בלאט 2 פון 3
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 2:04 pm
דורך תשפג
ישראל הלוי האט געשריבן:איין זאך איז גוט אויב עס קומט טאקע ארויס אזא תקנה, אויב וועט מען איינפירן ביליגע קליידער, און די קרעדיט קארד וועט אביסל נאכלאזן פון זייערע הויעכע סטעיטמענט, דאן קען מען קלערן אז עס לוינט זיך!
אדער וועט זיין פארקערט, א יעדע אייטעם וואס מ׳מוז קויפן אין א היימישע סטאר צאלט מען טאפעלט פון די אלגעמיינע גאס
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 2:12 pm
דורך קהל'ס נער
ישראל הלוי האט געשריבן:יהורם האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער ״וועד לבושי כבוד״ א געהעריגע לעגיטימאציע פאר פעדאפיליע בתוכינו. עס איז נישט פארהאנען קיין שום צד צו זאגן אז אינגלעך טארן זיך נישט קליידן כך וכך, בלויז ווייל דער מנהל פון ״וועד לבושי כבוד״ ווערט גערייצט. ליבערשט זאל ער גיין פאר הילף און אראפנעמען זיינע לאפעס פון אונזערע צאן קדשים.
חחח...
איין זאך איז גוט אויב עס קומט טאקע ארויס אזא תקנה, אויב וועט מען איינפירן ביליגע קליידער, און די קרעדיט קארד וועט אביסל נאכלאזן פון זייערע הויעכע סטעיטמענט, דאן קען מען קלערן אז עס לוינט זיך!
וואס ביליג?!
ס׳גייט זיין דאבעל די פרייז בלויז פארן האבן א הכשר אזוי ווי סאכדעס זאלץ
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 2:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ששון ושמחה האט געשריבן:ס'איז דא אונטער די מאוומענט א ביזנעסמאן וואס מאכט דיל'ס מיט מוסדות אז מ'גייט קויפן פון אים זיינע ''חדר אפראווטע'' קליידער
Follow the money זאגט מען אין אידיש!
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 2:25 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קהל'ס נער האט געשריבן:
וואס ביליג?!
ס׳גייט זיין דאבעל די פרייז בלויז פארן האבן א הכשר אזוי ווי סאכדעס זאלץ
און אזויווי אלע אידישע היימישע פראדוקטן וואס פארמאגן אידישע בוכשטאבן אויפן פעקל.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 3:27 pm
דורך צומישט און צוחישט
יהורם האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער ״וועד לבושי כבוד״ א געהעריגע לעגיטימאציע פאר פעדאפיליע בתוכינו. עס איז נישט פארהאנען קיין שום צד צו זאגן אז אינגלעך טארן זיך נישט קליידן כך וכך, בלויז ווייל דער מנהל פון ״וועד לבושי כבוד״ ווערט גערייצט. ליבערשט זאל ער גיין פאר הילף און אראפנעמען זיינע לאפעס פון אונזערע צאן קדשים.
למעשה אויב דער מנהל זאגט אז ווען די הויזן וועט זיין ברייטער וועט ער נישט ווערן עקסיידעט, וואלט מען דאך געמעגט אזויפיל טוהן פאר שמירת הילדים, צווישן מיר און דיר האלט דער מנהל נישט ביים גיין אויף העלפ, און ער איז מודה אז די שמאלע הויזן טריגערט זיין כח התאווה, נו טא פארוואס זאל מען זיך ארומשפילן מיט די שמירה פון אונזערע ליכטיגע צאן קדשים? וואס איז אייך ענדערש דיין יונגל זאל זיין קיוט און סטייליש אדער ער זאל אויפוואקסן געזונט?
אגב איז די פראבלעם נישט נאר מנהלים, אני הקטן האב שוין מיטגעהאלטן וואו ס'קומט אריין אין ביהמ"ד א יונגעלע א יופי וקווצותיו סדורות לו תלתלים וכו' און די עלעמענטן הייבן אהן לאקערן במישרין ובעקיפין, און אסאך מאל זעטיגן זיי זייער הנאה בלויז מיט הסתכלות, וואס איז לכאו' אויך נישט די געזונטסטע פאר'ן קינד...
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 8:20 pm
דורך פונדאַמענטאַל
דאן האט איהר אלע רעכטן צו איינהאנדלען הויזענעס רחבים פאר אייער זוהן. פארוואס קאנטראלירן אנדערע? קאמוניסטן האבן אלס מלביש געווען זייערע פעולות אין וואוילע אויפטואונגען. די נידון דא איז נישט איבער הלכות שיעורי מכנסיים כשרים - די נידון דא איז איבער די אומגעזונטע פאקוס פון געוויסע עלעמענטן אויף ספעציפישע עניינים, און אויף די מיטלען זיי נעמען אונטער צו עררייכן זייער ציל דורך קאנטראל.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 9:32 pm
דורך מילך טראק
ווען קומט שוין א טיילונג פון די אלע משיגועים
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 9:49 pm
דורך צומישט און צוחישט
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:דאן האט איהר אלע רעכטן צו איינהאנדלען הויזענעס רחבים פאר אייער זוהן. פארוואס קאנטראלירן אנדערע? קאמוניסטן האבן אלס מלביש געווען זייערע פעולות אין וואוילע אויפטואונגען. די נידון דא איז נישט איבער הלכות שיעורי מכנסיים כשרים - די נידון דא איז איבער די אומגעזונטע פאקוס פון געוויסע עלעמענטן אויף ספעציפישע עניינים, און אויף די מיטלען זיי נעמען אונטער צו עררייכן זייער ציל דורך קאנטראל.
ווען נחום רז"ב טענה'ט אז מ'זאל נישט נעמען קינדער אין מקוה ווייל ס'סכנה וכדומה שמעקט עס פון קאמוניזם?
די פאקט איז אז די זאכן רייצן אויף די קראנקע מענטשן און ס'דא ליידער אסאך דערפון.. מ'איז ביזי שרייען לאנגע יארן אז אונזער קאמיוניטי איז שטארק געשלאגן מיט די פראבלעם, און וויפיל קרבנות אונז האבן שוין מקריב געווען אויף דעם מזבח, יעצט קומען מענטשן ווארענען אז אנטוהן די קינדער אויף א געוויסע סטייל איז א פירצה קורא לגנב, פארוואס הייסט דעיס "אומגעזונטע פאקוס אויף ספעציפישע ענינים"?? ס'איז אווערנעס וועגן פעדיפילים א שטייגער ווי יענקי הורוויץ און נחום רז"ב וכל המסתעף להם.. כנלע"ד.
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:24 pm
דורך בעל אחריות
צומישט און צוחישט האט געשריבן:למעשה אויב דער מנהל זאגט אז ווען די הויזן וועט זיין ברייטער וועט ער נישט ווערן עקסיידעט, וואלט מען דאך געמעגט אזויפיל טוהן פאר שמירת הילדים, צווישן מיר און דיר האלט דער מנהל נישט ביים גיין אויף העלפ, און ער איז מודה אז די שמאלע הויזן טריגערט זיין כח התאווה, נו טא פארוואס זאל מען זיך ארומשפילן מיט די שמירה פון אונזערע ליכטיגע צאן קדשים? וואס איז אייך ענדערש דיין יונגל זאל זיין קיוט און סטייליש אדער ער זאל אויפוואקסן געזונט?
אגב איז די פראבלעם נישט נאר מנהלים, אני הקטן האב שוין מיטגעהאלטן וואו ס'קומט אריין אין ביהמ"ד א יונגעלע א יופי וקווצותיו סדורות לו תלתלים וכו' און די עלעמענטן הייבן אהן לאקערן במישרין ובעקיפין, און אסאך מאל זעטיגן זיי זייער הנאה בלויז מיט הסתכלות, וואס איז לכאו' אויך נישט די געזונטסטע פאר'ן קינד...
ביי מיר איז פארקערט, שמאלע הויזן הרג'ט עס אוועק, און איך גלייב ביי די מנהל איז אויך אזוי, פארוואס זאל ער הייסן גיין מיט עפעס וואס הרג'ט אפ די תאוה?... אדרבה....
נשלח: זונטאג יוני 04, 2023 10:49 pm
דורך מילך טראק
אין מיין חדר אויב איז מען געקומען מיט אייזערנע גלעזער האט עס די מנהל אוועקכאפט, איך בין נייגעריג אויב א יונגלע קומט מיט שמאלע הויזן גייט עס די מנהל אראפנעמען?
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:02 am
דורך פונדאַמענטאַל
צומישט און צוחישט האט געשריבן:
ווען נחום רז"ב טענה'ט אז מ'זאל נישט נעמען קינדער אין מקוה ווייל ס'סכנה וכדומה שמעקט עס פון קאמוניזם?
די פאקט איז אז די זאכן רייצן אויף די קראנקע מענטשן און ס'דא ליידער אסאך דערפון.. מ'איז ביזי שרייען לאנגע יארן אז אונזער קאמיוניטי איז שטארק געשלאגן מיט די פראבלעם, און וויפיל קרבנות אונז האבן שוין מקריב געווען אויף דעם מזבח, יעצט קומען מענטשן ווארענען אז אנטוהן די קינדער אויף א געוויסע סטייל איז א פירצה קורא לגנב, פארוואס הייסט דעיס "אומגעזונטע פאקוס אויף ספעציפישע ענינים"?? ס'איז אווערנעס וועגן פעדיפילים א שטייגער ווי יענקי הורוויץ און נחום רז"ב וכל המסתעף להם.. כנלע"ד.
קראנקע מענטשען ברויכן באקומען די נויטיגע הילף, עס איז נישט די דאגה פון די געזונטע זיך צו ספראווענען מיט זייערע קראנקהייטן.
"מ'איז ביזי שרייען לאנגע יארן אז אונזער קאמיוניטי איז שטארק געשלאגן מיט די פראבלעם וכו'" און דו באשולדיגסט... די שמאלע הויזן? ווייל ביי אונז גייט מען שמעלערע הויזן ווי די אלגעמיינע וועלט?...
''אווערנעס וועגן פעדיפילים" דהיינו - איינגעבן צו זייערע קראנקהייטן, און אריינלייגן אינעם גאנצען ציבור זייער פעדאפילישער מיינדסעט?...
די סיבה פארוואס אונז זענען שטארק געשלאגן און די פראבלעם איז צוליב די דאזיגע אומגעזונטע פאקוס אויף די ענינים - צווישן אנדערע סיבות. די אבסעסיע אויף די ענינים איז א תוצאה פון אומגעזונטע מענטשן וועלכע זענען משפיע זייער אומגעזונטהייט אויף זייערע תמימות'דיגע אונטערטאנען.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:27 am
דורך צומישט און צוחישט
כ'גיי טרייען מסביר'ן נאך איינמאל,
איך זאג נישט אז זאלסט נישט אנטוהן דיין קינד אזוי ווייל איך זארג מיך פאר'ן קראנקן ער זאל זיך נישט פייניגן מיט זיינע משוגענע תאווות, איך זארג מיך פאר דיין קינד, ווייל דעי קראנקע זענען דא. ביטערע פאקט. און די הויזן קען אים צולאזן און ס'לייגט דיין קינד אין א סכנה,
קיינער גיבט זיך נישט איין צו זייערע קראנקהייטן, די קראנקע האבן ליידער די אבסעסיע וואס לייגט אונזערע קינדער אין א סכנה,
ווען איך וועל דיר זאגן זאלסט נישט לאזן דיין קינד גיין שבת נאכמיטאג אין ביהמ"ד ווייל ס'דרייען זיך דארט אומגעוואונטשענע עלעמענטן, וועסטו פרעגן הלמאי מ'געבט זיך איין פאר די קראנקע, ס'הייסט מיין קינד טאר נישט גיין אין שוהל ווייל יענער איז קראנק?! ס'איז יענעם'ס פראבלעם.. אהובי ידידי, ס'טאקע יענעם'ס פראבלעם, אבער כל זמן ער איז אויף די פריי שטעלט ער אונזערע קינדער אין א געפאר, און אויב ווייסטו אז זיך צוריקהאלטן פון באקליידן דיין קינד א געוויסע סטייל וועט רעדוצירן די סכנה פארוואס עס נישט טוהן..
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 1:38 am
דורך פונדאַמענטאַל
@צומישט און צוחישט, אוודאי מעג א מענטש זיין aware פון די זאכן, און דאס נעמען אין באטראכט ביים קליידן זיינע קינדער. אבער דאס דארף זיין באופן ממוצע, אהן קיין איבערגעטריבענע פאקוס. מען רעדט נישט דא פון די choices of clothing וואס מענטשען מאכן פריוואט פאר זיך, מען רעדט דא פון א פאבליק קאמפיין און פון א גאנצע הכשר סיסטעם וואס וועט קאנטראלירן וויפיל די הויזן מעג זיין צוגעפאסט צום קינד'ס לייב... און אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט, עס איז דא א חילוק פון awareness און obsession.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 5:45 am
דורך [NAMELESS]
צומישט און צוחישט האט געשריבן:יהורם האט געשריבן:אין מיינע אויגן איז דער ״וועד לבושי כבוד״ א געהעריגע לעגיטימאציע פאר פעדאפיליע בתוכינו. עס איז נישט פארהאנען קיין שום צד צו זאגן אז אינגלעך טארן זיך נישט קליידן כך וכך, בלויז ווייל דער מנהל פון ״וועד לבושי כבוד״ ווערט גערייצט. ליבערשט זאל ער גיין פאר הילף און אראפנעמען זיינע לאפעס פון אונזערע צאן קדשים.
למעשה אויב דער מנהל זאגט אז ווען די הויזן וועט זיין ברייטער וועט ער נישט ווערן עקסיידעט, וואלט מען דאך געמעגט אזויפיל טוהן פאר שמירת הילדים, צווישן מיר און דיר האלט דער מנהל נישט ביים גיין אויף העלפ, און ער איז מודה אז די שמאלע הויזן טריגערט זיין כח התאווה, נו טא פארוואס זאל מען זיך ארומשפילן מיט די שמירה פון אונזערע ליכטיגע צאן קדשים? וואס איז אייך ענדערש דיין יונגל זאל זיין קיוט און סטייליש אדער ער זאל אויפוואקסן געזונט?
אגב איז די פראבלעם נישט נאר מנהלים, אני הקטן האב שוין מיטגעהאלטן וואו ס'קומט אריין אין ביהמ"ד א יונגעלע א יופי וקווצותיו סדורות לו תלתלים וכו' און די עלעמענטן הייבן אהן לאקערן במישרין ובעקיפין, און אסאך מאל זעטיגן זיי זייער הנאה בלויז מיט הסתכלות, וואס איז לכאו' אויך נישט די געזונטסטע פאר'ן קינד...
כ'פארשטיי נישט. א מנהל וואס וועט נישט ווערן גערייצט פון ברייטערע הויזן אבער פון שמאלע הויזן ווערט ער יא אנגעצינדן, מעג ער דען זיין א מנהל? וואס זאגסטו מיר דען יעצט? און אז ער האלט נישט ביים גיין אויף העלפ, נעם ארויס דיין קינד, נישט גיב נאך זיינע שגעונות.
קומענדיגע מאל דו זעסט אן 'עלעמענט' צילן אויף א געפוצט קינד, רוף די פאליציי, אויך פאר הסתכלות בעקיפין, און אויך אום שבת.
בכלל, וואו וועט זיך ענדיגן די גרויליגע קאנטראל פרואוון? גייען זיי אויך איינטיילן וואסערע קאליר קמץ'לעך די דרדקי מעגן טראגן?
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 5:46 am
דורך [NAMELESS]
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:@צומישט און צוחישט, אוודאי מעג א מענטש זיין aware פון די זאכן, און דאס נעמען אין באטראכט ביים קליידן זיינע קינדער. אבער דאס דארף זיין באופן ממוצע, אהן קיין איבערגעטריבענע פאקוס. מען רעדט נישט דא פון די choices of clothing וואס מענטשען מאכן פריוואט פאר זיך, מען רעדט דא פון א פאבליק קאמפיין און פון א גאנצע הכשר סיסטעם וואס וועט קאנטראלירן וויפיל די הויזן מעג זיין צוגעפאסט צום קינד'ס לייב... און אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט, עס איז דא א חילוק פון awareness און obsession.
שטעל זיך פאר אז דיין קינד קומט אהיים ווייל ער איז געגאנגען מיט א הויזן אנע השגחה.
רעאליטעט איז אויפן וועג.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 10:28 am
דורך גאלדמאן
דערהויבענע איד האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:נעקסט עפענט זיך א “וועד משמרת הברית” וואס וועט שטיין על המשמר און בודק זיין אלע קינדער צו זייער מילה איז טאקע כשר………
דאס דארף מען טאקע טון ווי אומשנעלסטן.
כ'מיין, מ'עט צוריקוקן אין 20 יאר ארום פון יעצט, ווי אזוי האט מען אריינגענומען א תלמיד אן וויסן וואס ווי ווען? נאכדערצו פון די יסודות הדת, ווי אזוי קען מען רעדן שפעטער פון שמירת הברית אויב קיינער וויסט נישט וואס טוט זיך מיט די ברית אליינס? יעדע שמויגער קען מל'ן א קינד, און שפעטער לית דין ולית דיין?
אין די קר"י מקווה'ס לויפט איינער ארום זיכער מאכען אז אלעס איז כשר.
Re: נעקסט: השגחה אויף אינגלעך קלאדינג
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 11:37 am
דורך צוזאמגעדרייט
נאר איינער?
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2023 6:27 pm
דורך קהל'ס נער
יהורם האט געשריבן:פונדאַמענטאַל האט געשריבן:@צומישט און צוחישט, אוודאי מעג א מענטש זיין aware פון די זאכן, און דאס נעמען אין באטראכט ביים קליידן זיינע קינדער. אבער דאס דארף זיין באופן ממוצע, אהן קיין איבערגעטריבענע פאקוס. מען רעדט נישט דא פון די choices of clothing וואס מענטשען מאכן פריוואט פאר זיך, מען רעדט דא פון א פאבליק קאמפיין און פון א גאנצע הכשר סיסטעם וואס וועט קאנטראלירן וויפיל די הויזן מעג זיין צוגעפאסט צום קינד'ס לייב... און אזוי ווי איך האב שוין ארויסגעברענגט, עס איז דא א חילוק פון awareness און obsession.
שטעל זיך פאר אז דיין קינד קומט אהיים ווייל ער איז געגאנגען מיט א הויזן אנע השגחה.
רעאליטעט איז אויפן וועג.
אוי גייען די פעדאפילים מאכן א לעבן, מען גייט מעסטן און בודק זיין די הויזענעס צו ס׳געניג ברייט…… אוי גאט, וויפיל קינדער מען גייט מקריב זיין אויפן כשר׳ע הויזן במה אין דיין נאמען………
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:28 am
דורך מילך טראק
מיין מנהל פלעגט אלעמאל זאגן ווי עקלדיג די געפוצטע קינדער זענען און ווי שיין די פרומע זענען, זעהט אויס אז ער גייט פאר די פרומע אויב אזוי זענען זיי און א סכנה
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 12:10 pm
דורך [NAMELESS]
דערמאנט מיך א מעשה
ר' משה מאיר בריעף [המכונה איבראנער רב] האט אמאל אריינגעקאלט צו זשי ענד זשי [ווען ס'נאר געווען איינס] אז זיי מאכן צו שמאלע הויזן, בעיקר ביי די קראטש, און ס'איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ הלכה.
דער אויפן טעלעפאן האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן, האט ער איבערגעגעבן די טעלפאן פאר "זעליג" [כ'האף יעדער ווייסט פון וועם כ'רעד, וסימן לדבר: ביי רובאשקין...].
זעליג נעמט איבער די טעלעפאן, און פרעגט איבער וואס ס'איז די פראבלעם מיט די הויזן? און דער איבראנער איז עס מסביר בטוב טעם.
זאגט אים זעליג: איר איר איר זענט א מוהל...?
זאגט ער: יא. אבער וואס קומט עס דא אריין?
זעליג: נעקסטיים זאלסטו אראפנעמען א גרעסערע שטיקל, וועט די הויזן נישט זיין צו טייט.....
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 12:24 pm
דורך בת קול
צומישט און צוחישט האט געשריבן:כ'גיי טרייען מסביר'ן נאך איינמאל,
איך זאג נישט אז זאלסט נישט אנטוהן דיין קינד אזוי ווייל איך זארג מיך פאר'ן קראנקן ער זאל זיך נישט פייניגן מיט זיינע משוגענע תאווות, איך זארג מיך פאר דיין קינד, ווייל דעי קראנקע זענען דא. ביטערע פאקט. און די הויזן קען אים צולאזן און ס'לייגט דיין קינד אין א סכנה,
קיינער גיבט זיך נישט איין צו זייערע קראנקהייטן, די קראנקע האבן ליידער די אבסעסיע וואס לייגט אונזערע קינדער אין א סכנה,
ווען איך וועל דיר זאגן זאלסט נישט לאזן דיין קינד גיין שבת נאכמיטאג אין ביהמ"ד ווייל ס'דרייען זיך דארט אומגעוואונטשענע עלעמענטן, וועסטו פרעגן הלמאי מ'געבט זיך איין פאר די קראנקע, ס'הייסט מיין קינד טאר נישט גיין אין שוהל ווייל יענער איז קראנק?! ס'איז יענעם'ס פראבלעם.. אהובי ידידי, ס'טאקע יענעם'ס פראבלעם, אבער כל זמן ער איז אויף די פריי שטעלט ער אונזערע קינדער אין א געפאר, און אויב ווייסטו אז זיך צוריקהאלטן פון באקליידן דיין קינד א געוויסע סטייל וועט רעדוצירן די סכנה פארוואס עס נישט טוהן..
א פעדאפייל גייט קנאפ אן וועלכע הויזן דאס קינד האט אן.
נישט דאס מאכט א קינד א קרבן פון א פעדאפייל.
זיי צילן פשוט אויף קינדער וואס זענען גרינג צו פארכאפן און האבן מורא צו דערציילן.
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2023 8:00 am
דורך הקטן
בת קול האט געשריבן:צומישט און צוחישט האט געשריבן:כ'גיי טרייען מסביר'ן נאך איינמאל,
איך זאג נישט אז זאלסט נישט אנטוהן דיין קינד אזוי ווייל איך זארג מיך פאר'ן קראנקן ער זאל זיך נישט פייניגן מיט זיינע משוגענע תאווות, איך זארג מיך פאר דיין קינד, ווייל דעי קראנקע זענען דא. ביטערע פאקט. און די הויזן קען אים צולאזן און ס'לייגט דיין קינד אין א סכנה,
קיינער גיבט זיך נישט איין צו זייערע קראנקהייטן, די קראנקע האבן ליידער די אבסעסיע וואס לייגט אונזערע קינדער אין א סכנה,
ווען איך וועל דיר זאגן זאלסט נישט לאזן דיין קינד גיין שבת נאכמיטאג אין ביהמ"ד ווייל ס'דרייען זיך דארט אומגעוואונטשענע עלעמענטן, וועסטו פרעגן הלמאי מ'געבט זיך איין פאר די קראנקע, ס'הייסט מיין קינד טאר נישט גיין אין שוהל ווייל יענער איז קראנק?! ס'איז יענעם'ס פראבלעם.. אהובי ידידי, ס'טאקע יענעם'ס פראבלעם, אבער כל זמן ער איז אויף די פריי שטעלט ער אונזערע קינדער אין א געפאר, און אויב ווייסטו אז זיך צוריקהאלטן פון באקליידן דיין קינד א געוויסע סטייל וועט רעדוצירן די סכנה פארוואס עס נישט טוהן..
א פעדאפייל גייט קנאפ אן וועלכע הויזן דאס קינד האט אן.
נישט דאס מאכט א קינד א קרבן פון א פעדאפייל.
זיי צילן פשוט אויף קינדער וואס זענען גרינג צו פארכאפן און האבן מורא צו דערציילן.
דו הארגסט דא די זאך, נישט שיין
די גאנצע פרעמיס דא די לעצטע תגיבות איז דאס מנהלים ווערן יא שטארק געטריגערט, איין וועג אדער די אנדערע, געוואנדען לויט די הויזן
(אפשר נאר מנהלים)
לויט וואו איך פארשטיי איז מען געוואר געווארן דאס זיי ווילען נישט זיין געטריגעט ע"כ מאכן זיי א תקנה
דאס איז דלא פין די וואס האלט אז זיי מאכן דאס פאר געלט
למען האמת, זיכער זיכן זיי א געוויסע פראפייל אבער וואס מאכט דיך מיינען אז looks איז נישט א
חלק פין די פראפייל
נשלח: מיטוואך יוני 21, 2023 1:03 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
רמ"א אהע"ז סימן כ"ג סעיף ו'