פיינעלי איינער ברענגט עס ארויף! שכח
@סיסטעם פארען ארויסגיין פון דעם סיסטעם און רעדן פון וואס יעדער ציטערט
וועט זיך איינער דערבארעמען און רעדן? פליז
---
חלק פון די פארמעקטע תגובות

אויף איין פיס, ווי הייבט מען אהן.
די ציהל איז דביקות אין איין מחשבה.
אלע טעקניעק'ס זענען ווי אזוי צו נעמען איין מחשבה און סטיקן צו דעם.
אויסליידיגען דעם קאפ פון אלע מחשבות וואס נאגן און ציען
פראביר נישט ווען דו ביסט אנגעצויגן, די מוח פליהט, די תאות שרייען, האסט א קאפ וויי, בויך וויי. טוה עס דוקא ווען דו ביסט סייווי ראיג, פיהלסט גוט, און די יאגסט זיך נישט קיין ערגעץ.
מ'גייט אין א שטילע פלאץ, אינדערויסן איז בעסער, מ'פיהלט מער פריי. לאז דיינע אויגן זיך זארגלאז פארמאכן. זיץ שטיל, אטעם טיעף.
די מוח האט אסאך אפענע פייל'ס פון מחשבות, פונקט ווי א קאמפיאטער. מ'דארף קודם ארויף ברענגען יעדע פייל צום סקרין און עס פארמאכן. ווי אזוי טוהט מען דאס?
פרעג זיך: פון וואס טראכט איך יעצט? גלייך שפרינגט ארויף דעם פייל צום קאנטשרעס. אה איך טראכט למשל פון דעם היינטיגן טאג אין די ארבעט.
דו ביסט אזוי ווי א רבי וואס האט גבאים. א איידעלע גבאי (דוקא איידעלע וואס רעדט שיין ליבליך און ראיג) קומט צו צום מחשבה און ריקט עם [ריקט. נישט שטופט] שיין אוועק צו די זייט. [לכאו' זאגט ער עם, קענסט אהיים גיין, דו רבי וועט דיך שוין צוריק רופן שפעהטער (ווען ער איז נישט בדביקות..) א שאד זאלסט ווארטן דא אין צימער ביז דעמאלס.]
די רבי לייגט נישט קיין געוויכט אויף דעם גאנצען שמועס, ער האט סך הכל געווינקען דעם גבאי וואס צו טוהן בשעת ער אטעם'ט ווייטער ראיגערהייט.
אפאר סעקונדעס שפעהטער. און וואס טראכט איך יעצט? אה א אנדערע פייל שפרינגט ארויף פון אונטען. ס'וואלט אריינגעקומען א גוטע סטעיק, אפשר גיימער צום סטעיק הויז פאר סאפער. די גבאי טוהט זיין דשאב, ער רוקט אוועק שמעון, לוי, יהודה, ביז דעם ווארטן צימער איז שוין אינגענצען ליידיג.
מיט די צייט וועסטו קענען מיט יעדע אטעם אויסליידיגען נאך א מחשבה.
ביז די קאפ איז שוין ליידיג, [אזאש אז די רבי פרעגט זיך שוין פון וואס טאקע זאל איך יעצט טראכטן..]
נישט אלעס איז מחשבות זרות
ווען מ'קוקט אויף א בלויע פאפיר, מ'אבזאווירט דעם קאליר בלוי. גלייך קען ארויף צו טאנצען מחשבות מענין לענין, (די גרויסקייט פון די פאפיר, די וואנט אויף וואס ס'הענגט, א.א.וו.) דעי מחשבות זענען נישט קיין פייל'ס [מענטשען מיט נטיות, דאגות, פניות] ס'איז סאך הכל ידיעות וואס טאנצען ארויף, (עֶוִויערנֶעס) מ'דארף אפי' נישט דעם גבאי זאל רעדן צו זיי, מ'גייט פשוט גלייך צוריק צו דעם איצטיגן מחשבה: קאליר בלוי.
אבער בלי לחץ. ס'איז אקעי זיי קומען ארויף. מיט די צייט פון טוהן אסאך מעדעטאציע וועסטו ניטאמאל געדענקען פון דעם פראבלעם.
דעם מענטערא טעקניעק
הייב אהן צו זאגן א קליינע סכום פון ווערטער ווי: ה' אלוקים אמת, וכדו'.
כל דבריך יהי' בנחת. זאג עס ראוג, שטיל, געלאסן אהן קיין עמאשען'ס.
ווען דו זאגסט דעם ווארט ה'. זעה (בעיני השכל) דעם ווארט י-ה-ו-ה. (מ'וועט באלד שרייבן וואס מ'מיינט מיט'ן זעהן דעם ווארט) ווען די זאגסט אלוקים – קומט צו דעם ווארט אלה-ים, און אזוי ביי אמת. זעהסטו שוין דעי 3 ווערטער. נעם א גוטע טיעפע אטעם און הייבט אהן נאכאמאל. איבער און איבער.
דארפסט נישט אינזינען האבן די טייטש, אדער מחדש זיין אויף דעי ווערטער, זיכען ראיות, קשיות. אדרבה היות זיי פעהלן נישט אויס דא, און דו ביסט דאך מחליט וואס צו טראכטן, קענסטו ווייטער פאקעסירן אויף די ווערטער. די אנדערע מחשבות וועלען פון זיך אליין אראפ גיין, דארפסט אפי' נישט קוק'ן אויב זיי קומען צוריק. ביסט דאך פארנימען מיט עפעס אנדערש. וואס גייט דיך אהן.
[כ'ניץ דעם לשון: דארפסט נישט טראכטן די טייטש. און נישט: טראכט נישט. ווייל דאן וועסטו שוין ווידער טראכטן פון דעם. בכלל ניץ נישט קיין מענטערא וואס איז פון שלילי (נישט עפעס). ווי: כ'וויל נישט רעדן לש"ה. נאר חיובי: כ'וויל רעדן גוט'ס. ומהאי טעמא.]
---
זעהן די ווערטער
די אותיות זענען עפעס אומקלאר, כ'זעה עס פארנעפלט, אמאל פעהלט אותיות, גרויסע אותיות און קליינע. די ערשטע ווארט ווערט פארשווינדען ווען כ'האלט ביי דעם דריטען ווארט. וכדו'
דארפסט נישט ליינען די אותיות, לאז די אותיות ארויפשווימען. ווי אזוי ס'איז - איז גוט.
דארפסט ניטאמאל קוקן אויף זיי, די באמערקסט זיי בראי' מן הצד. כאילו זיי הענגען איבער דיך, דו קוק'סט בעצם נישט אויף גארנישט. דו זעהסט זיי. אבער דיינע אויגן זענען נישט צו זיי.
יעדע מעדיטאציע איז א עקסטערע עקספיריעס
ס'איז נישט דא איין ריכטיגע וועג. אויב דו ביסט ראיג און ביסט זוכה זיך צו האלטן ביי איין מחשבה איז עס מעדטאציע.
די שוואכסטע דרגא אין מעדיטאציע איז שטערקער פון אנדערע זאכן. אפי' אפאר סעקונדעס פון באראיגען די מחשבות וועט דיך מאכן פיהלן ראיגער און אויפגעפרישט מער ווי א דרימל.
מיט די צייט וואס מ'טוהט מעדיטאציע אפי' אפאר מינוט א טאג, שטייגט מען אין די טיעפקייט דערפון. [יעדע פאר חדשים טראכט מען: יעצט האב איך עס, פריער איז כמעט גארנישט קעגן וואס כ'האב יעצט.]
---
פון
@בתוך עמי'ס אישי תגובות זעהט מען אז ער האט טאקע א מורא'דיגע קלארקייט און א גיידנ'ס פאר דער וואס וויל אנהייבן. [כ'וואלט אהים געראטן ארויס צו געבן א בוך אדער א ווידיאו. ווארום דעם היימישן עולם ווייסט ווייניג דערפון.]