומאה
קדושה.
אין פשט מיינט עס אפגעטיילט פון יעדעם צו זיין מיוחד פאר עפעס (תוס' קידושין ב: ). [ווי דו זאגסט. מ'דארף א גאנצע צייט טוהן קדושה - זיין מיוחד פאר עם]
אין סוד. מרכבה לשכינה. (ס'איז בעצם די זעלבע זאך, אין הקב"ה שורה אלא על דבר הבטל אליו. עיין פירושי הזוהר על המימרא פני אדון ה' דא רבי שמעון)
טומאה. מיוחד פאר זיך.
חול. בעצם נישט מיוחד פאר קיינעם. מ'קען עס ניצן סיי פאר טומאה און סיי פאר קדושה