שמעקעדיג האט געשריבן:הקטן, וויפיל סארט טעראפי'ס דארף א טעראפיסט קענען כדי נישט צו לייגן דעם קליענט אויף א סדום בעטל?
ער דארף גענוג קענען אז טאמער ער זעהט אז זיין מהלכ(ים) זענען נישט געאייגנט פאר דעם פאציענט, זאל ער לייגן זיין איגו אינדערזייט און רעפערן דעם פאציענט צו א צווייטען
עקזעקטלי דאס געוואלט מגיב זיין ווען איך האב געליינט שמעקעדיג'ס פראגע א דוגמא איז מרדכי וויינבערגער ער רעדט אסאך וועגען דעם און מען קען מיטהאלטן ביי זיינע לייוו שאוס ווי אזוי ער ענטפערט איך ווייס נישט ווי גוט ער איז למעשה אבער אין דעם איז ער לכאורה אויסגעהאלטן
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 9:45 pm
דורך איןברירה
דער נושא איז באמת א ברייטער און א טיפער. עס דערמאנט מיר דער ארטיקלן פון הרב דר. אברהם יהושע העשל טברסקי זצ"ל אין דער ענגלישע המודיע. ער פלעגט כמעט אלעמאל ענטפערן אז באמת ווענט זיך עס אין פארשידנע פרטים און ממילא גיי פרעג א דאקטער.
אבער באמת בדרך כלל איז א פסיכאלאג און אפילו א לייסענסעד קאונסלער פול מער דורך שטודירט און מער ווירקזאם פון א קאוטש. אבער מאידך גיסא איז עס אפט מער וויפול מען דארף. ממילא איז שווער צו זאגן א כלל.
איך בין אמאל געווען ביי א דרשה פון הרב זכריה וואלערשטיין ע"ה. ער האט געוואלט ארויסברענגן די וויכטיגקייט פון פרובירן צו העלפן א צווייטן מיט א שמייכל, א גוט ווארט אדער אויסהערן א צוויטענס ווייטאג. בשעת מעשה האט מיר עס אויסגעזען ווי כאילו ער מאכט אוועק פראפעשענילס. עס האט מיר בשעת מעשה געשטערט. ווייל עס מאכט זיך אז איינער וואס דארף יא הילף פון א פראפעשעניל און הערט אזא דרשה און ער הייבט אן טראכטן ביי זיך אז עס מאכט נישט אויס ווייל יעדער מענטש קען העלפן.
סא די קליגע מאכן נישט לייסענס און קענען טשארדזן גלייך 250 אן די אלע עקספענסעס
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:25 am
דורך יואלמ
זיי זענען אפשר קליג פון א ביזנעס פערספעקטיוו, אבער פון א clinical פערספעקטיוו וואלט איך זיי נישט געטראסט. טערעפי איז א קאמפליצירטע ארבעט און ס'איז אזוי גרינג פאר א נער זיך צי אינרעדן אז ער קען עס טוהן אהן זיך לערנען. א לייסעסענסעד טערעפיסט ארבעט לפחות 5 יאהר אינטער א supervisor וואס ער רעדט זיך אדורך וועכענטליך מיט אים און ער לערנט זיך פון זיינע טעותים. א שטאלצע unlicensed therapist וואס מיינט אז ער דארף נישט טרעינינג און סאפערווישאן וועט קיינמאהל נישט כאפן ווי ווייניג ער ווייסט.
איך זאג נישט אז א unlicensed therapist קען נישט טוהן קיין גוטע ארבעט, אבער איך זאג איך וואלט אים נישט געטראסט און ער איז לייקלי overconfident.
Re:
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:50 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
רוחין חדתין האט געשריבן: ↑מאנטאג יוני 05, 2023 8:49 pm
האדמו"ר מפיסצנה מביא בשם חותנו שהשקרן הוא האדם הגרוע ביותר ולעולם אינו בא לידי תשובה.
ווי אזוי קען ער "זיך" ברענגען נענטער צום באשעפער ווען ער ווייסט נישט ווער "זיך" איז. הה"ד דובר שקרים לא יכון לנגד עיני.
רק מי שאינו שקרן ורמאי שקוע בשקריו. כי יש איש שמכשילו יצרו לפעמים להוציא דבר שקר ח"ו הגם שזה רע מאוד ר"ל, מכל מקום יכול עוד לשוב ויכול גם להתקבל לחברתנו, משא"כ האיש שהוא בעצם רמאי ושקרן מרמה את אחרים וגם את עצמו, על איש כזה שמעתי מכ"ק חותני מורי הרה"צ הק' זצוקללה"ה, שאמר בשם איזה צדיק זי"ע, שאף לשוב א"א לאיש כזה, מפני שגם תשובתו בשקר היא. כנ"ל שמרמה את עצמו, הוא יכול לדמות לו שבשעה אחת יעשה צדיק פועל ועושה, ובאמת לא צדיק ולא פעל ולא עשה מאומה.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:26 pm
דורך שפילער
יואלמ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:25 am
זיי זענען אפשר קליג פון א ביזנעס פערספעקטיוו, אבער פון א clinical פערספעקטיוו וואלט איך זיי נישט געטראסט. טערעפי איז א קאמפליצירטע ארבעט און ס'איז אזוי גרינג פאר א נער זיך צי אינרעדן אז ער קען עס טוהן אהן זיך לערנען. א לייסעסענסעד טערעפיסט ארבעט לפחות 5 יאהר אינטער א supervisor וואס ער רעדט זיך אדורך וועכענטליך מיט אים און ער לערנט זיך פון זיינע טעותים. א שטאלצע unlicensed therapist וואס מיינט אז ער דארף נישט טרעינינג און סאפערווישאן וועט קיינמאהל נישט כאפן ווי ווייניג ער ווייסט.
איך זאג נישט אז א unlicensed therapist קען נישט טוהן קיין גוטע ארבעט, אבער איך זאג איך וואלט אים נישט געטראסט און ער איז לייקלי overconfident.
אזוי ווי יעדע זאך, מיין איך אז דאס זייער סובדזשעקטיוו, הן מצד די קליענט און הן מצד די טעראפיסט, די קליענט אין וואס ער זוכט צו באַקומען פון טעראפיע, און די טעראפיסט אין וואס ער זוכט אויפצוטוהן מיט זיינע קליענטן, און בכלל די גאנצע סיבה פארוואס ער האט אויסגעקליבן די פראפעסיע אלס זיין מקור הפרנסה.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:25 pm
דורך אלפא
די עכטע פראבלעם מיט טעראפי איז אז עס באשטייט נישט פון קיין 'מאדעליטיס'... (מיין ערשטע טעסט איז אייביג אויב דער צו וועם איך רעד האלט אז מרדכי וויינבערגער איז א טעראפיסט?! אויב יא, איז מיר א שאד די שפייאכטץ... והמבין יבין) עס איז די סוביעקט פון קענען קאנטעינען, טאלערירן, אמת'דיג סימפאטיזירן, און פארשטיין צו מענטשן. פינטל. אלעס אנדערש איז די טשערי-אן-די-פיי, זייער שיין און אפי' וויכטיג, אבער קען נאר נאכקומען דעם יסוד!
פארשטייט זיך אז אפלערנען דעם 'מענטש' איז וואס פארנעמט די יארן פון לערנען, ליינען, אריינקוקן אין זיך, און פארשטייט זיך אויך טרענירונג. און ווי באקאנט זענען דא א היבשע צאל טעאריעס פון וואס טאקע עס ליגט אינעם סאמען קאור פון דאס באגריף 'מענטש', ווי אויך איבער דעם פאסיגן וועג פון דאס קאנטעינען (-במחשבה, בדיבור, אדער בסובקאנשעס..), עס איז אבער בהחלט נישט עפעס וואס רינט ארויס פון ארבל פאר יעדן זעלבסט דעקלערטע קאוטש!!
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:37 pm
דורך שפילער
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט דיסיידעט אז דאס מיינט טערעפי? דאס איז בעסיקלי נאך א מעדאט וואס יעדע קאטש קען זיך לערנען!
פארוואס איז מרדכי וויינבערגער נישט קיין טערעפיסט אויב מעג איך פרעגן?
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:41 pm
דורך ברוך שפינוזה
באמת האב איך דאס שוין געוואלט זאגט אין אן אנדערן אשכול איבער גיין צום gym, אבער די זעלבע איז אמת לגבי טעראפי אויך. ס'איז פאני ווי אינעם חסידישן צירקל איז טעראפי אן אראפגעקוקטע זאך, מאנכע וועלן דיך אנקוקן ווי נעבעך דו קענסט זיך נישט אליין אן עצה געבן און דו דארפסט צוקומען צו טעראפי. אין די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס איז טעראפי אן אינטעגראלע חלק פון לעבן, פארקערט, אז דו האסט נישט קיין טעראפיסט מיט וועם דו קענסט זיך שטאלצירן אלץ זיין תלמיד קוקט מען דיך אן ווי א נעבעך וואס קען זיך עס נישט ערלויבן, אסאך מענטשן גייען אפילו צו א טעראפיסט נאר צו קענען זאגן אז זיי גייען, מ'זאל זיי ח"ו נישט אנקוקן ווי א לוזער וואס וויל זיך נישט פארבעסערן און וואקסן.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:56 pm
דורך חובב קאווע
@אלפא: אפשר ביסטו מסביר וואס דאס מיינט 'פארשטיין צו מענטשן'?
כ'מיין, מיין שאלה איז, עס איז דא אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט, און יעדער פון האט זיין אייגענע מעשה צו פארציילן וואס איז אינגאנצן אנדערש פונעם צווייטן, איז וויאזוי איז שייך צו פארשטיין צו 'מענטשן'?
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:58 pm
דורך אלפא
חובב קאווע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:56 pm
@אלפא: אפשר ביסטו מסביר וואס דאס מיינט 'פארשטיין צו מענטשן'?
כ'מיין, מיין שאלה איז, עס איז דא אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט, און יעדער פון האט זיין אייגענע מעשה צו פארציילן וואס איז אינגאנצן אנדערש פונעם צווייטן, איז וויאזוי איז שייך צו פארשטיין צו 'מענטשן'?
איך קען דא נישט געבן קיין קורס אין פסיכאלאגיע (-ווער זאגט?!), אבער עס הייבט זיך אן מיטן פארשטיין זיך אין א טיפע וועג - וועלכע קען זיך דאן איבערגיסן און צושפרייטן צו נאך מענטשן און נאטורן...
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:40 pm
דורך יואלמ
אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:25 pm
די עכטע פראבלעם מיט טעראפי איז אז עס באשטייט נישט פון קיין 'מאדעליטיס'... (מיין ערשטע טעסט איז אייביג אויב דער צו וועם איך רעד האלט אז מרדכי וויינבערגער איז א טעראפיסט?! אויב יא, איז מיר א שאד די שפייאכטץ... והמבין יבין) עס איז די סוביעקט פון קענען קאנטעינען, טאלערירן, אמת'דיג סימפאטיזירן, און פארשטיין צו מענטשן. פינטל. אלעס אנדערש איז די טשערי-אן-די-פיי, זייער שיין און אפי' וויכטיג, אבער קען נאר נאכקומען דעם יסוד!
פארשטייט זיך אז אפלערנען דעם 'מענטש' איז וואס פארנעמט די יארן פון לערנען, ליינען, אריינקוקן אין זיך, און פארשטייט זיך אויך טרענירונג. און ווי באקאנט זענען דא א היבשע צאל טעאריעס פון וואס טאקע עס ליגט אינעם סאמען קאור פון דאס באגריף 'מענטש', ווי אויך איבער דעם פאסיגן וועג פון דאס קאנטעינען (-במחשבה, בדיבור, אדער בסובקאנשעס..), עס איז אבער בהחלט נישט עפעס וואס רינט ארויס פון ארבל פאר יעדן זעלבסט דעקלערטע קאוטש!!
הינדערט פראצענט! איך וועל צילייגן א משל: וואס מאכט א גיטע זינגער? איינער וואס קען אסאך ניגונים אדער איינער וואס ווייסט "וויאזוי" צי זינגען? זיך צי אויסלערנען א ניגון איז גרינג אבער זיך צי אויסארבעטן די סקילס און די קול, -דעיס איז די שווערע חלק וואס פארלאנגט טאלאנט אין practice. די זעלבע זאך מיט טערעפי, ס'איז דא די מאדעליטי און ס'איז דא די "סקילס" פון "וויאזוי" צי טוהן טערעפי און וויאזוי צי ניצן די מאדעליטי אין די ריכטיגע וועג. זיך צי אויסלערנען א מאדעליטי איז גרינג, קענסט זיך קויפן די בוך פאר $20 און וועסט עס קענען ביז אפאהר שעה. די עיקר איז צי קענען ריכטיג פיהרן די פראסעס פון די טערעפי און פאר דעהם דארף מען האבן גוטע טרעינינג און supervision (און זיך אליינס גוט קענען). די research ווייזט אז די פאקטאר וואס וועט די מערסטע משפיע זיין אויף די הצלחה פון טערעפי איז די quality פון די רילעישאנשיפ. זייער אסאך studies האבן געוויזן אז די מאדעליטי וואס מען ניצט איז נישט אזא מכריע צי די טערעפי וועט מצליח זיין. די וואס האבן ערפינדן די מאדעליטיס האבן עס ערפינדן אלס א tool וואס מען קען ניצן " אין טערעפי" אבער דעיס איז נישט "די" טערעפי. פינקט ווי די קענסט נישט ווערן א זינגער פון קויפן א בוך מיט ניגונים די זעלבע קען מען נישט ווערן א טערעפיסט פון זיך לערנען א מאדעליטי.
די סקיללס פון טוהן טערעפי ענטהאלט אסאך און איך גיי אויסרעכענען א חלק פון זיי. בויען א רילעישאנשיפ, געיבן און נעמען פידבעק פון קלייענטס, קאנפראנטירן קלייענטס און א וועג וואס וועט זיי נישט מאכן דיפענסיוו, האלטן א געזינטע דיסטענס און נאכאלץ זיין attuned צי די קלייענטס, דיעלן מיט די אייגענע frustration אנטקעגן א קלייענט כדי די רילעישאנשיפ זאל נישט ציגרינד גיין, העלפן קלייענטס אדורכארבעטן די רעסיסטענס וואס זיי האבן צי change, קענען מאכן פלאץ פאר believes פון א קלייענט וואס איז פארקערט ווי זיינס, זיין aware ווען די אייגענע געפיהלן קימען אריין בשעת מ'הערט אויס א קלייענט און זעהן אז ס'זאהל נישט שטערן די טריעטמענט, ועוד... ס'איז דא אסאך צי מאריך זיין אין איעדע פון דעיע נקודות אבער מיין פוינט איז אז זיך צי אויסלערנען די "פראסעס" פון טערעפי פארלאנגט אז די טערעפיסט זאהל זיין זייער ערנסט געלערנט.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 7:42 pm
דורך אלפא
כ'האב הנאה פון די צושטעל צו מוזיק/זינגערס..
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 9:20 pm
דורך שפילער
יואלמ האט געשריבן: ↑
די סקיללס פון טוהן טערעפי ענטהאלט אסאך און איך גיי אויסרעכענען א חלק פון זיי. בויען א רילעישאנשיפ, געיבן און נעמען פידבעק פון קלייענטס, קאנפראנטירן קלייענטס און א וועג וואס וועט זיי נישט מאכן דיפענסיוו, האלטן א געזינטע דיסטענס און נאכאלץ זיין attuned צי די קלייענטס, דיעלן מיט די אייגענע frustration אנטקעגן א קלייענט כדי די רילעישאנשיפ זאל נישט ציגרינד גיין, העלפן קלייענטס אדורכארבעטן די רעסיסטענס וואס זיי האבן צי change, קענען מאכן פלאץ פאר believes פון א קלייענט וואס איז פארקערט ווי זיינס, זיין aware ווען די אייגענע געפיהלן קימען אריין בשעת מ'הערט אויס א קלייענט און זעהן אז ס'זאהל נישט שטערן די טריעטמענט, ועוד... ס'איז דא אסאך צי מאריך זיין אין איעדע פון דעיע נקודות אבער מיין פוינט איז אז זיך צי אויסלערנען די "פראסעס" פון טערעפי פארלאנגט אז די טערעפיסט זאהל זיין זייער ערנסט געלערנט.
דו זאגסט הערליך אבער איך זעה נישט פארוואס א מענטש וואס האט נישט קיין לייסענס קען זיך נישט דאס אלעס לערנען אנע זיצן אין סקול פאר פינעוו יאר!
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 9:21 pm
דורך ים של שלום
חובב קאווע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:56 pm
@אלפא: אפשר ביסטו מסביר וואס דאס מיינט 'פארשטיין צו מענטשן'?
כ'מיין, מיין שאלה איז, עס איז דא אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט, און יעדער פון האט זיין אייגענע מעשה צו פארציילן וואס איז אינגאנצן אנדערש פונעם צווייטן, איז וויאזוי איז שייך צו פארשטיין צו 'מענטשן'?
האסט אמאל גענומען דיין קאר צו א גיטע מעקעניק?
א גוטע מעקעניק ״פארשטייט״ צו קארס.
איי עס איז דא טויזענטער מאדעלס פון קארס (אין אמעריקא איז דא בערך 280 מאדעלס)?
נאר די יסודות זענען מער ווייניגער די זעלבע ביי אלע מאדעלס.
מענטשען זענען די זעלבע. רוב האבען מער ווייניגער די זעלבע אישוס, פעירס, און איינרעדענישן. (עספעשעלי ווען רוב קליענטין זענען פון די זעלבע געגענטער און קאמיונעטיס) די קליינע חילוקים דאס קען שוין א פראפעשענעל אויפכאפן נאך איין צוויי וויזיטס.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:42 pm
דורך חובב קאווע
איך טרעף די צושטעל פון מענטשן צו קארס זייער אפענסיוו....
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:09 pm
דורך יואלמ
@שפילער, אויב איינער גייט נישט אין סקול אין ספענט אפאהר יאהר פון זיין לעבן מיטן זיין אריינגעלייגט fully זיך צי אויסלערנען די פאך און ער גייט נעמען אפאהר יאר שימוש ביי מומחים וואס קען די טיעפקייט פינעם פאך, דעמאלטס זעה איך דיין נקודה. אבער געווענטליך איז דעיס נישט די קעיס.
אזויווי איך האב מסביר געוועהן, דעיס איז א פאך וואס מען דארף אסאך אינוועסטן אין זיך, זיך צי דעוועלאפן אלץ גוטע טערעפיסט.
Re: דאגה בלב איש ישיחנה vs Therapy.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:33 pm
דורך אלפא
ים של שלום האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 9:21 pm
מענטשען זענען די זעלבע. רוב האבען מער ווייניגער די זעלבע אישוס, פעירס, און איינרעדענישן. (עספעשעלי ווען רוב קליענטין זענען פון די זעלבע געגענטער און קאמיונעטיס) די קליינע חילוקים דאס קען שוין א פראפעשענעל אויפכאפן נאך איין צוויי וויזיטס.
יא און ניין!
יא, אז געוויסע מענטשליכע יסודות זענען די זעלבע, אבער ניין, עס איז נישט די אישוס אדער איינרעדענישן (- אין קעיס פסיכאלאגיע דרייט זיך נאר ארום דעם...) וועלכע זענען בכלל ענליך - אפי' אין די זעלבע קאמיוניטי.