בלאט 1 פון 1

נארסיסטיק גאט חלילה?

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 12:24 am
דורך שעפטאל
ס'דריקט מיך אויפן הארץ.
כ'נעם די גאטס אריינצוברענגן מיין עלעפאנט אין די צימער.
ווייל ס'דערווייטערט מיך פון רעליגיע, כ'קען באשטיין צו וויסן אז ס'איז אמת, גוט, און מעשה השם.
----

די תורה לייגט אראפ אונזער באשעפער ווי א נארסי..

ער זאגט זיינע הערליכע י"ג מידות ווי גוט ער איז
אבער כי לא ינקה דער וואס פארשוועכט זיין כבוד

ער איז אזוי גרויס ער דארף נישט קיינעם
אבער דארף אונזער אטענשען יעדע מינוט אין טאג

משלים, דוגמאות, זענען אהן א שיעור

כ'זיך באמת א תירוץ
אבער די תירוץ זאל נאר נישט זיין: מ'קען נישט פארשטיין. ווייל דאס איז אויך איינע פון נארסיסטיק טרעיט'ס

ווי אויך ביטע קומט נישט מיט קיין היץ.
דעי קשיא רייסט מיך גענוג

ס'איז שוין צייט אונז זאלן וויסן ס'איז תורת אמת דורך אהים, און נישט סתם זאגן אז מ'גלייבט ווייל אפשר דאך איז עס אמת.

אבער אפשר איז צו שפעהט פאר א נייע מעמד הר סיני
צו דען וועט ער נאכאמאל זאגן מ'מעג רעיפן ביי כי תצא למלחמה?
וועט ער זאגן לא תחיה כל נשמה, הארגע א יעדעם און באקום א לאנד?
וועט ער זאגן פרשת עבדים?

קען מיך איינער העלפן? פליז!