בלאט 2 פון 6

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 1:50 pm
דורך קורקלענד
אויף דעם גיי איך מיר מיט דיר שלאגן, ווייל איך האב אליינס געזעהן זיין טענות און פאר מיר האט עס אויסגעזען זייער לייטיש. ס'קען טאקע זיין אז דער שופט קען 'לעגאל' ארויסווארפן די קעיס. עס איז אבער ווייט נישט קיין איבערצייגונג אז ער איז א ליגענער. די איינציגסטע וועג אויפציווייזן זיינע ליגענט איז מיט א געהעריגע טרייעל. און דאס האט מען איהם נישט פארגינט.

אין אנדערע ווערטער, דאס אז די שופט האט געטון עפעס וואס איז 'לעגאל' ווייזט נישט גארנישט.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 1:52 pm
דורך סקעפטיקער
קורקלענד האט געשריבן: ווען איינער שרייט 'ליגענט' אויף א קלעים, דארף ער עס אפווענדן, כל שכן ווען ער שרייט 'פרעכע ליגענטס!
נישט אמת!! פאזיטיווע קלעימס פארלאנגען פאזיטיווע עווידענס, אויב טראמפ האט נישט קיין עווידענס אז די וואלן זענען געווען געפעלטשט דארף איך גארנישט האבן אפצואווארפן זיין קלעים און אים אננעמען אלס א "פרעכער" ליגענער

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 1:53 pm
דורך קורקלענד
סקעפטיקער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/584r7xtnngauc ... 1.pdf?dl=0
פאר א סיבה האב איך געזאגט "נישט א בארג מיט אינפארמאציע אויפאמאל נאר איינס ביי איינס", נוץ נישט מיין חסרון פון צייט און געדולד זיך צו באנעמען מיט אן אכציג זייטיגע באריכט צו אויפווייזן דיין גערעכטיגקייט, נאר לייג פאר איין טענה מיט באווייזן! מוזט נישט אויסשמועסן די טענה בפרטיות, קענסט אפילו צוצייכענען ווי דאס ווערט אויסגעשמועסט
אנטשולדיגט, ווילסט אז איך זאל דיר איבערצייגן א קאמפליצירטע געראנגל אין איין זאץ? ס'איז פשוט נישט מעגליך.

לאמיר ליבערשט טוהן פארקערט, ווייז מיר איין פרעכע ספעציפישע ליגענט פון טראמפ איבער די וואלן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט שקר.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 1:55 pm
דורך קורקלענד
סקעפטיקער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן: ווען איינער שרייט 'ליגענט' אויף א קלעים, דארף ער עס אפווענדן, כל שכן ווען ער שרייט 'פרעכע ליגענטס!
נישט אמת!! פאזיטיווע קלעימס פארלאנגען פאזיטיווע עווידענס, אויב טראמפ האט נישט קיין עווידענס אז די וואלן זענען געווען געפעלטשט דארף איך גארנישט האבן אפצואווארפן זיין קלעים און אים אננעמען אלס א "פרעכער" ליגענער
קענסט אפווארפן זיין קלעים, אבער קיין ליגענער ווערט נישט אזוי. און כש''כ נישט קיין פרעכע ליגענער.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:02 pm
דורך וואלווי
קורקלענד האט געשריבן:אויף דעם גיי איך מיר מיט דיר שלאגן, ווייל איך האב אליינס געזעהן זיין טענות און פאר מיר דו ביסט א דזשורי פענאל...?האט עס אויסגעזען זייער לייטיש. ס'קען טאקע זיין אז דער שופט קען 'לעגאל' ארויסווארפן די קעיס. עס איז אבער ווייט נישט קיין איבערצייגונג אז ער איז א ליגענער. די איינציגסטע וועג אויפציווייזן זיינע ליגענט איז מיט א געהעריגע טרייעל, א געהעריגע טרייעל מיינט גיין אין קאורט און פאלגן די דזשארדזש. א חידוש... און דאס האט מען איהם נישט פארגינט מ'פארגינט עם שוין איינמאל טרייעלס... ווארט ביז די דזשארדזיע און Jan 6 טרייעלס קומען צו גיין...

אין אנדערע ווערטער, דאס אז די שופט האט געטון עפעס וואס איז 'לעגאל' ווייזט נישט גארנישט. המממ... אינטערסאנטע לאגיק

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:09 pm
דורך קורקלענד
קענסט רופן א טרייעל וואס דו ווילסט און וויזוי דו ווילסט. די מציאות איז אז 'אלע' דיינע אזוי גערופענע טרייעלס האבן קיין איינס נישט אויפגעוויזן זיין שקרנות. מ'האט ארויסגעווארפן די קעיסעס מערסטנס מיט א תירוץ פון NO STANDING. אויב דאס הייסט ביי דיר PROOF אז ער איז א ליגענער. דאן איז א שאד די גאנצע שמועס. ניטאמאל האט די שופט געווענליך געזאגט אז די טענות מאכן נישט קיין סענס. אלעס איז ארויסגעווארפן מיט א אויסרייד פון NO STANDING.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:11 pm
דורך סקעפטיקער
קורקלענד האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן: ווען איינער שרייט 'ליגענט' אויף א קלעים, דארף ער עס אפווענדן, כל שכן ווען ער שרייט 'פרעכע ליגענטס!
נישט אמת!! פאזיטיווע קלעימס פארלאנגען פאזיטיווע עווידענס, אויב טראמפ האט נישט קיין עווידענס אז די וואלן זענען געווען געפעלטשט דארף איך גארנישט האבן אפצואווארפן זיין קלעים און אים אננעמען אלס א "פרעכער" ליגענער
קענסט אפווארפן זיין קלעים, אבער קיין ליגענער ווערט נישט אזוי. און כש''כ נישט קיין פרעכע ליגענער.
דו האלטסט אז ווען הילערי קלינטאן וואלט אויפגעשטאנען א טאג נאך די וואלן אז עס איז געפעלטשט אן קיין באווייזן, איז זי נישט קיין ליגענער פאר דעם?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:18 pm
דורך קורקלענד
סקעפטיקער האט געשריבן: דו האלטסט אז ווען הילערי קלינטאן וואלט אויפגעשטאנען א טאג נאך די וואלן אז עס איז געפעלטשט אן קיין באווייזן, איז זי נישט קיין ליגענער פאר דעם?
יתכן אז איך וואלט געווען אינקליינד אזוי צו 'גלויבן'. אבער אז איך גלויב עס ווערט עס נישט קיין מציאות...

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:22 pm
דורך סקעפטיקער
וואס ווערט יא א מציאות? עפעס וואס האט באווייזן! און אויב טראמפ האט נישט קיין באווייזן, אפגערעדט וויפיל מענטשן גלייבן עס איז עס נאכאלס א פרעכע ליגענט.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:38 pm
דורך אלע צוזאמען
סקעפטיקער האט געשריבן: וואס ווערט יא א מציאות? עפעס וואס האט באווייזן! און אויב טראמפ האט נישט קיין באווייזן, אפגערעדט וויפיל מענטשן גלייבן עס איז עס נאכאלס א פרעכע ליגענט.
די מציאות איז אז 'פענסילוועניע און דזשארדזיע' (די צוויי דענק איך, ס'איז געווען נאך) האבן געטוישט וואל רעגולאציעס די לעצטע מינוט, אומלעגאל, אזוי האבן די קאורט'ס גע'פסק'נט, נאר א האלבע יאר שפעט, און די טוישונגען זענען געווען אין פעיווער פון ביידען, דאס הייסט אפשר נישט גע'גנב'ט, אבער זיכער יא מאניפולירט די וואלן.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 2:44 pm
דורך קורקלענד
א זאך ווערט א מציאות ווען ס'פאסירט. אמאל ווייסט קיינער נישט פון די מציאות און ס'בלייבט פארט א מציאות. ווען איינער אדער יעדער גלייבט עפעס ווערט עס נישט קיין מציאות.

באוואוסטזיניגע מענטשן וועלן נאר משכנע ווערן אין א מציאות באזירט אויף עווידענס. אז נישט מיינט נישט געווענליך אז ס'איז פאלש אדער אויס מציאות.

דאס אז דו ווילסט נישט זעהן זיינע טענות (ווייל ס'איז א 'בּאַרג') מאכט איהם נאכנישט פאר א ליגענער. ופשוט הוא. נקודה.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:02 pm
דורך שאלתיאל
איך גלייב אז טראמפ'ס טענות איבער דאס פעלשן די וואלען איז א פרעכע ליגענט (עכ"פ ביז ווילאנג ער ברענגט נישט קיין קראנטע באווייזן דערצו וכ@סקעפטיקער) אבער אין דער זעלבע צייט בין איך איבערגעצייגט אז די לעצטיגע רייע באשולדיגונגען מהיקב ומהגורן זענען פאליטיש מאטיווירט. נישט דווקא מעשיות גופא, נאר די וועג וויאזוי מען לערנט עס אפ. ס'נישט שווארץ און ווייס און מ'גייט מיט אים בכל חומר הדין וויבאלד ס'איז טראמפ.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:13 pm
דורך shadchan
הערטס מיר אויס אידן טייערע.
בעצם אויפן טאג טעגליכע לעבן מאכט אינז נישט אויס ווער זיצט ביים רידער.
אינז דארפן האבן הכרת הטוב פאר ווער עס האט אונז געהאלפן
און דעס איז קלאר פאר יעדעם

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:23 pm
דורך שמן למאור
פאר מען רעדט וועגן אנאלעזירן 'עווידענס' איבער וואוטער פראוד, דארף יעדער קלאר ארויסהאבן אז נישט וועגן די אזוי געריפענע עווידענס שרייט טראמפ אז ער האט געוואונען.

ס'נישט פשט אז טראמפ איז פשוט אזא אויפריכטיגע מענטש און ער האט געקוקט אויף די עווידענס ביז ער איז פשוט 'איבערצייגט' געווארן אז ס'איז געווען פראוד און ער האט באמת געוואונען... און אלס מורא'דיגע איש אמת האט ער נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט ארויסקומען מיטן אומפאפולערע אמת... יעדער פארשטייט אז דאס איז די גרעסטע ליצנות וואס נאר שייך...

די רגע וואס ער האט געזען אז ער האט נישט געוואונען האט ער שוין פארפירט אז עס טויג נישט. אין זיינע אויגן איז עס ממש איינס מיט איינס, נישט געוואונען = פראוד, ס'נישטא קיין פלאץ פאר נאך אן אפציע. ער איז א געווינער און נישט קיין פארלירער פינטל.

נאר וואס דען...? סתם שרייען פראוד קען מען דאך נישט, מוז מען יעצט ארויסגיין אויף די יארכע זיכן 'עווידענס'. און טאקע הוא ומשרתיו ושטיצערותיו זענען געווען ביזי מיטן זיכן און קראצן יעדע זאך וואס מען קען זיך נאר ארויפכאפן דערויף. זאל עס זיין האלבע ליגנטס מיט אויפגעבלאזענע טעאריעס, דער עיקר אז מען זאל 'עפעס' קענען זאגן.

מיט די הקדמה קען מען גיין קוקן אויף עווידענס, קען טאקע זיין אז ס'איז דא... ווער ווייסט? אפשר טוט זיך שוין פראד זייט דזשארדזש וואשינגטאן? אבער מען זאל נאר פארשטיין וואס איז די מקור פון די אלע טענות אויף פראוד.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:34 pm
דורך שמן למאור
קורקלענד האט געשריבן: אנטשולדיגט, ווילסט אז איך זאל דיר איבערצייגן א קאמפליצירטע געראנגל אין איין זאץ? ס'איז פשוט נישט מעגליך.

לאמיר ליבערשט טוהן פארקערט, ווייז מיר איין פרעכע ספעציפישע ליגענט פון טראמפ איבער די וואלן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט שקר.
קוק אהער פאר עטליכע משלים.
https://youtu.be/cMz_sTgoydQ

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 3:57 pm
דורך נאך א מיינונג
קורקלענד האט געשריבן: לאמיר ליבערשט טוהן פארקערט, ווייז מיר איין פרעכע ספעציפישע ליגענט פון טראמפ איבער די וואלן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט שקר.
האסט געטוישט די גאול פאוסטס, אבער איך 'על דא ענטפערן, און דייקא אויף יענער 'רעפארט'.

טראמפ, און זיין שטיצערס, האבן אנגעהויבן מיט א טענה אז ביז חצות האט טראמפ 'געהאלטן ביים געווינען', און דערנאך האט זיך עפעס געטוישט. דאס דארף אנצינדן א רויטע לעמפל אז עפעס איז דא נישט אין ארדענונג. זיי זאגן אז די טויש איז געקומען פון מעיל-אין בעללאטס, וואס זענן געווען בעיקר פאר ביידן.

דאס דארף עפעס איבערצייגן.

וויבאלד אז עס נעמט נישט קיין גרויסע כשרון צו פארשטיין די לעכערליכקייט פון אט די טענה, ממילא מוז מען אויספירן אז זיי רעדן פרעכע ליגענט.

ניין, ביז חצות האט ער נישט 'געהאלטן ביים געווינען', ווייל געווינען מיינט נאר ווען זיי האבן געציילט א גרויסע מערהייט פון די באללאטס. און וויבאלד טראמפ, און די רעפובליקאנער באופן כללי, זענן אנטקעגן מעיל-אין בעללאטס, פארשטייט יעדער איינער פארוואס די מעיל-אין בעללאטס זענן מער פרא-ביידן ווי פרא-טראמפ.

די טענה ווערט געזאגט נאכאמאל און נאכאמאל, און טראמפ שטיצערס מאכן זיך ווידער נישט וויסענדיג. איך ווייס נישט צו דאס איז א חסרון כשרון צו פרעכע ליגענט. איך ווייס אויך נישט צו עס איז דא אן עמטליכע נפ"מ צו אונז.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 4:03 pm
דורך דערהויבענע איד
קורקלענד האט געשריבן: דאס זיך טרעפן מיט קאניע וועסט איז גראדע צו מיר נישט מעלה אדער מורד. ס'ווייזט נישט גארנישט.

און ביבי האט איהם למעשה ביטרעיט. ער איז געווען פון די ערשטע וועלט פירער איהם צו ווארפן אונטערן באס נאך די א''ג וואלן, און דאס איז געווען נאך אלס וואס טראמפ האט פאר איהם געטוהן. ר' איד, די קשיא דא איז אסאך שטערקער אויף ביבי ווי אויף טראמפ.....
קאניע וועסט איז נישט מעלה ומוריד? what?

לגבי ביבי'ן, דאס איז דאך די חילוק פון זיי צוויי, איינער איז א געזונטע פאלאטישן און האט די קאפ אויפן פלאץ, די אנדערע איז סענסעטיוו ביזן הימל און קען נישט ארויסקריכן פונעם באליידיגונג'ס גריב.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 4:11 pm
דורך קורקלענד
שמן למאור האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן: אנטשולדיגט, ווילסט אז איך זאל דיר איבערצייגן א קאמפליצירטע געראנגל אין איין זאץ? ס'איז פשוט נישט מעגליך.

לאמיר ליבערשט טוהן פארקערט, ווייז מיר איין פרעכע ספעציפישע ליגענט פון טראמפ איבער די וואלן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט שקר.
קוק אהער פאר עטליכע משלים.
https://youtu.be/cMz_sTgoydQ
אויסגעהערט אכט מינוט. ער רעדט נישט צום זאך. אויב דאס איבערצייגן ט אייך דאן איז די פּדף וואס איך האב פריער געלייגט ווערד פילפאכיג מער. ס'איז פון א פיל העכערע קאליבער.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 4:17 pm
דורך קורקלענד
דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט דא קיין פרעכע ליגענט. אלעס איז אסאמפשאנס מיט חשבונות וויאזוי מ'קען איינזעצן אז ער איז א ליגענער. און פארוואס ער איז בחזקת שקרן אפי' מ'קען נישט אויפווייזן פארקערט. בלאַ בלאַ בלאַ.

סיינינג אףף.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 6:04 pm
דורך שמן למאור
קורקלענד האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן: אנטשולדיגט, ווילסט אז איך זאל דיר איבערצייגן א קאמפליצירטע געראנגל אין איין זאץ? ס'איז פשוט נישט מעגליך.

לאמיר ליבערשט טוהן פארקערט, ווייז מיר איין פרעכע ספעציפישע ליגענט פון טראמפ איבער די וואלן וואס האט זיך ארויסגעשטעלט שקר.
קוק אהער פאר עטליכע משלים.
https://youtu.be/cMz_sTgoydQ
אויסגעהערט אכט מינוט. ער רעדט נישט צום זאך. אויב דאס איבערצייגן ט אייך דאן איז די פּדף וואס איך האב פריער געלייגט ווערד פילפאכיג מער. ס'איז פון א פיל העכערע קאליבער.
ער רעדט זייער צום זאך, ער איז נאר א קאמידיען סאו ער פארט אף טאפיק יעדע מינוט צו זאגן (לדעתי צומאל גאנץ נארישע) וויצן, אבער ער איז זייער פאקטואל און אקוראט.
קורקלענד האט געשריבן:דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט דא קיין פרעכע ליגענט. אלעס איז אסאמפשאנס מיט חשבונות וויאזוי מ'קען איינזעצן אז ער איז א ליגענער. און פארוואס ער איז בחזקת שקרן אפי' מ'קען נישט אויפווייזן פארקערט. בלאַ בלאַ בלאַ.
האסט געבעטן און כ'האב דיר צוגעשטעלט. טאקע אין די ערשטע אכט מינוט פון די ווידיאו ברענגט ער עטליכע משלים וואו די רעכטע מידיא האט פארציילט קלעימס פון וואוטער פראוד און עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שקר גמור.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 6:56 pm
דורך קהל'ס נער
shadchan האט געשריבן:הערטס מיר אויס אידן טייערע.
בעצם אויפן טאג טעגליכע לעבן מאכט אינז נישט אויס ווער זיצט ביים רידער.
אינז דארפן האבן הכרת הטוב פאר ווער עס האט אונז געהאלפן
און דעס איז קלאר פאר יעדעם
אבאמא קעיר האט איעדער, וואס לעיבט נישט אויפן פעטער׳ס חשבון, ביטער געשפירט, עד שבא בן טראמפ וביטלו.

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 7:12 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:
shadchan האט געשריבן:הערטס מיר אויס אידן טייערע.
בעצם אויפן טאג טעגליכע לעבן מאכט אינז נישט אויס ווער זיצט ביים רידער.
אינז דארפן האבן הכרת הטוב פאר ווער עס האט אונז געהאלפן
און דעס איז קלאר פאר יעדעם
אבאמא קעיר האט איעדער, וואס לעיבט נישט אויפן פעטער׳ס חשבון, ביטער געשפירט, עד שבא בן טראמפ וביטלו.
האב איך עפעס פארפאסט? ווען איז אבאמא-קעיר בטל געווארן?

נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 7:26 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:פארוואס זאל ער אנערקענען אז ער האט פארלוירן? איז עס טאקע אמת אז ער האט באמת פארלוירן? און אויב האט ער נישט באמת פארלוירן, פארוואס זאל ער עס לאזן לויפן?

דאס זיך טרעפן מיט קאניע וועסט איז גראדע צו מיר נישט מעלה אדער מורד. ס'ווייזט נישט גארנישט.

און ביבי האט איהם למעשה ביטרעיט. ער איז געווען פון די ערשטע וועלט פירער איהם צו ווארפן אונטערן באס נאך די א''ג וואלן, און דאס איז געווען נאך אלס וואס טראמפ האט פאר איהם געטוהן. ר' איד, די קשיא דא איז אסאך שטערקער אויף ביבי ווי אויף טראמפ.....
איך בין מסכים מיט דיין ערשטע נקודה. נאר זיין טרעפן זיך מיט קאניע וועסט און אנדערע באוואוסטע האסערס און אנטיסעמיטן ווייזט אז ער איז נישט אינגאנצן תוכו כברו. אויב ער האט א געמיינזאמע שפראך מיט די שונאי ישראל.