בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג יוני 02, 2023 1:01 pm
דורך Happy365
ערנסטגערעדט האט געשריבן: חב״ד׳ס משפיעים זענען זייער דייווערסיפייד, סאיז דא פון אלע מינע, ספארהאן פרומע ,הויכע , ארייטגעטראכטע ביז יונגע ,אויפגעקלערטע רבנים וואס גייען שמאל געפאסטע הויזן
די נקודה איז שייך אין ברסלב אויך.

אין ברסלב איז דא כל מיני משפיעים עס זענען דא וואס פאדערען עבודת השם און עס זענען דא וואס געבן אסאך חיזוק עס זענען דא וואס לערנען חסידות בעומק און עס זענען דא וואס לערנען לעובדא ולמעשה.

און אנדערע ווערטער יעדער איינער קען זיך טרעפן א פלאץ און ווען איינער איז נישט צופרידן קען ער טאנצן פון איין משפיע צום צווייטען מען דארף נישט צוקומען צו קיין פרעמדע.

און מען זעט טאקע היבש וואס ווערן מקורב צו איין משפיע און קומען אן צו אן אנדערע

ולמבינים: ווער עס האט שוין טועם געווען די אונגערישע וויין.......

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:37 pm
דורך מילך טראק
גראדע קען איך יא איינער וואס קומט פון כפר חבד וואס איז אנטלאפן פון דארט מסתמא איז דא נאך עטליכע, ברסלוו קען איך עטליכע וואס זענען געגאנגען צו ר' יואל ראטה נאך א יאר צוויי זענען זיי אוועק פון דארט

נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:38 pm
דורך מילך טראק
וועלכע חסידות לויפט מען די מערסטע אַוועק?

נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 12:53 am
דורך תנחום
פערצענטועל איז שווער צו וויסן אבער סאטמאר און סקווירא זענען מסתמא די הויפט מחותנים דא

צו מאל איז דא א נייע משפיע וואס זאמעלט אן פאפולאריטעט אין בייסט אריין אין א געוויסע חסידות און נעמט צו א שיינע צאל עובדים און מבקשים א שטייגער ווי הרב קלוגער אין בעלזא און צאנז. רבי איטשע מאיר אין קלויזענבורג

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:33 am
דורך מילך טראק
תנחום האט געשריבן:פערצענטועל איז שווער צו וויסן אבער סאטמאר און סקווירא זענען מסתמא די הויפט מחותנים דא

צו מאל איז דא א נייע משפיע וואס זאמעלט אן פאפולאריטעט אין בייסט אריין אין א געוויסע חסידות און נעמט צו א שיינע צאל עובדים און מבקשים א שטייגער ווי הרב קלוגער אין בעלזא און צאנז. רבי איטשע מאיר אין קלויזענבורג
איינער וואס גייט צו א משפיע מיינט לכוארה נישט אז ער פאלט ארויס פון די קהילה

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:36 am
דורך מילך טראק
תנחום האט געשריבן:פערצענטועל איז שווער צו וויסן אבער סאטמאר און סקווירא זענען מסתמא די הויפט מחותנים דא

צו מאל איז דא א נייע משפיע וואס זאמעלט אן פאפולאריטעט אין בייסט אריין אין א געוויסע חסידות און נעמט צו א שיינע צאל עובדים און מבקשים א שטייגער ווי הרב קלוגער אין בעלזא און צאנז. רבי איטשע מאיר אין קלויזענבורג
סאטמער פרעדיגט אז די גאנצע וועלט זענען רשעים, נאר זיי זענען ערליך, ווען א אינגערמאן גייט ארויס אויף די וועלט זעהט ער איין וואספארא שטותים מ'האט אים איינגערעדט גיט ער א שטויס פאר די גאנצע סאטמער

נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:37 am
דורך רוחין חדתין
ביי די קלוגער עפאכע האבן זיי דווקא יא געוואלט בלייבן אין די קהילה, נאר מ'האט זיי ארויסגעשטויסן.

נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 4:43 pm
דורך מרדכי מרדכי
דערהויבענע איד האט געשריבן:איך קריג זיך מיט די פותח האשכול.

האסט אמאל געטראפן א בעלזער ווערן א סאטמערער? א באבוב'ער? א ליטווישער?

פון ספינקא קיין פאפא קענסטו טרעפן, אדער פון מאדערן צו חב''ד, דעטס איט.
איך קען א איד וואס זיין משפחה איז בעלזא ער אליין דאווענט אין בעלזא אבער די קינדער האט ער געשיקט קיין סאטמאר און ער פירט א פיינעם סאטמאר'ן שטוב.
אויך קען איך עטליכע געוועזענע בעלזערס וואס זענען געווארן ברסלב.

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:05 am
דורך לייביששרייבער
תניא בניחותא האט געשריבן: עס איז דא שווערע 100ער אידן פון אלע חסידות'ן וואס ווערן חב"דסקער אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע
וועכטער יוכיח.

Re: חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:59 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
דער תירוץ איז אז דער ליובאוויטשער וואס וויל שוין ווערן א ליטווישער, וועט שוין גיין נאך ווייטער...
פון דעם איז ליידער דא גענוג.

Re: חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:19 pm
דורך תניא בניחותא
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:59 pm דער תירוץ איז אז דער ליובאוויטשער וואס וויל שוין ווערן א ליטווישער, וועט שוין גיין נאך ווייטער...
פון דעם איז ליידער דא גענוג.
So you agree אז ליטוויש איז א downgrade פון ליובאוויטש...

Re: חסידות מיט א וואן-וועי סטריט - פארוואס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:04 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
תניא בניחותא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 5:19 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 4:59 pm דער תירוץ איז אז דער ליובאוויטשער וואס וויל שוין ווערן א ליטווישער, וועט שוין גיין נאך ווייטער...
פון דעם איז ליידער דא גענוג.
So you agree אז ליטוויש איז א downgrade פון ליובאוויטש...
ניין, נאר ס'איז א געוויסער אומסטאביליטעט ממילא פארט עס ווייטער