בלאט 2 פון 10

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2012 11:42 am
דורך היסטאריקער
I got a ticket for improper parking
what a joke, I didn't block traffic, didn't parked illegal, just park on the right side, but the car was turned around

I guess they need my money

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:36 pm
דורך נס קאווע
שלמה המלך האט געשריבן:
נס קאווע האט געשריבן:וויסט איינער וועדן NEW JERSEY טיקעטס - בעיקר אויפן פאלעסעידס
אויב די פוינטס רעכענען זיך אין ניו יארק, ניו דזשערסי,
אזויפיהל ווייס איך אז די פרייז פאר די טיקעט איז ע"פ רוב ווייניגער פון דא אבער די פרייז פון די לויער סאך טייערער בערך $500 און טוען אויף אסאך וויניגער פון דא אויך וועגן דארט ארבייט עס מיט א פראסעקיוטער און זיי האנדלען עס דורך מיט איהם און איך מיין אז די גייסט אליין אראפ וועסטו באקומען די זעלבע דיעל פון די פראסעקיוטער און דורכגיין א טרייעל איז יענץ גן עדן און איך מיין אז די לויער גייט דאס אויך נישט טוהן פאר דיר

איך האב אמאל באקומען 6 טיקעטס אויפן פאליסעידס פאר עטלניכע פארלעצן אריינגערעכענט אפאר קונדער אנע סיעט בילטס, למעשה האב איך געריפען GOT A TICKET CALL ZEV און ער האט גערעכענט אן אפתוקי פאר יעדען בילעט עקסטרע אבער למעשה האט ער אלעס אויסגעפייט און איך האב נישט באקומען קיין פוינטס נאר באצאלט זיינע טשארדשעס.... וזה הוא

געפילטע פיש האט געשריבן:איך בין נישט זיכער, אבער כמדומני אז נ.י. - נ.ג'ערזי גייט נישט אריבער קיין פוינטס, און בפרט ביי די פאליסיידס איז גרינג צו פארהאנדלען פאר געלט שטראף, ווייל זיי זענען א פרייוועט ביזנעס.

איך האב אויך אזוי גיהערט, (וועגן ניו דזשערסי פוינטס גייען נישט אריבער צום ניו יארקער סיסטעם) נאכמער די פראסעקיוטער העכערט די פרייז אראפ צולאזן פוינטס וואס איז לויט דעם נישט ווערט אבער מ'דארף וויסן וואס דער אמת איז, קען זיין אז נאך 12 ניו דזשערסי פוינטס מעג מען דארט נישט דרייוון
איז כ'מיין יעדער וואס קען ליינען קאורט פעיפערס דארף קענען ענטפערן אויף אזא פשוטע שאלה

נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:42 pm
דורך נס קאווע
זר זהב האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל באקומען א טיקעט פאר אן "אימפראפער טוירן"?

יא אין ניו דזשערסי פאר די דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש בין געקומען פון אלבעני כהאב גיוואלט גיין לאוער און כ'האב נישט נישט געוויסט ווי איינער האט מיר פארמסר'ט די קאפ האט זיך אפגעשטעלט ביי יענעם 5 מינוט און נאכדעם אריבער געקומען, מיט זיין ביטער שמייכל געזאגט ביזט פארלוירן דא ווייסט נישט ווי מ' גייט צום בריק נא דיר א טיקעט

לוינט זיך צו פייטן א טיקעט?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 1:45 am
דורך berlbalaguleh
דבילה האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:לוינט זיך צו פייטן א טיקעט וואס מאט באקומען אין ניו יארק סיטי? געווען אויף א לעין וואס האט א צייכן צו פארן גראד אדער מאכן א רעכטס, איך האב געמאכט א לינקס, סיז 2 פונטס


שטופ אפ ווי לענגער מעגליך. אונטער געווענליכע אומשטענדן זענען די אויסזיכטן גאר שוואך צו געווינען א מאווינג ווייאלעישען דא אין שטאט. ווי לענגער דו שטופסט אלס גרעסער איז די שאנס אז די פאליס וועט נישט אנקומען.

דבילה: איך בין מסכים מיט דיר 100%. איך האב שוין ב"ה געוואונען עטליכע טיקעטס דורך אפשטופן. :oops:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 2:03 pm
דורך קאווע טרינקער
ווייסט אפשר איינער ווי איך קען געוואויער ווערן צו דער גוי'ס דרייוו-וועי וואס איך האב געבלאקט מיט א האלבע פיס, איז ליעגאל אדער נישט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:17 pm
דורך למדן
זיי ווייסן, די וואס זענען נישט ליגאל באקומען א טיקעט פאר די דרייוועי, עכ"ז וואלט איך זיך אויף זיי נישט פארלאזט און נאכגעקוקט אויב שייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 3:43 pm
דורך [NAMELESS]
ראביי קאווע ליידט אויף טעלעפאטיא..... פינקט היינט אינדערפרי האב איך געטראכט אז איך דארף דא ארויפברענגען צוירק די אשכול, ווייל איך דארף מעלדען פאר'ן עולם וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט מיין טיקעט. מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול.
אין די ענד האט א לויער אין מאנטיסעלא עס געפייט פאר מיר פאר 100$ (ער האט געבעטן 125 , אבער איך האב עס געקענט צאלן אדער מיט א טשעק אדער מיט קעש - און ער האט ענדערש געוואלט קעש, און איך האב נאר געהאט אויף מיר 100 דאלער קעש). ער האט עס געטוישט צו א פארקינג טיקעט און שלום על ישראל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:53 pm
דורך קאווע טרינקער
אזא למדן???!! דו מאכטס די שאלה שטערקער...
נו וואס טוט מען? קיינער ווייסט טאקע נישט?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:38 pm
דורך למדן
איך זאג אז זיי האבן דיר געגעבן א טיקעט ווייסן זיי ע"פ רוב אז ס' א ליגאלע דרייוו וועי ווייל ווען ס' נישט ליגאל באקומט ער א טיקעט און נישט דו, עכ"ז וואלט איך נאכגעקוקט אויב ס' שייך אבער כ' האב נישט געטראפן וואו נאך צו קוקן

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 3:06 am
דורך משה רוקח
I once saw a map of all legal driveways in Brooklyn.
Most of the actual driveways that you see is illegal.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 11:16 am
דורך איחוד פעלד
משה רוקח האט געשריבן:I once saw a map of all legal driveways in Brooklyn.
Most of the actual driveways that you see is illegal.



איז דא אזיין זאך?

ווי קען עס זיין. א דרייוווועי קען מען אפילו נישט נאך קוקען אין דיפארטמענט אף בילדינגס.

עס איז נאר דא א חיוב ארויסצונעמען א פערמיט צו שניידען די סעמענט פין די גאס, און דעמאלס איז דא כללים אויף דאס מעג זיין א דרייוועי, צ.ב.ש. כך וכך פיס ברייט און לאנג, נישט נאנט צו א בוים אדער יוטיליטי זויל, וכו'.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:13 pm
דורך בדחן
ראשעקאל האט געשריבן:ראביי קאווע ליידט אויף טעלעפאטיא..... פינקט היינט אינדערפרי האב איך געטראכט אז איך דארף דא ארויפברענגען צוירק די אשכול, ווייל איך דארף מעלדען פאר'ן עולם וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט מיין טיקעט. מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול.
אין די ענד האט א לויער אין מאנטיסעלא עס געפייט פאר מיר פאר 100$ (ער האט געבעטן 125 , אבער איך האב עס געקענט צאלן אדער מיט א טשעק אדער מיט קעש - און ער האט ענדערש געוואלט קעש, און איך האב נאר געהאט אויף מיר 100 דאלער קעש). ער האט עס געטוישט צו א פארקינג טיקעט און שלום על ישראל.


לויער׳ס פייטען נישט, זיי גייען נישט אויף טרייעל פאר דיין טיקעט, זיי באקימען די זעלבע דיל וואס דו האסט געקענט באקימען ווען דו ביזט ווען דארט,

איך האב עס שוין כמה פעמים געזען, געווענליכע מענטשן פארהאנדלען און זיי באקימען דו זעלבע סטעלמענט ווי דער לויער באקימט, א לויער איז נאר ווערט ווען מען איז גיט באדאסט מיט טיקעטעס איבערן קאפ,

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:10 pm
דורך קאווע טרינקער
וועלכע סייט קען איך זעהן א ספידינג טיקעט?
אויפן שטר חוב זעלבסט שטייט נישט קיין אדרעסס פון א סייט.
ביטע העלפט, כי באו גוים בנחלתי.

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:15 pm
דורך איחוד פעלד
איז עס לכאורה נישט פין די סיטי!

אויב יא שטייט דארט וויאזוי צו פייטען אנליין.

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 12:23 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז פון די גרויסע גרעיטער ניו יארק שטאטישע פאליציי...
די גרויסע אמריקה וואס האט נישט מרגיש געווען ווי א באנדע פון 100 מענטשען גרייטען זיך צו 4 פליגער'ס צו פאלאזירן גאנץ אמעריקא, - איז אבער יא גאלאנגן צו כאפן א נערישע קאווע טרינקער פארט אביסל שנעלער ווי די אלטע פארשימלעטע שילד זאגט אן. נעבאך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 12:57 am
דורך נולד מאוחר
וואס ווילסטו זען?
www.dmv.ny.gov/pleadandpay/default.html#link

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 10:25 am
דורך [NAMELESS]
בדחן האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:ראביי קאווע ליידט אויף טעלעפאטיא..... פינקט היינט אינדערפרי האב איך געטראכט אז איך דארף דא ארויפברענגען צוירק די אשכול, ווייל איך דארף מעלדען פאר'ן עולם וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט מיין טיקעט. מיט וואס איך האב אנגעהויבן די אשכול.
אין די ענד האט א לויער אין מאנטיסעלא עס געפייט פאר מיר פאר 100$ (ער האט געבעטן 125 , אבער איך האב עס געקענט צאלן אדער מיט א טשעק אדער מיט קעש - און ער האט ענדערש געוואלט קעש, און איך האב נאר געהאט אויף מיר 100 דאלער קעש). ער האט עס געטוישט צו א פארקינג טיקעט און שלום על ישראל.


לויער׳ס פייטען נישט, זיי גייען נישט אויף טרייעל פאר דיין טיקעט, זיי באקימען די זעלבע דיל וואס דו האסט געקענט באקימען ווען דו ביזט ווען דארט,

איך האב עס שוין כמה פעמים געזען, געווענליכע מענטשן פארהאנדלען און זיי באקימען דו זעלבע סטעלמענט ווי דער לויער באקימט, א לויער איז נאר ווערט ווען מען איז גיט באדאסט מיט טיקעטעס איבערן קאפ,

פאר הונדרעט דאללער לוינט זיך אז יענער זאל קעיר נעמען. די פראבלעם איז נאר ווען מען גייט מיט די היימישע קאמפעניס און זיי טשארזשן 4-500 דאללער פאר די זעלבע זאך....

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:11 pm
דורך ענדע צדיק
למדן האט געשריבן:איך זאג אז זיי האבן דיר געגעבן א טיקעט ווייסן זיי ע"פ רוב אז ס' א ליגאלע דרייוו וועי ווייל ווען ס' נישט ליגאל באקומט ער א טיקעט און נישט דו, עכ"ז וואלט איך נאכגעקוקט אויב ס' שייך אבער כ' האב נישט געטראפן וואו נאך צו קוקן

נישט ריכטיג,
די פאליס לייט ווייסן געווענטליך נישט ווי ס'איז א ליגעל דרייוועי און ווי נישט,
אבער "געווענטליך" וועלן זיי נישט געבן קיין טיקעט פארן בלאקן א דרייוועי, נאר אויב די בעל הבית רופט זיי,
וואס דאס מיינט געווענטליך אז ס'איז א ליגעל דרייוועי,
אבער ס'איז נישט קיין כלל, ווייל נעבן מיין ביהמ"ד איז געווען איינער וואס האט געהאט א דרייוועי און ער פלעגט כסדר רופן פאליס אז מ'בלאקט עס, ביז איינמאל האט מען מברר געווען אז ס'איז נישט קיין ליגאלע דרייוועי, און ער האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צו גיין ליגעלייזען.

און דאס וואס דו זאגסט אז די בעך הבית וואלט באקומען א טיקעט איז נישט ריכטיג,
ווייל די פאליס לייט וועלכע גייען ארום טטיילן טיקעטס קענען נישט געבן פאר אזא זאך קיין טיקעט,
די טיקעטס באקומט מען פון די בילדינג דעפארטמענט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:14 pm
דורך ענדע צדיק
איחוד פעלד האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:I once saw a map of all legal driveways in Brooklyn.
Most of the actual driveways that you see is illegal.



איז דא אזיין זאך?

ווי קען עס זיין. א דרייוווועי קען מען אפילו נישט נאך קוקען אין דיפארטמענט אף בילדינגס.

עס איז נאר דא א חיוב ארויסצונעמען א פערמיט צו שניידען די סעמענט פין די גאס, און דעמאלס איז דא כללים אויף דאס מעג זיין א דרייוועי, צ.ב.ש. כך וכך פיס ברייט און לאנג, נישט נאנט צו א בוים אדער יוטיליטי זויל, וכו'.


מ'קען יא אראפגיין אין בילדינג דעפארטמענט און נאכקוקען יעדע הויז אויב ס'האט א ליגעל דריוועי,
און כדאי צו מאכן ליגעל מוז עס זיין אויסגעהאלטן כדבריך,
און אויך איז דא א שטייער וואס מ'באצאלט פאר די פערמיט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:15 pm
דורך קאווע טרינקער
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס ווילסטו זען?
www.dmv.ny.gov/pleadandpay/default.html#link

היתכן מ'קען נישט זעהן אנליין נאר טיקעטס באקומען אין די סיטי, און נישט טיקעטס באקומען אינעם סטעיט?
ס'איז ניו יארק דא אדער אפריקא?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 5:10 pm
דורך למדן
בדחן האט געשריבן:לויער׳ס פייטען נישט, זיי גייען נישט אויף טרייעל פאר דיין טיקעט, זיי באקימען די זעלבע דיל וואס דו האסט געקענט באקימען ווען דו ביזט ווען דארט,

איך האב עס שוין כמה פעמים געזען, געווענליכע מענטשן פארהאנדלען און זיי באקימען דו זעלבע סטעלמענט ווי דער לויער באקימט, א לויער איז נאר ווערט ווען מען איז גיט באדאסט מיט טיקעטעס איבערן קאפ,

אינטערעסאנט איז אז אין די סיטי וואו לויערס פייטן טיקעטס קאסט א לויער בדרך כלל $150-$100, און אין ניו דזשערסי (פאליסעידס) וואו לויערס פייטן נישט נאר באקומען א דיעל פון די פראסעקיוטער וואס דו קענסט אליינס באקומען בעטן זיי $500-$400
דאס איז שוין חוץ פון וואס עס איז ווי א מאני מעקינג ביזנעס די גאנצע קאורט סיסטעם און גיענדיגט אז זיי באקומען (לכאורה) געלט פון די לויערס, זיי געבן ארויס די נעמען און יעדער באקומט בריוון פון לויערס וואס ווילן פייטן און ווי אויבן געזאגט פייטן זיי נישט, ביי איין קעיס ריקט מיר דער דזשאדזש אראפ די גלעזער ביז אונטער די נאז און זאגט מיר "איך מיין דו זאלסט נעמען א לויער" און צום סוף ווען איך בין אליין אראפ האט דער פראסעקיוטער דיסמיסט דער קעיס

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
TALK ABOUT JUSTICE IN THE USA

נשלח: פרייטאג פעברואר 22, 2013 12:23 pm
דורך נולד מאוחר
כ'האב באקומען א קוויטיל פארן נישט האבן מיין אינשארענס קארד.
דארף איך עס פייטען? כהאב למעשה אן עקטיוו פאליסי.