בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 5:42 am
דורך לייביששרייבער
חדשים האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
ווער איז נעקסט אין די רייע צו ווערן מנהיג ורבן של כל בני הגולה?
איך האב ביז איצט געמיינט אז די גלות האבן זיך צוטיילט אין צווייען נאך וואס דער ברך משה איז אַוועק פון די וועלט.
איצטערט ווער איך געוואר איז די גולה איז גאר צוטיילט אין מערערע חלקים?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 8:35 am
דורך אמאהלגעקעננט
צומישט און צוחישט האט געשריבן:כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
איך פארשטײ נישט . די ברכה איז אױף די עירוב און דאס האט ער געמאכט ? װאס העלפט מישן א טאפ אין די װעלט ארײן ?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 11:42 am
דורך רוחין חדתין
ביי בדיקת חמץ טרעפט מען אזא חומרא להניח פתיתי לחם על אף שהברכה הוא על עצם הבדיקה
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:52 pm
דורך צומישט און צוחישט
אמאהלגעקעננט האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:כ'האב געלייענט אויף אייוועלט און ס'איז מיר געפאלן:, מ'האט דעם ר"י ארייגעפירט אין שפיטאל שבועות ביינאכט, און ער איז געווען אינגאנצן צובראכן אז ער וועט נישט קענען גארנישט מכין זיין מיו"ט לשבת, קומט אויס אז זיין ברכה וואס ער האט געמאכט ערב יו"ט אויף זיין עירוב תבשולין איז א חשש ברכה לבטלה, ולא נח דעתו ביז מ'האט אים געברענגט צום שפיטאל בעט א טאפ מיט א תבשיל און ער האט עס מיט זיינע שוואכע כוחות אביסל ארומגעמישט,, ובזה הרגיע את עצמו.
איך פארשטײ נישט . די ברכה איז אױף די עירוב און דאס האט ער געמאכט ? װאס העלפט מישן א טאפ אין די װעלט ארײן ?
ווען א מענטש פלאנט נישט צו קאכן מיו"ט לשבת דארף ער נישט מאכן קיין עירוב תבשולין,און א ברכה טאר ער נישט מאכן,, למשל אינגעלייט וואס עסן ביי עלטערן מאכן נישט קיין עירוב תבשולין,, (ס'דא מורי הוראה וואס זאגן אז אויב מ'גרייט צו הייס וואסער און מ'צינדט ליכט זאל מען מאכן אהן א ברכה,,)
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:16 pm
דורך רוחין חדתין
וואס הייסט? ער מאכט ע״ס פאר די קעכערטע וואס האט געקאכט פאר אים
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 2:22 pm
דורך צומישט און צוחישט
רוחין חדתין האט געשריבן:וואס הייסט? ער מאכט ע״ס פאר די קעכערטע וואס האט געקאכט פאר אים
אז מ'האט אים אריינגעפירט די ערשטע נאכט יו"ט, פארשטיי איך אז מ'האט שוין נישט געקאכט פאר אים אינדערהיים,,
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 3:53 pm
דורך רוחין חדתין
דאס איז נישט נוגע, העיקר הוא אז מ׳פלאנט צו קאכן
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 9:37 pm
דורך יעקב פאטאש
אזוי ווי אן אשכל קען איך נישט עפענען, וועל איך דארפען דא רעאגירען. איך וואלט זייער געוואלט וויסען וואס די חכמי הקאווע שטיבל האבן וואס צי זאגען אויף די מחאה פון ישיבה ווארלד ניוס אויף די צייטונג "דער איד" פארן נישט באריכטען די פטירה אויפן פאדערשטע זייט.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 10:21 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס נישט וואס דער איד האט יא געשריבן אדער נישט געשריבן. איך האף נאר אז מ'האט נישט אויסגערופן קיין ביטול מלאכה אין בני ברק. ווייל אין ירושלים עיה"ק איז שוין דא א ביטול מלאכה נאך מימי הגרי"ח זאנענעפעלד זצ"ל.
ס'איז דאך א דבר ידוע אז אין ירושלים ארבעט מען נישט. ומעשה שהיה כך היה. ביי די לוויה פון הגרי"ח זאנענפעלד איז ארומגעפארן א קאר און האט אויסגערופן "ביטול מלאכה". אבער ס'איז נישט ארומגעפארן א צווייטע קאר און אויסגערופן אז מ'זאלל זיך נעמען צוריק ארבעטן.