בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 5:18 pm
דורך calculator
shadchan האט געשריבן:ירושלים מה תהא עליה?
די אמתע תירוץ איז,עס איז סתם א טיטול אן א מיטול, קען ער נעמען אויף זיך נאך 10 שטעט. וואס מיינט דען א רב ביי די קהילות, פארלערנען פרקי אבות, דברי יואל ביי של"ס און אינטערשרייבן אלע קול קורא'ס וואס @יצחק שטערן פאבראצירט.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 5:25 pm
דורך shadchan
יין שרף האט געשריבן:
shadchan האט געשריבן:ירושלים מה תהא עליה?
עדה החרדית יוכיח אז אין ירושלים קענען זיך קהילות פירן אן קיין רב..
גייייייייייייט :like

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 6:26 pm
דורך אוהב ספרים
אפשר לייגט מען איהם אויכעט צו די רבנות פון זייער קהלה אין לעיקוואד???

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 6:59 pm
דורך סביב העולם
אן אריינגיין צו דער בר"מ האט געהאט דעם כח הרבנות אויף קרית יואל צו קענען איינטיילן און מאכן ווער עס זאל זיין מסדר קידושין וכדו' (וואס דער אלטער רבי זי"ע האט דאס נאך געגעבן פאר הגה"צ רבי געצל שליט"א).

געפעלט מיר אבער זעהר ר' חיים הערש'ס מהלך. מרודפ'ט אים צו ווערן רב, ער לאזט זיך נישט, מ'צווינגט אים ממש, און ער קומט איידעלערהייט מיט צוויי פארלאנגען. 1) ער בלייבט מיט ירושלים, ער קען זיי פשוט נישט אפלאזן, און נאך מער - ער גייט אנהייבן מיט א שטרענגערע קביעות אהינגיין. 2) "דערווייל" בלייבט ער אין וויליאמסבורג וואוינען, און גייט אנהייבן גיין אין קרית יואל אויף שבתים. סאו ס"ה האט ער זיך סעקיורט מיט רבנות און עווענטועל דין קדימה אויף אדמורו"ת אין די דריי הויפט שטעט מיט שווערע טויזנטער אנ"ש, איבערלאזנדיג אחיו הקטנים מיט א פחות מכדי חלוקה אפארטוניטי אין בארא פארק, בני ברק, מאנטריאל און לעיקוואוד, אה - און אויך מאנטשעסטער און קרית יטב לב....

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 7:03 pm
דורך חב''ד הויזן
סביב העולם האט געשריבן:אן אריינגיין צו דער בר"מ האט געהאט דעם כח הרבנות אויף קרית יואל צו קענען איינטיילן און מאכן ווער עס זאל זיין מסדר קידושין וכדו' (וואס דער אלטער רבי זי"ע האט דאס נאך געגעבן פאר הגה"צ רבי געצל שליט"א).

געפעלט מיר אבער זעהר ר' חיים הערש'ס מהלך. מרודפ'ט אים צו ווערן רב, ער לאזט זיך נישט, מ'צווינגט אים ממש, און ער קומט איידעלערהייט מיט צוויי פארלאנגען. 1) ער בלייבט מיט ירושלים, ער קען זיי פשוט נישט אפלאזן, און נאך מער - ער גייט אנהייבן מיט א שטרענגערע קביעות אהינגיין. 2) "דערווייל" בלייבט ער אין וויליאמסבורג וואוינען, און גייט אנהייבן גיין אין קרית יואל אויף שבתים. סאו ס"ה האט ער זיך סעקיורט מיט רבנות און עווענטועל דין קדימה אויף אדמורו"ת אין די דריי הויפט שטעט מיט שווערע טויזנטער אנ"ש, איבערלאזנדיג אחיו הקטנים מיט א פחות מכדי חלוקה אפארטוניטי אין בארא פארק, בני ברק, מאנטריאל און לעיקוואוד, אה - און אויך מאנטשעסטער און קרית יטב לב....
ביי די ארוינים איז אויך בלויז די עלטסטע זון א רב פון א שטאט, אלע אנדערע קינדער האבן פלעינע שולן אין קרית יואל.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 7:06 pm
דורך סביב העולם
חב''ד הויזן האט געשריבן: ביי די ארוינים איז אויך בלויז די עלטסטע זון א רב פון א שטאט, אלע אנדערע קינדער האבן פלעינע שולן אין קרית יואל.
דער עלטסטער זוהן איז רב נאר אין וומס"ב, און ציטערט יעדן טאג צו דער חמת הגבאי (און דער רבי) וועט נישט גובר זיין מ'זאל אים פארווארפן פון ביידע וועלטן. דא האט דער בן הגדול זיך סעקיורט מיט די גאנצע מיעט און פאטעיטאס, און לאזט איבער אביסל סטרינג בינס און עפל סאוס.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 8:48 pm
דורך אינטערסאנטער
חב''ד הויזן האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:לכאורה גאר פשוט. די ברך משה איז געווען רב אין קרית יואל (לדעתם) און ער האט איבערגעגעבן די הנהגה פון סאטמאר פאר רז"ל (לדעתם) און יעצט נעמט ער אויף זיין זון אויף קרית יואל אזויווי זיין טאטע האט אויפגענומען מהר"א בחייו. פארשטענדליך?
אבער אויב די ברך משה האט געמאכט ר' אהרן פאר רב דאן קען ער לכאורה נישט אים מאכן אויס רב, פונקט ווי אויב דער דברי יואל וואלט געשטעלט איינעם אים איבערצונעמען די רבנות אין ארשיווע נאכ'ן איבערלאזן די רבנות וואלט ער נישט געקענט צוואנציג יאר שפעטער יענעם ארויסווארפן און אויפנעמען א צווייטן.
דער ברך משה איז געווען בעל הבית אויף קרית יואל, און ער האט געשטעלט ר' אהרן אלס זיין שליח צו אויספירן די טאג טעגליכע ארבעט דארט, א יעדע גרעסערע זאך איז געברענגט געווארן פאר'ן ברך משה וואס על פיו ישק כל דבר אין קרית יואל אלע יארן, בכח מרא דאתרא.

נאך די פטירה פון די ברך משה וואס קהל יטב לב מיט רוב רבנים ודיינים האבן אויפגענומען ר' זלמן לייב פאר אדמו"ר מסאטמאר בכל מקומות מושבותיהם, האט ער אטאמאטיש אויך באקומען די אטאריטעיט אין קרית יואל.
חוץ מזה האט דער ברך משה שוין געשריבן א קלארע צעטל, אז אפילו בחייו גיבט ער איבער בכח מרא דאתרא, די הנהגה פון קרית יואל פאר זיין זוהן ר' זלמן לייב צו מסדר קידושין זיין און אויפצושטעלן מוסדות התורה וכו' פאר זיין זוהן ר' זלמן לייב.
און בכח זה האט דער סאטמארער רבי רבי זלמן לייב דער העכסטער אטאריטעיט פון זיין קהילה סאטמאר אין קרית יואל, יעצט ממנה געווען ידא אריכתא זיין זוהן ר' חיים הערש צו דינען אלס רב אין קרית יואל.

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 11:21 pm
דורך זויער טייג
אינטערסאנטער האט געשריבן:

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 12:51 am

די ברך משה האט אים געמאכט פאר רב. דאס אז עס שטייט מעגליך אין די קאנסוס אז ער איז א שליח (כ'האב עס נישט געליינט, אדרבה ברענג עס) איז פשטות בלויז געווען א שיינע אויסדרוק צו ארויסברענגען זיין מאכט, אבער מען האט אים פארשטייט זיך קלאר אויפגענומען אלס אב''ד קרית יואל. ס'איז נישטא קיין וועג די ברך משה זאל נאך האבן א כח אים צו ווארפן און זיכער נישט יורש זיין אזא כח פאר א צווייטן. סך הכל קען ער זיך עסן דאס געזונט אויף זיין שלעכטע באשלוס צו רעפערן ר' אהרן פאר רב.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 9:54 am
דורך געזונטערהייט
דער רבי חיים הערש איז בטבעו אן עקסרעמיסט אדער א מעסיגער?

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:08 am
דורך הרוצה בעילומו
תגובה וואס איינער האט געשריבן אויף אבליק.קאם
אין א היסארישע שריט האט דער נייער רב אנגערפון זיין פעטער האדמו"ר מהר"א מסאטמאר זאגן אז ער איז מקבל מרות פונעם מרא דאתרא, דער רבי האט אים ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו און הצלחה פאר זיין רבנות אין קהל ויואל משה - האמת ושלום אהבו

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:08 am
דורך Yesh
אויף אהרןס קאנסעס שטייט אז ער איז א מסייע אויף זלמן לייבס שטייט ידו כידי דאס מיינט אז אהרן איז סה א העלפאר פאר זלמן לייב

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:10 am
דורך Yesh
הרוצה בעילומו האט געשריבן:תגובה וואס איינער האט געשריבן אויף אבליק.קאם
אין א היסארישע שריט האט דער נייער רב אנגערפון זיין פעטער האדמו"ר מהר"א מסאטמאר זאגן אז ער איז מקבל מרות פונעם מרא דאתרא, דער רבי האט אים ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו און הצלחה פאר זיין רבנות אין קהל ויואל משה - האמת ושלום אהבו
איינער האט געשריבן אויף אבליק.קאם
הוילע שטותים, קיינמאל נישט גערופן אין זיכער נישט מקבל מרות געווען

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:21 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
Yesh האט געשריבן:

אויב ער טוט עס ווערט ער א העלד אין מיינע אויגן.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:23 am
דורך Yesh
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:

אין ער שיסט זיך אין די פיס נישט צו קענען מסדר זיין קידושין

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 10:37 am
דורך מר. קלונימוס
הרוצה בעילומו האט געשריבן:תגובה וואס איינער האט געשריבן אויף אבליק.קאם
אין א היסארישע שריט האט דער נייער רב אנגערפון זיין פעטער האדמו"ר מהר"א מסאטמאר זאגן אז ער איז מקבל מרות פונעם מרא דאתרא, דער רבי האט אים ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו און הצלחה פאר זיין רבנות אין קהל ויואל משה - האמת ושלום אהבו
ר' חיים הערש רביצין האט אויך גערופן רביצין סאשע זיך אונטערווארפן. די באווארפן קומט יעצט פאר

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:10 am
דורך קורץ שארף צום פוינט!
Yesh האט געשריבן:
קורץ שארף צום פוינט! האט געשריבן:
Yesh האט געשריבן:
הרוצה בעילומו האט געשריבן:תגובה וואס איינער האט געשריבן אויף אבליק.קאם
אין א היסארישע שריט האט דער נייער רב אנגערפון זיין פעטער האדמו"ר מהר"א מסאטמאר זאגן אז ער איז מקבל מרות פונעם מרא דאתרא, דער רבי האט אים ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו און הצלחה פאר זיין רבנות אין קהל ויואל משה - האמת ושלום אהבו
איינער האט געשריבן אויף אבליק.קאם
הוילע שטותים, קיינמאל נישט גערופן אין זיכער נישט מקבל מרות געווען
אויב ער טוט עס ווערט ער א העלד אין מיינע אויגן.
אין ער שיסט זיך אין די פיס נישט צו קענען מסדר זיין קידושין
נע, ער דארף פלעין אנרופן און זאגן שיינע זאכן צום "פעטער", און רעדן שיינע רייד בשבח השלום ובגנות מחלוקת.
דער פעטער וועט איהם ענטפערן איך וויל אז דו זאלסט זיך אונטערנעמען נישט מסדר קידושין זיין דא.
זאל ער ענטפערן, נו אויף די סארט זאכן וועל איך מיך איבערשמועסן מיט אונזערע דיינים,
דער פעטער וועט אוואדע געוועיס אראפהאקן דעם טרייבל. און דער נייער רב וועט אבער ארויסקומען א העלד.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 1:23 pm
דורך חדשים
געזונטערהייט האט געשריבן:דער רבי חיים הערש איז בטבעו אן עקסרעמיסט אדער א מעסיגער?
א שטארקע עקסטרעמיסט, ביודעי ומכירי קאמינא.

פארוואס איז די גאנצע התמנות געווען אזוי בדרך אגב? פאסט דען נישט א געהעריגע מעמד הכתרה?

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 1:28 pm
דורך Yesh
חדשים האט געשריבן:פארוואס איז די גאנצע התמנות געווען אזוי בדרך אגב? פאסט דען נישט א געהעריגע מעמד הכתרה?
ס'גייט נאך זיין, מ'האלט נאך נישט דארט.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 3:40 pm
דורך געזונטערהייט
חדשים האט געשריבן:
געזונטערהייט האט געשריבן:דער רבי חיים הערש איז בטבעו אן עקסרעמיסט אדער א מעסיגער?
א שטארקע עקסטרעמיסט, ביודעי ומכירי קאמינא.
ouch
פון די סארט האט דאך כלל ישראל שוין איבער גענוג.
האב איך עכט געהאפט אז אפשר רעדט מען דא פון א מעסיגער בר דעת.
שוין זאל זיין אזוי.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 3:48 pm
דורך חב''ד הויזן
אין ירושלים האט ער געטראגן ממש טעגליך זיין כולל צו הפגנות.

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 6:02 pm
דורך יצחק אייזיק
געזונטערהייט האט געשריבן:ouch
פון די סארט האט דאך כלל ישראל שוין איבער גענוג.
האב איך עכט געהאפט אז אפשר רעדט מען דא פון א מעסיגער בר דעת
שוין זאל זיין אזוי.
עס הייסט אז זייט ער איז אהערגעקומען און בעיקר נאך די קאממאן קאר מערכה איז ער געווארן מעסיגער. איז עס אזוי? וועל מיר דארפן ווארטן און געוואר ווערן...

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 7:28 pm
דורך גאנצל
זיין שטעלונג : ער איז א צומישט קינד, מיינונג באזירט אויף וואס די רוח פארט אים בעסער אויף די מינוט, אין ירושלים געווען א סיקריק ביזן הימל , זיך צוריסן מיט'ן ראבד ירושלים תולדות אהרן דושינסקי בעיקר ביי עניני שמיטה ובית שמש קברים. דאהי אין אמעריקא גייט ער מער מיטן ליבעראלן רוח קאממאן קאור מעג מען וכדו' א ריכטיגע מטמא טהורים ומטהר טמאים......

דאס גאנצע התמנות איז איין שטיק פורים ווען די הויכע שישקעס ביי די זאליס זענען קעגן די גאנצע התמנות ר' זלמן לייב איז געפאלן פאר אפאר צוהיצטע יונגען וואס האלטן אים אינמיטן אריינשלעפן אין צענדליגער מיליאנען דאלער חובות פאר זיין אזוי גערופענעם בית המדרש החדש אויף פארעסט רד

די טיטול ווייסן זיי אויך נישט פונקטליך ווי אזוי צו שרייבן ווייל זיי ווייסן אז אבד קרית יואל איז פונקט גוט פאר די פאשקעווילן און זיי האלטן אים נישט ביים געבן קיין פאשקעוויל טיטול .... און אויסער דעם איז ער דאך נאך רב אין ירושלים.... און ס'קען זיין נעקסטע וואך וועט ער ווערן רב אין מאנסי אויך..... ווייל פארוואס נישט.....

ביזדערווייל אי זיין טיטול שבתדיגע רב אין ביהמד בנין אליהו

זיין סטאטוס יעצט אויף די מינוט : שבתדיגע רב אין בנין אליהו אין קרית יואל וואס איז יעצט סטאנאצירט האלב אויף 5 גארפילד און האלב אויף פארעסט רד זונטאג מאנטאג דינסטאג אין ווילי צו העלפן דעם טאטן פירן מערכות מיט הכשרים מיטוואך דאנערשטאג פרייטאג ביז חצות האלט ער שטארק אן ירושלים

ליהודים היתה אורה

קיין שום מין מענטש האט נישט קיין מין שום תוקף פון כח הרבנות אויף קרית יואל בכלל , קרית יואל האט געהאט א מרא דאתרא מרן רבינו הדברי יואל זצל ואחריו האט די צענטראלע קהלה אין וויליאמסבורג צוזאמען מיט די קרית יואלע קהל אויפגענומען מרן רבינו הברך משה זצל פאר מרא דאתרא ואחר פטירתו האט די צענטראלע קהלה אין וויליאמסבורג אינאיינעם מיט די קרית יואלע קהלה אויפגענומען מהרא שליטא פאר מרא דאתרא עד ביאת משיח אלע דריידלעך און פשעטלעך איז פונקט לסור אף