בלאט 2 פון 2
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:26 pm
דורך אלע צוזאמען
סאנטיאגא האט געשריבן:I get it, קאנספיראציעס איז פאן און מיסטעריעז, און ס'איז גאר א גוטע דראג פאר מענטשן בפרט וואס ליידן אויף דעלוזיע און פערענאויע, אבער א מענטש דארף זוכן פאקטן נישט שפעקעלירונגען...
וואו, קעריקטער עסעסינעשיען מיט די גאנצע קראפט. וואס האסטו יעצט געזאגט? גערעדט און גערעדט און געמאלן וואסער.
נישט יעדער איינער וואס האלט אנדערש ווי דיך, ליידט אויף פאראנויע און דעלוזיע.
קאנספיראציעס איז נישט פאן און מיסטעריעז, ס'ארבעט פארקערט. ווען מ'זעהט ווי די מענטשן ביים שפיץ געבן נישט ארויס קיין אינפארמאציע, און באהאלטן וואס זיי ווייסן, טרייבט עס מענטשן צו מאכן אייגענע הנחות. האסט א ברירה, געבן ארויס וואס דו ווייסט, דו ווילסט נישט? פארוואס? ווייל עפעס באהאלט מען.
פארוואס האט די אמעריקאנע נעווי נישט געזאגט גלייך יענעם טאג וואס מ'האט פארלוירן קאנטאקט מיט די סובמארין, אז זיי האבן אויפגעכאפט אן אויפרייס אויף בערך יענעם ארט?
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:36 pm
דורך סאנטיאגא
אלע צוזאמען האט געשריבן:וואו, קעריקטער עסעסינעשיען מיט די גאנצע קראפט. וואס האסטו יעצט געזאגט? גערעדט און גערעדט און געמאלן וואסער.
נישט יעדער איינער וואס האלט אנדערש ווי דיך, ליידט אויף פאראנויע און דעלוזיע.
קאנספיראציעס איז נישט פאן און מיסטעריעז, ס'ארבעט פארקערט. ווען מ'זעהט ווי די מענטשן ביים שפיץ געבן נישט ארויס קיין אינפארמאציע, און באהאלטן וואס זיי ווייסן, טרייבט עס מענטשן צו מאכן אייגענע הנחות. האסט א ברירה, געבן ארויס וואס דו ווייסט, דו ווילסט נישט? פארוואס? ווייל עפעס באהאלט מען.
פארוואס האט די אמעריקאנע נעווי נישט געזאגט גלייך יענעם טאג וואס מ'האט פארלוירן קאנטאקט מיט די סובמארין, אז זיי האבן אויפגעכאפט אן אויפרייס אויף בערך יענעם ארט?
Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט. איך זעה נישט קיין טענה אין דיינע ווערטער איך זעה defection. איך זעה קאגיניטיוו דיסאנענס.
אבער אפשר איז דעס געמאלן צופיל וואסער, און. נישט גענוג dumbed down
יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן. אבער ווער זאגט אז וואס איז פאר אים שווער איז פאר יעדעם שווער? נישט יעדער טראכט די זעלבע מין וועג. נישט יעדער איז אזוי צושאקלט ביי יעדע שוועריגקייט וואס אלעקס דזשאונס מיינט איז וועליד.
מ'קען פארן ווי ווייט מ'וויל מיט יעדע קאנסיפיריסי, רעג דיך נאר נישט אויף ווען א שטודירטער לאדזשישן אדער פסיכילאג שטופט צוריק דערויף. ווייל די מידיא האט אפשר נישט פונקטליכע רולס, אבער לאגיק האט יא.
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:52 pm
דורך אלע צוזאמען
סאנטיאגא האט געשריבן:
Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט.
יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן.
סארי סארי , כ'האב עס נישט גענומען פערזענליך, כ'האב בכלל נישט געמיינט מיין קעריקטער, כ'האב זיך באצויגן צו די קאנספיראציע טעאריקער אין אַלגעמיין, ווי די רייסט זיי אזוי אראפ.
ריגעלע ריגעלע רוגז...
''ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן''
דא שטעקט לדעתי דיין טעות, האסט שוין אמאל געהאט א שמועס מיט איימיצן וועגן איין ספעציפישע קאנספיראציע? פון וויפיל איך שמועס מיט דיזע, זיי וואלטן ווען אנגענומען די אפיציעלע ווערסיע, וואס זאל מען טון אבער אז ס'שטינקט.
לדוגמא, 'דאנעלד טראמפ' האט אין 15' געשריגן אז מ'שפיאנירט אויף זיין קאמפיין, ווייניג מענטשן האבן אים געגלייבט, איז אריבער א שטיק צייט, און ס'איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז גערעכט געווען.
'דאנעלד טראמפ'. האט ווייטער געשריגן אז די 'רוסלאנד קאלודזשן' איז א האקוס, רוב וועלט האט אים נישט געגלייבט, למעשה איז שוין היינט באשטעטיגט אז ס'איז טאקע געווען א האוק'ס.
איז פארוואס זאל איינער גלייבן די זעלבע מענטשן ווען ס'קומט צו די נעקסטע מעשה?
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:54 pm
דורך שעפטאל
נשלח: מאנטאג יוני 26, 2023 11:58 pm
דורך אלע צוזאמען
וואס לאכסטו מיר אין פנים אריין?
איך װיל זיך איבערבעטן מיט איינעם,
@סאנטיאגא לאז דיך נישט.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:02 am
דורך שעפטאל
ח"ו. כ'שטיי ווייט פון מחלוקת. כ'לייק אפי' נישט ווען איינער שרייבט שארף צו א צווייטען, נישט צו זיין דעם כלבא דחד גדיא.
כ'האב פשוט געלאכט פון די לחש וואס דו ברענגסט, ס'איז זיס.
אלע'ס צוזאמען איז זיס, סאנטיאגא איז זיס.
ברידער'ס לאמיר כאפן א שלעפ... לחיים
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:15 am
דורך אלע צוזאמען
צירוק צום נושא.
ס'פארהאן קשיות, זאלן די אינסטאנצן עס פארענטפערן, ווי לענגער זיי ציען מיט דעם, אלץ מער שטאף געבן זיי פאר די נישט גלויביגע.
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:35 am
דורך סאנטיאגא
אלע צוזאמען האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:
Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט.
יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן.
סארי סארי , כ'האב עס נישט גענומען פערזענליך, כ'האב בכלל נישט געמיינט מיין קעריקטער, כ'האב זיך באצויגן צו די קאנספיראציע טעאריקער אין אַלגעמיין, ווי די רייסט זיי אזוי אראפ.
ריגעלע ריגעלע רוגז...
''ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן''
דא שטעקט לדעתי דיין טעות, האסט שוין אמאל געהאט א שמועס מיט איימיצן וועגן איין ספעציפישע קאנספיראציע? פון וויפיל איך שמועס מיט דיזע, זיי וואלטן ווען אנגענומען די אפיציעלע ווערסיע, וואס זאל מען טון אבער אז ס'שטינקט.
לדוגמא, 'דאנעלד טראמפ' האט אין 15' געשריגן אז מ'שפיאנירט אויף זיין קאמפיין, ווייניג מענטשן האבן אים געגלייבט, איז אריבער א שטיק צייט, און ס'איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז גערעכט געווען.
'דאנעלד טראמפ'. האט ווייטער געשריגן אז די 'רוסלאנד קאלודזשן' איז א האקוס, רוב וועלט האט אים נישט געגלייבט, למעשה איז שוין היינט באשטעטיגט אז ס'איז טאקע געווען א האוק'ס.
איז פארוואס זאל איינער גלייבן די זעלבע מענטשן ווען ס'קומט צו די נעקסטע מעשה?
כ'ווייס נישט.. איך זאג נישט קיין מיינונגען אויף יעדע סטארי, איך בין נישט די גרויסע קאמענטירער און אנאליזירער. איך זאג דיר נאר א פוינט אז קאנסיפיראציע טעאריע'ס זענען פיל מיט גראבע לעכער און פאלגט נישט נאך די לאגישע כללים. איך זאג אפן דא אז די מידיא איז נישט פערפעקט, אבער קאנספיראציע טעאריע'ס און אירע ערפינדער ליידן זייער אפט פון גייסטיגע פראבלעמען, און אויך פון נידריגע אייקיו צוליב אמעריקע'ס 20טע פאפולאציע אין הויעך-עדוקאציע לויט די OECD. איז ווען עני קאנסיפיריסי טעאריסט זאגט עפעס דארף מען נאכנישט ווערן אזוי אנטציקט
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:41 am
דורך סאנטיאגא
שעפטאל האט געשריבן:ח"ו. כ'שטיי ווייט פון מחלוקת. כ'לייק אפי' נישט ווען איינער שרייבט שארף צו א צווייטען, נישט צו זיין דעם כלבא דחד גדיא.
כ'האב פשוט געלאכט פון די לחש וואס דו ברענגסט, ס'איז זיס.
אלע'ס צוזאמען איז זיס, סאנטיאגא איז זיס.
ברידער'ס לאמיר כאפן א שלעפ... לחיים
That's it. נאס דראוויע
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 7:47 am
דורך קורקלענד
סאנטיאגא האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
און אז 7 קאנגלאמערעטס קאנטראלירן די גלאבאלע האלבע טריליאן דאלאר'דיגע beauty industry איז נישט שרעקעדיג? ווער ווייסט וואס זיי לייגן אלס אריין דארט אונז צו פארסאמען??!
אזוי גייט קאפיטאליזם. ווילסט דאך נישט די געמיינע גאווערמענט זאל אלעס קאנטראלירן, אפילו רעגולירן, און אפילו די פאוער וואס זיי האבן יעצט איז דיר שוין מעגליך צופיל. עסט עס..
קאפיטאליזם איז אזא סיסטעם וואס פונקציאנירט אויסשליסליך אין א פרייע מארק ווי יעדער האט אייניגע צוטריט צו קאמפיטן. אנדערע מארקעטן מיט אנדערע סארטן סיסטעמען ווי סאושעליזם און קאמיוניזם און פאשיזם ארבעטן פארקערט. און דארט האט מען וואס ווייניגער.
איך בין זייער נישט באקאנט אין די קאסמעטישע פעלד, דעריבער קען איך נישט קאמענטירן, אבער אין די וועלט פון די אלגעמיינע פרעסע, איז די סיבה פארוואס ווייניגער ווי צען פערזאנען קאנטראלירן עס גארנישט אדאנק קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, ס'איז בלויז אדאנק רעגירונג אינטערווענץ און רעגולאציעס וואס מאכן עס אומעגליך צו קאמפיטן. ס'איז איראניש ווען מאנכע באשולדיגן די אידיי פון קאפיטאליזם אויף זאכן וואס וואלט געשטאנען פיל בעסער אויב וואלטן מיר ווען געלעבט אין א קאפיטאליסטישע סיסטעם.
אמעריקע היינט איז אינגאנצן נישט קיין קאפיטאליסטישע לאנד.
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 10:25 am
דורך החוקר
לייביששרייבער האט געשריבן:אזוי ווי דו זאגסט, עס איז דא אזעלכע נייעסער מדי יום ביומו און מיר ווייסן ניטאמאל דערפון, ווייל עס איז בכלל נישט וויכטיג און אינטערסאנט פאר קיינעם.
Seriously???
יא, יעדן טאג ווערן מענטשן פארשווינדן ביים מערסט באקאנטן שיף אין היסטאריע. נישט איינמאל; נאר עטליכע מאל. ערב בוקר וצהרים. טיטאניק איז נישט סתם די מערסט באקאנטע
איינגעזינקענע שיף, נאר די באקאנטסטע שיף אין היסטאריע. פינטל.
איך גיי דיר נישט אפווענדן וויל עס איז מופרך מאליו. בערך אזויפיל לאגיק ליגט אין אלע קאנספיראציעס און דמיונות.
יא א יעדן טאג ווערן מענטשען פארשווינדען
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 12:32 pm
דורך לייביששרייבער
Seriously???
יא, יעדן טאג ווערן מענטשן פארשווינדן ביים מערסט באקאנטן שיף אין היסטאריע. נישט איינמאל; נאר עטליכע מאל. ערב בוקר וצהרים. טיטאניק איז נישט סתם די מערסט באקאנטע איינגעזינקענע שיף, נאר די באקאנטסטע שיף אין היסטאריע. פינטל.
איך גיי דיר נישט אפווענדן וויל עס איז מופרך מאליו. בערך אזויפיל לאגיק ליגט אין אלע קאנספיראציעס און דמיונות.
דא רעדט מען נישט פון דער באקאנטער פארלוירענער טיטאניק.
דא רעדט מען פון 5 אווענטוריסטן, האבן זיך ארונטער געלאזט זעהן דעם איינגעזיקענער טיטאניק וואס איז שוין אזוי אויסגעדראשן פון די לעמטע 100 יאר וואס מען האט דעם מערסט באקאנטער איינגעזיקענער שיף שוין עקספלאטירט 100'ער מאל, און דער גאנצער מדינה פארט אויף רעדער. זיי מיר מסביר וואס די פינעף פארלוירענע זענען אנדערש ווי די אלע אנדערע אוועטוריסטן וואס גייען פארלוירן און גאר באקאנטע אווענטוריסטן סענזאציעס, ווי די בערג קריכער, און אוצרות זיכער און די מיינען,וכ"ו וכ"ו?
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
נשלח: דינסטאג יוני 27, 2023 3:38 pm
דורך טמיר
איך פערזענליך בין געווען שטארק נייגעריג און נאכגעפאלגט די נייעס (פון די נאנט [emoji1]) על אף איך האלט נישט אז איך ווער געפירט פון די מידיע. איך בין באמת געווען נייגעריג. פארוואס? כ'ווייס נישט. מ'דארף פרעגן א פסיכילאג
פארוואס נישט
נשלח: מיטוואך יוני 28, 2023 11:07 am
דורך אלפא
האנטער ביידן,
אימפטשמענט,
FBI וויסעל בלויער,
פענטעגאן טראנזאקציעס,
דורהעם הירינג,
וכו' וכו',
דאס זענען געוויס די סיבות פאר די אלוועלטליכע מידיע - פון אינדיע ביז קאנאדע קיין ענגלאנד גאר- אויפצובלאזן עפעס א נישטיגן מיסטריעזן טראגעדיע, אלץ כדי דורכצושמוגלען די 'שרעקעדיגן אמת'...
קאם אן!
פארוואס נישט ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 11:02 am
דורך לייביששרייבער
סאנטיאגא האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:
Whoa...
דו נעמסט עס ממש פערזענליך? וואס איז די אטאקע וואס איך באקום דא? ווייל דו פארשטייסט נישט יעדע ווארט מיינער איז עס שוין געמאלן וואסער? דארפסט נישט צוריק אטאקירן מיט קיין עד-האמינום ווען כ'האב דיר בכלל נישט אטאקירט. סך הכל דיר געשעירט מיין נאלידזש וועגן קאנסיפיראציע טעאריקער בכלליות. פאר די רעקארד: די וואסער וואס כ'האב געמאלן איז בעסיק informal logic וואס כ'האב מיך געלערנט. שכח פארן זיין אינטערסירט.
יעדער האט א רעכט צו מאכן אייגענע הנחות און אייגענע מסקנות גערן, די פראבלעם איז אבער ווילאנג דו האסט נישט קיין פאקטן נאר טעאריע און פראגע'ס קען זיין א מיליאן זאכן וואס זענען יא אדער נישט קיין פראגע, ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן.
סארי סארי , כ'האב עס נישט גענומען פערזענליך, כ'האב בכלל נישט געמיינט מיין קעריקטער, כ'האב זיך באצויגן צו די קאנספיראציע טעאריקער אין אַלגעמיין, ווי די רייסט זיי אזוי אראפ.
ריגעלע ריגעלע רוגז...
''ווי איך פארשטיי די קאפ פון א קאנסיפיראציע טעאריקער איז מסקנה די רפואה, צו ס'שטימט צו נישט איז אים נישט וויכטיג ווייל ער מוז סעטיספייען א וואויד פון נישט וויסן''
דא שטעקט לדעתי דיין טעות, האסט שוין אמאל געהאט א שמועס מיט איימיצן וועגן איין ספעציפישע קאנספיראציע? פון וויפיל איך שמועס מיט דיזע, זיי וואלטן ווען אנגענומען די אפיציעלע ווערסיע, וואס זאל מען טון אבער אז ס'שטינקט.
לדוגמא, 'דאנעלד טראמפ' האט אין 15' געשריגן אז מ'שפיאנירט אויף זיין קאמפיין, ווייניג מענטשן האבן אים געגלייבט, איז אריבער א שטיק צייט, און ס'איז באשטעטיגט געווארן אז ער איז גערעכט געווען.
'דאנעלד טראמפ'. האט ווייטער געשריגן אז די 'רוסלאנד קאלודזשן' איז א האקוס, רוב וועלט האט אים נישט געגלייבט, למעשה איז שוין היינט באשטעטיגט אז ס'איז טאקע געווען א האוק'ס.
איז פארוואס זאל איינער גלייבן די זעלבע מענטשן ווען ס'קומט צו די נעקסטע מעשה?
כ'ווייס נישט.. איך זאג נישט קיין מיינונגען אויף יעדע סטארי, איך בין נישט די גרויסע קאמענטירער און אנאליזירער. איך זאג דיר נאר א פוינט אז קאנסיפיראציע טעאריע'ס זענען פיל מיט גראבע לעכער און פאלגט נישט נאך די לאגישע כללים. איך זאג אפן דא אז די מידיא איז נישט פערפעקט, אבער קאנספיראציע טעאריע'ס און אירע ערפינדער ליידן זייער אפט פון גייסטיגע פראבלעמען, און אויך פון נידריגע אייקיו צוליב אמעריקע'ס 20טע פאפולאציע אין הויעך-עדוקאציע לויט די OECD. איז ווען עני קאנסיפיריסי טעאריסט זאגט עפעס דארף מען נאכנישט ווערן אזוי אנטציקט
דאס איז זייער א שארפע סטעיטמענט. אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל אז די קאנספיראציע טיארי'ס ווערן באשטעטיגט אלץ פאקט, פאר וואס זאל דאס נישט זיין פונקט אזוי.
א ליסטע פון קאנספיראציע וואס האבן זיך ארויס געשטעלט פון טיארי צו פאקט
1. האנטער ביידן לעפ-טאפ
2. קאראנע וויירוס ארויס געליקט פון א כינעזער לעב אין מוהאן
3. ביידען'ס כאבאר געלטער פון מדינות וואס זענען נישט 100% אין די זעלבי ליניע ווי דער אמעריקאנער גאווערמענט
4. פאלשע רוסישע קאלודזשען עפערטס
די ליסט גיין ווייטער איך ווייס אפי' נישט אלע אדרבה ווער עס ווייסט זאל צו לייגען
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:16 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אין אנדערע מידיע פעלטשעריי און קאנספירעציעס, דאס מאל פון די לינקע פארהייליגטע ניו יאר טיימס
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... false.html
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:51 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אין אמת'ן פארדינט דעם נייעס א פרישן אשכול, כ'האב נאר נישט קיין צייט יעצט זיך אפצוגעבן דערמיט. @חתם סופר @ששון ושמחה עטס קענטס ביטע עפענען אן אשכול מיט דעם נייעס?
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 2:37 pm
דורך סאנטיאגא
קורקלענד האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:קודם שלינגט אראפ די מציאות אז ס'איז סך הכל ווייניגער ווי א מנין ביזנעס אייגנטומער וואס קאנטראלירן די מאנאפאל אויף די 'אפיציעלע' נייעס און אינפארמאציע וואס כמעט יעדער קריגט.
און אז 7 קאנגלאמערעטס קאנטראלירן די גלאבאלע האלבע טריליאן דאלאר'דיגע beauty industry איז נישט שרעקעדיג? ווער ווייסט וואס זיי לייגן אלס אריין דארט אונז צו פארסאמען??!
אזוי גייט קאפיטאליזם. ווילסט דאך נישט די געמיינע גאווערמענט זאל אלעס קאנטראלירן, אפילו רעגולירן, און אפילו די פאוער וואס זיי האבן יעצט איז דיר שוין מעגליך צופיל. עסט עס..
קאפיטאליזם איז אזא סיסטעם וואס פונקציאנירט אויסשליסליך אין א פרייע מארק ווי יעדער האט אייניגע צוטריט צו קאמפיטן. אנדערע מארקעטן מיט אנדערע סארטן סיסטעמען ווי סאושעליזם און קאמיוניזם און פאשיזם ארבעטן פארקערט. און דארט האט מען וואס ווייניגער.
איך בין זייער נישט באקאנט אין די קאסמעטישע פעלד, דעריבער קען איך נישט קאמענטירן, אבער אין די וועלט פון די אלגעמיינע פרעסע, איז די סיבה פארוואס ווייניגער ווי צען פערזאנען קאנטראלירן עס גארנישט אדאנק קאפיטאליזם. פונקט פארקערט, ס'איז בלויז אדאנק רעגירונג אינטערווענץ און רעגולאציעס וואס מאכן עס אומעגליך צו קאמפיטן. ס'איז איראניש ווען מאנכע באשולדיגן די אידיי פון קאפיטאליזם אויף זאכן וואס וואלט געשטאנען פיל בעסער אויב וואלטן מיר ווען געלעבט אין א קאפיטאליסטישע סיסטעם.
אמעריקע היינט איז אינגאנצן נישט קיין קאפיטאליסטישע לאנד.
די קאסמעטישע אינדוסטריע איז קאנטראלירט ביי 8 עמפייערס:
L'Oreal
LVMH
Shiseido
Johnson & Johnson
Estee Lauder
Proctor and gamble
Unilever
און Coty - קיילי דזשענער'ס ברענד באלאנגט צו זיי צווישן אנדערע
דאס מיינט: אז יעדע פערפיום, ציין-פיץ, דיאודערענעט, זייף, שאמפאו, פענסיל איי ליינער, האנט קריעם, און נאך צענדליגע פראדוקטן וואס קומט אריין אין יעדע שטוב, דרייען זיך דורך די גרויסע אכט. (יעדע פון די אכט האט נאך אסאך גרויסע ברענדס אונטער זיך וואס דו זעהסט אין די פארמאסי) ווילסט בעסערע נייעס? די צווייט פארמעגליכסטע מענטש אויף די וועלט איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי Bernard Arnault די אייגננטומער פון LVMH ער האט געהאט די נומבער וואן ספאט פאר פופצן מינוט אויך.
פונקט די אנהייב חודש איז דער מענטש געווען אין טשיינע ווען מ'האט צוריקגעעפענט די דארטיגע עקענאמיע פאר פארקער, פונקט איז אילאן מאסק געפארן, און פונקט איז די CEO פון GE געפארן, די CEO פון Nvidia איז געפארן. וואס איז יעצט? איך וועל דיר זאגן וואס איז. ס'איז דא א כעמיקאל ס'הייסט sulfate ס'ליגט אין כמעט יעדע שאמפאו, ווען מ'נוצט עס צו לאנג קען ארויספאלן די האר, אדער הייבט זיך עס אן שיילן און דין ווערן ביז ס'איז א פארזעהעניש. און בכלל ס'איז זייער אומגעזונט פאר האר. ס'איז ביי מיר קלאר ווי טאג אז די אלע אינדיווידואלע עפיזאדן זענען אלע איינס... זיי מאכן עס אין טשיינע ווייל דארט איז ביליג, זיי האבן געטראפן עפעס א שטערקערע כעמיקאל וואס מ'קען אריינלייגן אין אנדערע פראדוקטן נישט נאר אין שאמפאו, און דעס גייט גאר שנעלער ארבעטן אויסצורייסן די פאליקלס צוואנציג מאל שנעלער ווי ביז היינט. דער פון GE איז דארט צוזאמען מיט אילאן מאסק ווייל זיי ווילן עס מאכן מיט AI און מ'דארף צוקומען צו machine learning סאפטוועיר וואס די עלקעטראנישע קארס האבן כדי מ'זאל עס קענען שנעלער פראדוצירן מיט ראבאטן און נישט מיט די הענט Nvidia איז דארט ווייל ער גיט די טשיפ'ס דערפאר, און אזוי קען ארנאלט עס אריינברענגען אין די קאסמעטישע אינדוסטריע און פון דארט וועט שוין פארן א באן top down style. בלומבערג וועט דיר שטייציך נאר דערציילן האלב פון די מעשה זאלסט נישט חלומ'ען וואס קומט... זיי ווילן אז מער זאל קיינער נישט קיין האר און נישט קיין בארד. פאריקטע לינקע...
כאפסט וואס כ'האב דא געטוהן?
איך האב דיר אויפגעבויט א פארטיגע קאנספיראציע אין פינף מינוט. אזוי ארבעט די מוח פון א קאנסיפיראציע טעאריקער אין א נאטשעל. זיי לאזן אויס פאקטן, און קומען צו נישט געשטויגענע קאנקלוזנשס און ס'פעלט אסאך דעטע פוינטס אינמיטן. די מינוט דו פרעגסט קשיות איז נישט דא מיט וועם צו רעדן (אין אסאך פעלער) חוץ אויב דו פאלסט פאר פעלעסי'ס.
ס'קען זיין אמת אז news Corp האט א שטארקע קאנטראל אויף די פרעסע, ס'קען זיין אמת אז די מידיא פארלייקנט, פארוואסערט, און איגנארירט פאקטן, אבער אז עמיצער וויל קאנקלודן אז ס'ליגט עפעס טיפער דערונטער דארפסטו האבן way more information למשל דו ווייסט פונקטליך וויפיל קריעטיוו קאנטראל די נעטווארקס האבן? נאר ווייל א CEO האט עקווייערד א קאמפעני מיינט אטאמאטיש אז ער קען שלעפן יעדע שטריקל פון אויבן אראפ? וואס ווייסטו וואס די הסכם איז? און אז יא איז עס אין זיין בעסט אינטרעסט? אין די אינטרעסט פון זיין קלייענטעל? M&A's פארמאגן דעטאלן. אמאל מיינט עס אז זיי האבן נאר א פעטענט, און זיי נעמען א קאט פון די רעוועניו, אבער אלעס אינצווישן און וועלכע טיווי שאו מ'זאל מאכן מארגן האט נישט מיט זיי... ס'איז דא א באורד, ס'איז דא שעירהאלדערס.. מיט א רוהיגקייט. אבער דער סטעריאטייפ וואס איז טונקל און פערענעאויד דארף נישט קיין לאגיק, און קיין עווידענס, זיי זוכן אלס א דראמא אין יעדע נייעס'ל צו שטילן דעם דארשט פון נישט פארשטיין און ארויסהאבן פונקטליך יעדע ריר. מיטן ארייטייטשן שווערע קצות און מהרש"א. מ'דארף נאר זאגן א פונקט און עפעס אן ארגומענט פון איגנארענס און דו האסט א פארטיגע פארמיולע פאר די נעקסטע קאנסיפיריסי.
ווי פונקטליך איז די רעגירונג פארמישט אין די מידיא ביזנעס און וועלכע רעגולאציעס שטערט פון קאמפיטן? וואס קען Bary Weiss אדער Vice news נישט פארציילן וואס minutes 60 קען יא? אדרבה.
קאפיטאליזם איז נישט פערפעקט, און סאושליזם איז נישט אזוי פאשיסט ווי די רעכטע מאכן עס יעדע רגע. למשל יוניוויערסעל בעסיק אינקאם וואלט געווען נאטינג באט סאושליסט, PPP איז סאושליסט, "סאושל סעקיורטי" עניבאדי? FDIC אא"וו. ס'האט נאך אזויפיל מעלות ווי קאפיטאליזם. און ס'קען זיין איך קען עגריען אז אונז זעמיר נישט ממש קאפיטאליסט, איך וואלט געזאגט אונז זעמיר א היבש אליגארכיע און די רייכע קאנטראלירן רוב פאליסיס. אבער פאקטיש ארבעט די פרי מארקעט נישט גוט פאר יעדעם. קוק אויף וואל סטריט און קוק אויף דזשעף בעזאס, דו קענסט נישט זיין דזשעף בעזאס. קוק אויף די צובראכענע העלטקעיר סיסטעם, טאקע א פערפעקט עקזעמפל ווי דו קענסט נישט קאמפיטן. רוב מדינות זענען סאך בעסער אויסגעשטאט פאר דעם, אבער אונזער פריוואטע סיסטעם ווערט נאר קאמפליצירטער און טייערער... בכלל נישט קיין דבר השווה לכל נפש.
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 3:36 pm
דורך סאנטיאגא
לייביששרייבער האט געשריבן:
דאס איז זייער א שארפע סטעיטמענט.
פרעג סיי וועם מיט א PhD אין social psychology. ס'איז א באקאנטע זאך.
לייביששרייבער האט געשריבן:
אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל אז די קאנספיראציע טיארי'ס ווערן באשטעטיגט אלץ פאקט, פאר וואס זאל דאס נישט זיין פונקט אזוי.
א ליסטע פון קאנספיראציע וואס האבן זיך ארויס געשטעלט פון טיארי צו פאקט
1. האנטער ביידן לעפ-טאפ
2. קאראנע וויירוס ארויס געליקט פון א כינעזער לעב אין מוהאן
3. ביידען'ס כאבאר געלטער פון מדינות וואס זענען נישט 100% אין די זעלבי ליניע ווי דער אמעריקאנער גאווערמענט
4. פאלשע רוסישע קאלודזשען עפערטס
די ליסט גיין ווייטער איך ווייס אפי' נישט אלע אדרבה ווער עס ווייסט זאל צו לייגען
איך ווייס נישט וואס די קאנספיראציע איז געווען מיט ביידן, דאס וואס די נייעס זאגט איז קאנספיראציע מיינט נישט אלעמאל אז ס'איז. איך בין מסכים אז 'some' קאנסיפיראציע'ס ווערן שפעטער אמת אבער זעלטן. רוב דערפון איז מענטל אילנעס, א מאנגל אין לאגיק און בילדונג. פאר יעדע וואס דו רעכנסט אויס קענסטו טרעפן צען אויף וויקיפידיע וואס זענען הוילע פאנטאזיעס.
אז דו ווילסט בעסער ארויסהאבן די נושא, הייב אן מיט illusory pattern perception
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 4:04 pm
דורך לייביששרייבער
מיר אבער רעדן דא פון א מידיע קאנספיראציע וואס האלט זיך אין איין ארויסשטעלן אז דאס איז וואס זיי פרובירן צו טוהן. א יעדע וויכטיגע נייעס וואס וואלט די מידיע געדארפט איבערדרייען די וועלט און ווערן פארנומען מיט שטותים, ווען די אויפרייסענדע נייעס איז נגד די לינקע. אבער ווען א קליינע נערישע נייעס אנטקעגן די רעכטע (א גרויסע נייעס מאן דכר שמי') שטעלן זיך אלע אנדערע נייעסער אין א זייט און די מידיע הייבט אן פלאמען מיט אן אוטרעידזש.
דאס איז א פאקט וואס מען קען נישט לייקענען שוין פאר די לעצטע 10 יאר.
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 4:42 pm
דורך אלע צוזאמען
סאנטיאגא האט געשריבן:
די קאסמעטישע אינדוסטריע איז קאנטראלירט ביי 8 עמפייערס:
L'Oreal
LVMH
Shiseido
Johnson & Johnson
Estee Lauder
Proctor and gamble
Unilever
און Coty - קיילי דזשענער'ס ברענד באלאנגט צו זיי צווישן אנדערע
.
פארפאלן דער האט טאלאנט!
כ'האב זיך אלץ געווינדערט ווער זענען די וואס קומען אויף מיט די קאנספיראציעס, דא האמיר אים, זאגסט דאך אזוי גוט, איך הייב כמעט שוין אן צו גלייבן.
איין פוינט וואס די האסט פארזעהן וואס
@קורקלענד האט געשריבן, ''אמעריקע היינט איז אינגאנצן נישט קיין קאפיטאליסטישע לאנד'', און אין דיינע ווערטער זאגסטו עס אויך, זעמיר אלע אויף די זעלבע פעידזש אויף די פוינט, קיינער דינגט זיך נישט מיט די מציאות.
יעצט צו דיין מעשה, וואס וואלט געווען, ווען 'מאסק' גייט קאנפערמירן די נייעס אז ער וויל עס מאכן מיט AI און באזונדער גייט מען הערן פון א ריזן ביזנעס דיעל וואס 'נווידיע' האט געשלאסן מיט 'ארנאלט'?
לדעתי, - קען זיין כ'גיי נישט זיין גערעכט,- ס'אבער שוין נישט אזוי פאני צו הערן די סטארי וואס די האסט פאבריצירט דא, אריבער צו די 'מעין סטריעם מידיע' עטליכע פון זיי האבן שוין אפיציעל מודה געווען אז זיי זענען פרא די לינקע, און מער ווי איינמאל הערט מען פון דיעל'ס צװישן דעמאקראטישע פאליטיקאנטן און די נייעס אינדוסטריע, מער ווי איינער איז געפארן אהין און צירוק אפאר מאל, פון פאליטישן געווארן א מעמבער אין איינע פון די גרויסע אגענטורן, אדער פארקערט.
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
Re: די מידיע האט עס געטוהן מיט אונז נאכאמאל
נשלח: זונטאג יולי 02, 2023 1:13 pm
דורך החוקר
@סאנטיאגא דיין קאנספיראציע איז אייזן! אפילו Nvidia האסטו איינגעמיירעט. [emoji6]