מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך היימלינד »

מיסטעריע האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 8:50 pm ווער ס'וויל נישט פארשטיין, קענסטו מסביר'ן ביז מארגן אבער היות זיין אגענדע איז נישט צו וועלן פארשטיין, איז א שאד די צייט.

ווער ס'וויל יא פארשטיין, קען מען עס זייער גרינג מסביר זיין, מ'דארף נישט קיין ליובוויטשער קאפ דערפאר, איך האב עס מיטגעלעבט יענע יארן ווען די רבי האט געלעבט און געשטורעמט א וועלט, בקיצור צום ענין, ליובאוויטשער רבי האט נישט געהאלטן פון קיין מדינה און געווען שארף דערקעגן, אזוי ווייט אז חב"ד איז די איינציגסטע וואס איז קיינמאל נישט געגאנגען זיצן אין כנסת, נאר וואס דען, איינמאל ס'איז שוין דא א מדינה, ס'איז א פאקט, וויאזוי מ'דארף זיך באגיין מיט דעם ענין, לאמיר זאגן למשל א איד קומט צום רב ס'איז אריינגעפאלן א מילכיגע לעפל אין פליישיגע טאפ, די זאך איז א פאקט, ס'איז שוין געשעהן, וואס טוהט מען יעצט?

דא האט זיך אנגעהויבן די מיינונגס פארשידענהייטן צווישען סאטמער און אנדערע קרייזן, יעצט ליובאוויטשער רבי איז נאכאלס נישט געווען ביי די מיינונג צו גיין אזוי ווייט ווי אנדערע קרייזן, אבער די רגע ס'האט זיך אנגעהויבן די שלום געשפרעכן איז עס געווארן אן ענין פון "פיקוח נפש" און ווי ער איז גערעכט געווען, און צוליב פיקוח נפש איז מען אלעס דוחה, ס'נישט צום גלייבן מ'קען היינט איבערקוקן ווידיאו'ס, ממש שכינה מדברת מתוך גרונו, אבער דער אמת איז, אז מ'דארף נישט האלטן אז דאס איז צוליב רוח הקודש, (ח"ו טאמער איינער א סאטמערער וועט דאס זעהן און האבן ספיקות אז אפשר איז ליובאוויטשער רבי אויכעט געווען א שטיקל ערליכער איד.....) נאר מ'זעהט מאיר כהנא האט אויך אזוי געהאלטן און פאראויס געזאגט טריט ביי שריט וואס גייט געשעהן, דאס איז אלעס צוליב זיי האבן גוט ארויסגעהאט ווער דער נידריגער אראבער מיט זיין שמוציגע קולטור איז.

במילא וועט מען זעהן אז אלעס וואס אנבאלאנגט פיקוח נפש שלימות הארץ וכו' דארט האט ער גענומען א אנדערע ליניע, נישט תורה אדער הלכה, נאר קאממעס סענס!
האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער
ליובאוויטש און רוב אנדערע גדולי ישראל האבן געהאט מער ווייניגער די זעלבע מהלך [איך האב נישט ליב די ווארט שיטה] לגבי התנגדות להקמת המדינה [עכ"פ דורך יענע מייסדים] און וויאזוי מען האנדעלט יעצט אז ס'איז שוין דא.
ליובאוויטש רבי איז געווען מער באקאנט מיט דעם ווייל #1 ער האט גערעדט אסאך און זיך קלאר מסביר געווען כסדר #2 ער האט געהאט א שטערקערע מהלך מיט געוויסע נושאים, למשל שלימות הארץ - דאס האט אבער נישט מיט ציונות קיין שייכות.

די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים #2 יעדע זאך וואס האט מיט די מדינה ווער אוטאמאטיש געלעבעלט ציונית, קענסט מיר מסביר זיין וואס האט איינעם עבירות ווייל ער פריי צו טון מיט ציונות.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך כספי »

היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:21 pm
די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך קהל'ס נער »

כספי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:45 am
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:21 pm
די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
בדיוק, דער בוהושער׳ס פאטער איז געוועהן א חרדישע׳ע ציוני, און דער היינטיגער איז א קנאי, יא ווייל ס׳פעלט עים קלארקייט, ער מיינט אז ער איז געווארען פרומער פון זיין טאטע.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך כספי »

*זיידע
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך היימלינד »

כספי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:25 pm*זיידע
טאטע
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך היימלינד »

כספי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:45 am
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:21 pm
די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
יכול להיות
עס איז דא פלעצער וואס מען לייגט א דגוש אויף תוייר"ש, אמונה ובטחון, און מען פילעוועט נישט א גאנצען טאג וואס אונזער מהלך לגבי ציונות איז
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 9:42 am
כספי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:45 am
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:21 pm
די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
בדיוק, דער בוהושער׳ס פאטער איז געוועהן א חרדישע׳ע ציוני, און דער היינטיגער איז א קנאי, יא ווייל ס׳פעלט עים קלארקייט, ער מיינט אז ער איז געווארען פרומער פון זיין טאטע.
צ״ל זײדע
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

Re: מחלוקת ליובאוויטש-סאטמאר (ס'1970)

שליחה דורך אינטערסאנטער »

קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 9:42 am
כספי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:45 am
היימלינד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 12:21 pm
די פראבלעם אז ביי די היימישע עולם אז סאטמאר האלט אין פראפאגאנדרען אז ווער ס'גייט נישט אין שפאן מיט די שיטה איז א ציוני, געשעהט #1 אז אסאך אידן [פון אלע חוגים און גילים] רעדן זיך איין אז זייערע רבי'ס אין עלטערען זענען טאקע געווען ציונים.
ווייל אין סאטמאר באטיטלט מען יענעם אלס ציוני, קוקן זיי זיך אן אלס ציונים?
דעמאלטס פעלט דארט אסאך קלארקייט אין זייער מהלך.
בדיוק, דער בוהושער׳ס פאטער איז געוועהן א חרדישע׳ע ציוני, און דער היינטיגער איז א קנאי, יא ווייל ס׳פעלט עים קלארקייט, ער מיינט אז ער איז געווארען פרומער פון זיין טאטע.
אויב די רעדסט זיך איין אז דעם בוהשער פעלט קלארקייט דאן קענסטו נישט דעם בוהשער. נישט דא נאך אזא קלארע מענטש ווי אים, שוין אסאך גערעדט מיט אים (איך בין נישט קיין בוהשער בכלל, אבער איך קען אים זייט איך האב מיך ערגעץ באגעגנט מיט אים, און פון דעמאלס אן פרוביר איך אנצוהאלטן מיין שייכות מיט אים אויף ווי ווייט מעגליך), און ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז זייער זייער א געבויטער מענטש, און יעדע טריט וואס ער טוט האט ער אויף דעם א געבויטע און קלארע שיטה.

זיין קלארקייט קומט ארויס ביי יעדע נקודה וואס ער טוט, און ביי יעדע שמועס וואס ער געט, און אריינגערעכנט אין דעם איז ער אויך זייער קלאר אין זיין טויש פון זיין זיידענס וועג צו זיינס. ער איז אויפגעקומען מיט א מהלך נפלא אז דער זיידע זיינער איז באמת אויך געווען קעגן ציונות נאר האט זיך ארויסגעשטעלט אנדערש צוליב סיבות וואס איז שוין היינט נישט נוגע (צו מקרב זיין זיין עולם וכו').

דאס איז גראדע א זאך וואס מען דארף זיין אן אמת'ער בוהשער חסיד דאס צו משיג זיין, אבער זיינע חסידים האבן אנגענומען זיינע ווערטער קודש קדשים און זיי גייען נישט צו בחירות, לערנען ויואל משה, דברי יואל, און זיינע מוסדות נעמען נישט קיין געלט.

ער איז בכלל שוין אלס בחור געווארן זייער מקושר צו סאטמאר רבי, און האלט זיך פאר א חסיד נלהב פערזענליך פון סאטמאר רב, דהיינו חוץ דעם וואס ער האט שטארק אנגענומען זיין שיטה לגבי ציונות והמסתעף, קאכט ער זיך אין סאטמאר רב'ס עבודה, דאווענענ'ס, של"ס תורות, אא"וו.
פארשפארט