בלאט 2 פון 5
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:21 pm
דורך צומישט און צוחישט
קהל'ס נער האט געשריבן:די בחורים זענען אונזער פראבלעם, זיי זענען דורך אינזער חינוך סיסטעם and we failed them
איך האלט נישט אז בעלזא רב טוט עס ווייל ער אנערקענט אז זיין חינוך סיסטעם טויג נישט, אויב יא זאל ער טוישן די סיסטעם, פאררעכט די בריק וועסטו נישט דארפן קיין שפיטאל! ער טוט עס לכאו' ווייל אלץ מנהיג שפירט ער א אחריות פאר די נשמות ישראל, ס'זאל נישט פארקומען די טראגישע געשיכטעס ווי דא אויבן דערמאנט.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:24 pm
דורך בעל אחריות
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:בעל אחריות האט געשריבן:ער האט נישט מורא אז דאס קען מרבה זיין otd בישראל?
סיסטעם האקט וועגן "סיסטעם"....
OTD's געשעהט נישט פון קירוב נאר פון ריחוק
נאכאמאל, איך פארשטיי די טענה אז מען דארף העלפן יעדע איד נישט קיין חילוק אויב ער איז פרום אדער פריי נאכדערצו אויב איז ער א מעמבער אין דיין קאמיוניטי, אבער אז מען איז מקרב די אטד און מען איז זיי נישט מרחק וועט דאך דער בחור אין ישיבה האבן א גרעסערע רייץ צו ווערן אזוי ווי זיי, ביז היינט האט דער בחור געזעהן אז דער אטד אינגערמאן האט טאקע דעי וועלט אבער נישט "יענע וועלט", יעצט זעהט ער אז ער האט ביידע וועלטן, מה יעשה הבן שלא יחטא?
די שאלה איז וואס וועגט איבער...
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:25 pm
דורך קהל'ס נער
ס'נישט קיין הודעה אז זיין סיסטעם טויגט נישט (מען קען דן זיין אין א צווייטע אשכול), ס'פשוט אז ער נעמט אחריות אויף זיינע אייגענע פראבלעמען אנשטאט זיי פארווארפן פון ביידע וועלטן.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:29 pm
דורך צומישט און צוחישט
קהל'ס נער האט געשריבן:ס'נישט קיין הודעה אז זיין סיסטעם טויג נישט
להערה בעלמא, מיינסט אוודאי "הודאה".
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:30 pm
דורך תוהו ובוהו
ווייס איך נישט פינקטליך וואס דער ציל איז און צי ס'וועט מצליח זיין, אבער איין זאך איז זיכער, דער רב זז"ג האט נודע ביהודה ביצים, עם כל הקליפות. כי כאיש גבורתו.
ירבו כמותו בחרדים.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:31 pm
דורך מתבודד
קהל'ס נער האט געשריבן:אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.............................
עס איז ממש א גליק צו הערן די גראמען פון דעם שטערן. איך וויל נאר פארשטיין וואס דא טוט זיך. בחורים לאזן אפ זייער חסידות און געוויסע ווילן זיי ווייזן ליבשאפט. וואס טוט מען? מ'ברענגט זיי צום אייגענעם קרעמל, מ'האלט ווידער אן די זעלבע קרעפ וואס האט זיי אמאל אויסגעשפיגן, און זיי מיינען נאך אז דאס איז די ישועה! האלו! קיינער וויל נישט הערן וועגן די מיטעלסטער רבי'ס מיטעלסטער! קיינער וויל דארט נישט ארומפארן פאר שוואוילטאג אז דער רב זאזאיינגעזינט זאל נאכאמאל געזינט זיין! זיי האבן דאך אפגעלאזט די גארבעדזש פאר א סיבה!
אדער זענען די א.ט.ד. קאמיוניטי טאטאל משוגע, אדער זענען די בעלזער א באנדע מענטשן פרעסער, אדער בין איך לאו מעלמא הדין.
דער ארגאניזאציע זעט מיר אויס א היכי תימצי צו ווייטער שנאדערן און קיינעם ארויסהעלפן, אחוץ די טרעוועל עידזשענטס, גיטאר פאבריצירער, און די רעבשעיעבערעבמוישה קעכערס.
כ'מיין דו קענסט בלייבן ביי דיין "געווענדליך" און ווייטער נישט שרייבן. אז דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, רעד נישט.
די מהלך פון ביז יעצט צו מרחק זיין האט געארבעט? ניין.
זאל מען ווייטער גיין מיט די סוקסעס-לאזע מהלך, נישט נאר סוקסעסלאז, נאר ברענגט נאך סועסייד אויכט!
ווי זאגט איינשטיין? וואס מיינט א אידיוט? איינער וואס טוט איבער די זעלבע זאך און ערווארט אנדערע רעזולטאטן!
כו"ע מודי אז וואס דיין רב האט געטון איז א געוואלדיגע זאך, סיי מצד דאס עצם אנערקענען די עלעפאנט אין צימער (כאטש ס'האט נעבעך געדארפט קאסטן ס'זאל געשען אבער בעסער שפעטער...), און סיי מיטן טון אזא דראסטישע זאך זיי צו העלפן און ווייזן אז דו אנערקענסט אז זיי זענען מענטשן וכו'.
אבער ווען דו זעהסט אזא נייעס וועגן אזא נייע ארג. באגלייט מיט א קליפ ווי אפאר ווייסע בערד שטייען ביי א קבר און מ'גראמט פונעם מיטעלען רבי'ן... איים סארי אבער ס'קריכט אביסל אויפן נערוון.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 8:49 pm
דורך דערהויבענע איד
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער................................
עס איז ממש א גליק צו הערן די גראמען פון דעם שטערן. איך וויל נאר פארשטיין וואס דא טוט זיך. בחורים לאזן אפ זייער חסידות און געוויסע ווילן זיי ווייזן ליבשאפט. וואס טוט מען? מ'ברענגט זיי צום אייגענעם קרעמל, מ'האלט ווידער אן די זעלבע קרעפ וואס האט זיי אמאל אויסגעשפיגן, און זיי מיינען נאך אז דאס איז די ישועה! האלו! קיינער וויל נישט הערן וועגן די מיטעלסטער רבי'ס מיטעלסטער! קיינער וויל דארט נישט ארומפארן פאר שוואוילטאג אז דער רב זאזאיינגעזינט זאל נאכאמאל געזינט זיין! זיי האבן דאך אפגעלאזט די גארבעדזש פאר א סיבה!
אדער זענען די א.ט.ד. קאמיוניטי טאטאל משוגע, אדער זענען די בעלזער א באנדע מענטשן פרעסער, אדער בין איך לאו מעלמא הדין.
דער ארגאניזאציע זעט מיר אויס א היכי תימצי צו ווייטער שנאדערן און קיינעם ארויסהעלפן, אחוץ די טרעוועל עידזשענטס, גיטאר פאבריצירער, און די רעבשעיעבערעבמוישה קעכערס.
איך עגרי מיט דיר אז ווען איך וואלט געווען אט''ד וואלט איך קיינמאל נישט געפארן מיט'ן סיסטעם אויף א טריפ קיין יוראפ, פאר א סיבה וואלט איך אוועקגעגאנגען, אזוי ווי דו האסט געזאגט.
אבער וואס זאל איך טון אז זיי האבן לכאורה געוואוסט ווי אזוי די זאך וועט אויסזעהן, און אפילו אזוי זענען זיי געפארן?
דאס אז זיי האבן מצליח געווען צו שלעפן אפאר צענדליגע פרייע אידן ווייזט אז זיי זענען יא גרייט צו קומען, אויב אזוי טוען זיי - אהבת קדומים - לכאורה די ריכטיגע זאך.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 9:38 pm
דורך נאך א מיינונג
עס זעט מיר אויס אז געוויסע ארבעטארערס האבן נאר געציילטע מאשינען ביי זיך איז באזיץ, און דאס נוצט מען יעדעס מאל.
אויסער שטיין אין די רייע צו באקומען שיריים, זינגען ווארימע מיינלאזע לידער, באזוכן די טויטע אין בית החיים, און עסן אסאך, האבן מיר נישט קיין פלאן אוו עקשען. אז א ארגאניזאציע דארף ווייזן ליבשאפט (וואדעווער דע העק דעט קען מיען.. מ'קען חתונה האבן מיט אן ארגאניזאציע? טון מצוות מיט אים? וועלכע חתן רבי וועט אויסלערנען וויאזוי די מצוה ווערט געטון?) ווייסן זיי נאר פון זיידעס כח אין הימל, ווידער שיריים פון דער מיט יענער, ווידער מיט די אלטע שטותים.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 9:47 pm
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:כו"ע מודי אז וואס דיין רב האט געטון איז א געוואלדיגע זאך, סיי מצד דאס עצם אנערקענען די עלעפאנט אין צימער (כאטש ס'האט נעבעך געדארפט קאסטן ס'זאל געשען אבער בעסער שפעטער...), און סיי מיטן טון אזא דראסטישע זאך זיי צו העלפן און ווייזן אז דו אנערקענסט אז זיי זענען מענטשן וכו'.
אבער ווען דו זעהסט אזא נייעס וועגן אזא נייע ארג. באגלייט מיט א קליפ ווי אפאר ווייסע בערד שטייען ביי א קבר און מ'גראמט פונעם מיטעלען רבי'ן... איים סארי אבער ס'קריכט אביסל אויפן נערוון.
גערעכט,
ס'מיך אויכט געוועהן פאני
איינער דארף זיי אביסל צולערנען אז ס'איז שוין 2023, אבער די אינטענשענס זענען זיכער גוט, איינער דארף זיי נאר עפענען די קאפ אביסל.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 9:57 pm
דורך סקעפטיקער
איך זעה נישט וואס די עולם פארפירט אזוי, רוב נסיעה איז געווען זייער סעקולאר און אלוועלטליך. האט מען אביסל געוויינט ביים רבינ'ס קבר, ווילאנג מ'מאכט זיי נישט אומבאקוועם מיט'ן מעורר זיין לתשובה וכדו' ס"ה בעט מען רפואות און ישועות געזונט און נחת פאר אלע אידן זעה איך נישט די אלע זאלן האבן א פראבלעם
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:27 pm
דורך שעפטאל
@אויסער געווענדליך: כ'מיין אז דו שרייבסט יא
אויסער געווענדליך גוט, והא ראי' האסט אויפגעוועקט א יעדעם..
די טענה'ריי אשכולות באקומען די מערסטע תגובות,
מ'דארף אמאל אויפרעגן דעם עולם ווייל דאן פליסט די שמועס מיט באקציינער
לגופו של ענין. כ'וויל נאר צוענדיגען
@סקעפטיקער'ס ווערטער. אויב כ'מעג.
מ'פאהרט נישט אפ סתם וועגן מ'איז קליגער, נאר דער וואס ליידט אזויפיל אין די סיסטעם אז ס'וועגט שוין איבער די פּיין פון זיין אויף די אנדערע זייט.
ליבשאפט באקומען זיי נישט ערגעץ, און דאס איז צומאל גאר די סיבה פארן גיין.
זיי דארפן נישט קירוב צו אידישקייט, זיי דארפן קירוב צו דיך.
זיי גייען נישט אפזאגן א אמת'ע שמייכל, א גוט הארץ וואס האט זיי באמת ליב אנקאנדישענאל, אפי' אויב ער גייט מיט בלעק ענד גרין גלעזער און האט א צעשטרויבלטע בארד ווי א וואלד.
שוין געזעהן אזויפיל וואס ענדזשויען א שבת סעודה, ווערן צוקאכט ביי די ניגונים, מיטן פאון אין טאש.
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:38 pm
דורך דערהויבענע איד
סקעפטיקער האט געשריבן:איך זעה נישט וואס די עולם פארפירט אזוי, רוב נסיעה איז געווען זייער סעקולאר און אלוועלטליך. האט מען אביסל געוויינט ביים רבינ'ס קבר, ווילאנג מ'מאכט זיי נישט אומבאקוועם מיט'ן מעורר זיין לתשובה וכדו' ס"ה בעט מען רפואות און ישועות געזונט און נחת פאר אלע אידן זעה איך נישט די אלע זאלן האבן א פראבלעם
ס'קען אפשר זיין פארוואס אסאך מענטשן דא אויף ק''ש ווערן געטריגערט ווען מ'זעט די קליפ פון בית החיים, ווייל אונז זעמיר נאך אין די סיסטעם.
זיי זענען שוין אבער אזוי אפגעפארן אז זיי ווערן נישט אזוי צוקאכט....
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 10:46 pm
דורך מתבודד
גוטע נקודה @דערהויבענע איד, מיך מאכט נישט אזוי נערוועז די ביה"ח געוויינעריי ווי דאס אז מ'האט געמוזט דערמאנען מימרות פונעם מיטעלע רב...
נשלח: דינסטאג מאי 30, 2023 11:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מ'קען שוין מיינען, מ'האט געמאכט נסיעה אויף צו פאראייניגן די דרייסיג מעמבער-מייסדים פונעם נייעם ארגאניזאציע און גראדע איז די theme פון דעם ארגאניזאציע בעלזא איז מען אויך געפארן קיין בעלזא, וואו דען האסטו געוואלט מ'זאל באצייכענען דעם ארגאניזאציע'ס affiliation מיט בעלזא, אלע אטד'ס זאלן זיך אריבערפעקלען צום רב אין שטוב? אפשר האט מען באדארפט צו מאכן א שבת גיבוש אין קריית בעלזא? כ'לויף שוין באלד אויס פון אפציעס.
Re: נייע ארגענעזאציע "אהבת קדומים" פאר בעלזע OTDס
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:05 am
דורך קל וחומר
אין אנדערע ווערטער, א גוי קענסטע ווערן אבער אויס בעלזער קיינמאל.
אפשר איז דאס גאר די געבורט פון א פרישע דור אידישיסטן?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:07 am
דורך Hashemschild
קל וחומר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, א גוי קענסטע ווערן אבער אויס בעלזער קיינמאל.
אפשר איז דאס גאר די געבורט פון א פרישע דור אידישיסטן?
אלע OTD's זענען נישט נוגע, ווייל ס'איז דא בעלז און גוים נישט דא עפעס אנדערש, בעלז איז ריליגיע פאר זיך. ליידער איז עס נישט קיין ליצנות
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:18 am
דורך רוחין חדתין
לכבוד הרב hashemschild
וואס איז פשט פון דיין געבראטנע שנאה אויף בעלזא?
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:23 am
דורך רוחין חדתין
מ’קען נישט ארויסנעמען 1 קליפ פון א גאנצע נסיעה און דן זיין אויף דעם, ופשוט הוא.
ועוד, האב איך פאר ענק נייעס אז קיינעם באדערט נישט דארט דעם מיטעלן בעלזע רב, אלעס ווענדט זיך וואס דאס מיינט צו אים, ואדרבה המציאות מוכיח אז יעדער וויל א קאנעקשען מיט זיין עבר, וביותר עומק רגש זה מתעורר דווקא נאכן זיך אפרייסן און מ'זעהט אנדערע מענטשן ווי שטאלץ זיי זענען מיט זייער קולטור, טראכט מען צו זיך, א מינוט ווי בין איך? אך דא עקא דעם עבר האט מיר אויסגעשפיגן, און דא קומט די depression אריין, והולך ומתרבה עד דכדוכה של נפש וחבל על דאבדין.
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 12:33 am
דורך ערנסטגערעדט
דער עולם מאכט דא אן אסאָמפּשען אז אלע OTD אנטלויפן פון די סיסטעם ווייל זיי זענען מוראדיג אויפגעקלערט און גלייבן נישט אין גארנישט
מקען נישט מאכן קיין בלענקעט-סטעיטמענט אבער א גרויס חלק זענען סתם אנגעווייטאגט אן קיין מחשבות זרות
לאמיר אפילו זאגן ער האלט אז די היינטיגע רב איז ב״ש מיינט דאס ער איז כופר אין די מיטעלע אויך? ער האלט נאכאלץ די מיטעלע איז קודש קדשים
לדוגמא אין וויזניץ מאנסי זענען געווען א באנטש OTD זיי האבן געהאט אסאך טענות אויף די סיסטעם און אפילו אויף די רבי אליין און מיט דעם אלעם איז די (דאן היינטיגע) רבי געבליבן גאר הייליג
אז ער האלט נישט ביים זיך שטופן אויפן פארענטשע מיינט נאך נישט אז צו א שיינע נסיעה העט ער נישט פארן
מדארף ווייטער מקרב זיין
געב קוּדאָס פאר די רב וואס טוט אפילו שלא לשמה
גענוג קלוג איז ער צו פארשטיין אז זיי וועלן זיך שוין נישט שאקלען ביים טיש
זאל עס טאקע יעדער נאכמאכן
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:02 am
דורך רביה''ק זי''ע
קל וחומר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, א גוי קענסטע ווערן אבער אויס בעלזער קיינמאל.
אפשר איז דאס גאר די געבורט פון א פרישע דור אידישיסטן?
און אויס איד קען מען דען יא ווערן? וויפיל פראצענט אטדס האבן אינגאנצן אפגעהאקט מיט'ן אידישן פאלק? איך מיין אז ניטאמאל איין פראצענט... וואס יא, אויס ארטאדאקסישער איד קען מען ווערן, אבער אינגאנצן ווערן אויס איד און ווערן א רוסקי אדער א רעדנעק איז שוין פיל שווערער און קיינער זוכט דאס אפילו נישט. וואס וויל מען דען שוין? סך הכל וויל מען זיין אין א פלאץ וואו מ'לאזט לעבן, קיינער זוכט נישט סתם צו זיין אן איפכא מסתרא אין דער וועלט אריין. (איפכא מסתברא איז א חרדישע קרענק, זיי האבן דאך שוין אפגעלאזט די חרדיזם
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
)
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:13 am
דורך שמעון וואלף
פיינע געדאנק דאס.
איך האב גערעדט מיט עטליכע אפגעפארענע וואס האבן מיר אראפגעלייגט זייער מצב. יא, מ'האט נישט די פרעשור וואס די חרד'ישע געזעלשאפט ברענגט אן, אבער פון די אנדערע זייט שפירט מען א געוויסע איינזאמקייט. מ'מאכט זיך חברים דא דארט אבער ס'שווער אנצוקניפן אן עכטע קשר. און ווער רעדט נאך פון די וואס זענען אויפגעוואקסן אין א חסידות ווי בעלז, וואס דארט ארבעט מען שטארק אז יעדער זאל שפירן א צוגעבינדענקייט צו זיין "חברה". איז אז מ'גיבט זיי א געלעגענהייט צו קומען פארברענגן אינאיינעם איז מיר נישט קיין חידוש אז מ'כאפט זיך צו דערצו.
יעצט, פארוואס האט בעלז דאס געגרינדעט? וואס וועט די עסטעבלישמענט האבן דערפון?
לויט ווי איך קען די בעלזע הנהגה, ארבעטן זיי זייער שטארק און קלוג, צו געווינען די טראסט פונעם ציבור. דער עיקר איז אז דער עולם זאל שפירן אז יש לנו אב זקן, מיר האבן אן הנהגה וואס זארגט זיך פאר אונז, און מ'זאל פרעגן ווי ווייניגער קשיות. און דאס ברענגט אריין א שטאלץ זיך צו פארריפן אלץ א בעלזער חסיד. קיין איינער וועט נישט זיין אזוי פראוד מיט זיין חסידות ווי א בעלזער. און לדעתי, איז דאס די סיבה פאר'ן גרינדן די ארגעניזאציע. זאלן אלע וואס האבן אפגעפארענע קרובים און חברים וויסן אז מ'נעמט קעיר פון אלעס, פרעגטס נאר נישט קיין קשיות און טראכטס נישט צו טיף.
וואס איז נעקסט?
אפשר א קהילה פאר האלב אפגעפארענע? אזא בחינה ווי Chabad light? אייגענע בתי מדרשים, אייגענע מוסדות, וואס דארט וועט מען נישט דארפן גיין שבת מיט שווארצע זאקן וכדומה.
Re: נייע ארגענעזאציע "אהבת קדומים" פאר בעלזע OTDס
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:35 am
דורך קל וחומר
שיין ארויסגעברענגט!
נישט פרעגן קשיות.
נישט טראכטן טיף.
די עיקר מ'זאל שפירן אז יש לנו אב זקן.
איך בין נאר מסופק צו דו שרייבסט דאס ציניש אדער ערנסט.
Re: נייע ארגענעזאציע "אהבת קדומים" פאר בעלזע OTDס
נשלח: מיטוואך מאי 31, 2023 1:37 am
דורך קל וחומר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, א גוי קענסטע ווערן אבער אויס בעלזער קיינמאל.
אפשר איז דאס גאר די געבורט פון א פרישע דור אידישיסטן?
און אויס איד קען מען דען יא ווערן? וויפיל פראצענט אטדס האבן אינגאנצן אפגעהאקט מיט'ן אידישן פאלק? איך מיין אז ניטאמאל איין פראצענט... וואס יא, אויס ארטאדאקסישער איד קען מען ווערן, אבער אינגאנצן ווערן אויס איד און ווערן א רוסקי אדער א רעדנעק איז שוין פיל שווערער און קיינער זוכט דאס אפילו נישט. וואס וויל מען דען שוין? סך הכל וויל מען זיין אין א פלאץ וואו מ'לאזט לעבן, קיינער זוכט נישט סתם צו זיין אן איפכא מסתרא אין דער וועלט אריין. (איפכא מסתברא איז א חרדישע קרענק, זיי האבן דאך שוין אפגעלאזט די חרדיזם [emoji38] )
אן אפשטאם (ראסע) קען מען נישט טוישן אבער קולטור קען מען גאנץ גרינג טוישן. די שאלה איז וואס דו מיינסט מיט 'איד'.