בלאט 2 פון 4

נשלח: דאנערשטאג יולי 06, 2023 11:26 pm
דורך תקע בשופר
איך פרוביר צו פארשטייין די גרויסע צרה פון דעם אינגערמאן וואס מאכט דעם עולם אזוי מיטוויינען מיט איהם. סך הכל האט ער נישט די שענסטע ווייב און ער וויל א ווייב פון די מאוויס???? וויפיל פראצענט מענטשן האבן שיינע ווייבער???

מען קען שוין מיינען, אז טאמער וואלט ער אליינס געוועלט וואלט ער יא געטראפן א שיינע.

אויך מיר א צרה... א אינגערמאן געזעהן א מאווי פון א פרוי ווא סאיז שענער פון זיינס....

נשלח: פרייטאג יולי 07, 2023 11:15 am
דורך צקון לחש
תקע בשופר האט געשריבן:איך פרוביר צו פארשטייין די גרויסע צרה פון דעם אינגערמאן וואס מאכט דעם עולם אזוי מיטוויינען מיט איהם. סך הכל האט ער נישט די שענסטע ווייב און ער וויל א ווייב פון די מאוויס???? וויפיל פראצענט מענטשן האבן שיינע ווייבער???

מען קען שוין מיינען, אז טאמער וואלט ער אליינס געוועלט וואלט ער יא געטראפן א שיינע.

אויך מיר א צרה... א אינגערמאן געזעהן א מאווי פון א פרוי ווא סאיז שענער פון זיינס....
ס'איז אמת אז ביי אונז איז שטארק אייגעפעדימט אז יעדער דארף פון אלעס די שענסטע און די בעסטע. בסוד כל ישראל בני מלכים הם. און דאס קען שאפן אן ענקזייעטי כנ"ל, אזוי ווי דאס שאפט ענקזייעטי ביי אזוי פיל פון אונז אויף אזוי פיל ענינים.
אבער אין אמת'ן מוז נישט זיין אז דער יונגערמאן הנ"ל דארף אזא שיינע פרוי ווי ער האט געזעהן.
ער דארף א פרוי וואס ווייסט וואס מיינט שיינקייט, און וויל דאס, און שעצט דאס, און וויל זיין באליבט פאר דעם [אויך].

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 1:17 am
דורך [NAMELESS]
זייער אסאך עלטערן קוקן יא אויף דעם און זענען יא אריינגעטאן אין שיינע מיידלעך פאר זייערע בחורים.

איך האב באמת רחמנות אויף דעם אינגערמאן.
זיין ווייב מוז זיך צושטעלן מער. ער האט נישט וואס צו פארלירן פון איר נעמען פאר מערזיש קאונסלינג אפאר מאל און זען אויב זאכן גייען צו בעסערונג.

זאגן פאר א פרוי אז ער טראכט פון טון שריט מיט אנדערע פרויען וועט נאר בעקפייערן. עס איז גענוג צו זאגן אז ער זעט סאך שענערע פרויען. זי דארף גיין צו א אויפגעקלערטע כלה אדער חתן טיטשער וואס זאל איר מסביר זיין וואס צו טון.

אבער, אויב איז זי פארקנאקט אז זי טאר נישט טון א גאנצע סעלף מעיד בייבל מיט שגעונ'ען דעמאלץ איז באמת נישט ריכטיג אריינצוברענגען נאך און נאך קינדער אין דעם באלאגאן.
(לאמיר האפן אז בורט קאנטראל איז נישט א חלק פון די סעלף מעיד בייבל.)


ער מוז נישט אנטלויפן היינט. ער קען אייביג ווארטן צו זען אויב ער דעוועלאפט א רילעישענשיפ מיט איר פאר ער מאכט זיין באשלוס.
אבער, אויב האט ער איר נישט ליב מיסודו איז זייער שווער אים צו מאכן אינטערעסירט אין האבן א רילעישענשיפ מיט איר.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 3:24 am
דורך berlbalaguleh
תקע בשופר האט געשריבן:איך פרוביר צו פארשטייין די גרויסע צרה פון דעם אינגערמאן וואס מאכט דעם עולם אזוי מיטוויינען מיט איהם. סך הכל האט ער נישט די שענסטע ווייב און ער וויל א ווייב פון די מאוויס???? וויפיל פראצענט מענטשן האבן שיינע ווייבער???

מען קען שוין מיינען, אז טאמער וואלט ער אליינס געוועלט וואלט ער יא געטראפן א שיינע.

אויך מיר א צרה... א אינגערמאן געזעהן א מאווי פון א פרוי ווא סאיז שענער פון זיינס....
זי האט נאר געהאט בעסערע מעיק-אפ. ווען ער זאל זי (די שיינע פרוי פון די מאוויס) זעהן 7 אזייגער אינדערפריה ווען זי שטייט אויף פון בעט מיט דעם אויסזעהן ווי א מאפ און די פנים פן א זויערן פיקל וואלט ער שוין לאנג אנטלאפן...!

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 9:36 am
דורך כ'דארף טראכטן
איך בין נישט איינשטימיג צו באשולדיגן די עלטערן אין דעם צפעציפישן פאל.

מיין טאטע האט יא געזוכט דאס בעסטע פאר מיר, און נאך מיין בעשוי בין איך געווען צופרידן, און ערשט אפאר יאר נאכן חתונה האב איך זיך אויפגעוועקט אז ס'שמעקט מיר עפעס בעסער.
איך נעם דעם פולסטן אחריות אויף מיר אליינס און מען קען קיינעם נישט באשולדיגן. מיין טאטע איז נישט שולדיג אז ער האט צוטון מיט א מאווי-קוקער וואס וועט סיי וויאזוי נישט זיין צפרידן מיט וואס ער האט, כידוע.
א בעל תאווה האט א פראבלעם אז ער גליסט, און סיי וועלכע פרוי וועט אים נישט קענען באפרידיגן אויפן לאנגן-טערמין.
וואס יא? אין מערסטנס פעלער קען מען רעדן צו א פרוי. דאס מיינט נישט מען זאל איר זאגן איך גיי נעמען א צווייטן ווייל דאס וועט בלויז בעקפייערן... מען רעדט פון דער קאנצעפט פון אויפקלערן די פרוי און איר ארויסנעמען אויף פלעצער און צוביסלעך איר אריינגעבן א רייץ צו זיין מער אפן צו די וועלט.

ווען א געזונטע פרוי שמעקט אז איר מאן גייכט א געוויסע סארט אויסזען און קולטור, און גלייכצייטיג קוקט ער איר ארויף און רעספעקטירט איר פאר וויאזוי זי איז און וויאזוי זי איז אויפגעוואקסן - דאן וועט זי זיך נאטירליך צושטעלן צו אים און אים ממלא זיין זיין חסרון.
א פרוי איז געווענליך בויגזאם און פארמאגט א נאטירליכע רייץ צו צושטעלן פאר איר מאן וואס ער וויל. אנשטאט רעדן פון זיך צוטיילן וכו' קען מען אינוועסטירן אין די פרוי מען זאל זיין צופרידן פון איר אויסזען.

מיין חתן רבי איז געווען א גרויסע בהמה, אבער איין ווארט האט ער געזאגט און איך מיין אז עס איז אמת: "אפילו ווען דו וואלסט באקומען די שענסטע פרוי אין דער וועלט, וואלט זי דיר אויך נמאס געווארן נאך א שטיק צייט". דאס קען מען זען ביי די גויים וויאזוי סיי וועלכע פרוי זיי האבן נאר ווילן זיי גיין טשידן מיט א צווייטן, פארוואס? ווייל זיי זענען בעלי תאווה. ס'איז נישט די פרוי וואס זעט יא אדער נישט אויס גוט, ס'איז די תאווה וואס פלאקערט פאר א צווייטע פרוי אפגעזען ווי שיין און הערליך די אייגענע איז.

אדרבה, זאל דער עולם אריינקומען מיט זייער ערפארונג וויאזוי זיי האבן באוויזן צו שאפן א טויש ביי זיך אינדערהיים, און נישט צובראכן זייער שטוב וועגן אביסל תאווה און פוילקייט.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 10:02 am
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:זי האט נאר געהאט בעסערע מעיק-אפ. ווען ער זאל זי (די שיינע פרוי פון די מאוויס) זעהן 7 אזייגער אינדערפריה ווען זי שטייט אויף פון בעט מיט דעם אויסזעהן ווי א מאפ און די פנים פן א זויערן פיקל וואלט ער שוין לאנג אנטלאפן...!
נו הא גופא קשיא, דאס מיינט קישוט! ברויך זי דען נישט זיך מקשט זיין פאר איר מאן פונקט ווי ער ברויך זיך צושטעלן מיט עונה פאר איר?! ס'איז א טו וועי סטריט!

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 10:32 am
דורך משה זעקעל
זאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 2:14 pm
דורך yn.NY
משה זעקעל האט געשריבן:זאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
זיין ווייב וויסט נישט וואס די ווארט "מאווי" מיינט!... ניטעמאל קוקט זי טמא'נע "ווידיאויס"...

ואס, ער זאל איינטאג אהיינקומען און זאגן זיין וויב, מ'גייט קוקען א מאווי?

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 2:37 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ער קען זאגן זיין ווייב מ'גייט קוקן יוסף שפיל.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 2:38 pm
דורך צקון לחש
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ער קען זאגן זיין ווייב מ'גייט קוקן יוסף שפיל
מיט אשת פוטיפר

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 2:45 pm
דורך שעפטאל
אדער די מעשה פון אמנון מיט תמר, דוד מיט בת שבע, דוד מיטן סוכנת. די אידן מיט די מואבים, ובימי עזרה די אידן מיט די גוישע ווייבער.
רות מיט בועז אינעם שייער... אחשוורוש בהקבץ בתולות רבות...

אז מ'לערנט באקומט מען גלייך שכר אויף דעי וועלט...

Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 2:47 pm
דורך צוזאמגעדרייט
אויב מען וויל גיין ממש אויף די רבי'שע שטייגער ברויך מען קוקן א פאָרשפיל...

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 2:54 pm
דורך כ'דארף טראכטן
ליצנות אין א זייט, איז אבער דער ריכטיגער וועג צוביסלעך צו אויפקלערן ביז מען באקומט איר אויף אונזער זייט.
ליבערשט ווי זיך ארומדרייען א צוקראכענער און קלאגן, קען מען דערגרייכן געוואונטשענע רעזולטאטן מיטן איר מוטיגן צו ווערן מער אויפגעקלערט און זיך אהערשטעלן ווי עס פאסט פאר א בת מלך...

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 3:29 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נו הא גופא קשיא, דאס מיינט קישוט! ברויך זי דען נישט זיך מקשט זיין פאר איר מאן פונקט ווי ער ברויך זיך צושטעלן מיט עונה פאר איר?! ס'איז א טו וועי סטריט!
אזוי לערנענדיג די וואכעדיגע פרשה היצטערט, פרשת מטות קאפיטל ל' פסוק י"ד כל נדר וכל שבעת אסר "לענת נפש" אישה יקימנו ואישה יפרנו. ברענגט רש"י צו די גמרא אין נדרים וואס הייסט עינוי נפש וואס דער מאן קען מפיר זיין.
כ'זעה אויך דא אין פשוטו של מקרא ווי ער ברענגט צו א רבנו בחיי, וז"ל

"למדך הכתוב כי מה שנתנה תורה רשות לבעל להפר נדרי אשתו, אין זה בכל הנדרים שבעולם אלא דברים שיש בהם "עינוי נפש", כגון שלא תרחץ ושלא תתקשט בבגדי צבעונין, ושלא תאכל בשר ושלא תשתה יין, ושלא תכחול ושלא תפרכס וכיוצא בהן.
ואפילו אסרה על עצמה פירות חינוני פלוני - יפר; וכל שכן שמפר דברים בינו לבינה בעניני צניעות, ממה שכתוב להלן בין איש לאשתו. ובשני ענינים אלו הוא שיש לבעל כח להפר, "לפי שהוא משעבדת לו בשני דברים" של עינוי נפש, שיראה אותה יפה, ושלא תתענה ולא תתצער, וכמו שאמרו ז"ל (כתובות ס"א ע"א) כי היא היתה אם כל חי - 'לחיים נתנה ולא לצער'. ודברים שבינו לבינה, אין צריך לומר שהיא משעבדת לו בהן, ובודאי כל הנודרת באותן שני ענינים - על דעת בעלה היא נודרת, כיון שהיא משעבדת לו בהן, אבל דברים אחרים חוץ מהן שנדרה בהן האשה, אין לבעל כח להפר, אלא צריכה התר חכם על ידי חרטה כשאר בני אדם" ע"כ.

פון דעם זעהט מען אז די פרוי'ס שעבוד פון קישוט און אנרייצן דעם מאן, איז מיט גארנישט ווייניגער ווי דעם מאן'ס חיוב עונה לגבי דעם פרוי, און חתן דנן וועם דער פותח האשכול האט באשריבן איז טאקע צום באוויינען, פונקט אזויווי מ'וואלט ווען באוויינט דעם פרוי פאר נישט באקומען איר ערליך-פארדינטע עונה.

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 4:31 pm
דורך צקון לחש
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:פשוטו של מקרא
אם כל חטאת :twisted:

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 5:00 pm
דורך shadchan
עדיאל האט געשריבן:זייער ווייטאגליך, און כל ערום יעשה בדעת ווען ס׳קומט צו שידוכים.

אן עצה פאר דעם אינגערמאן איז איינס: געט דע העל אוטע דהער. שוין איינגעמיירעט ב״ה, און ס׳איז א מעוות לא יוכל לתקון. וויסן זאלסטו אבער אז ס׳גייט נישט ווערן בעסער קיינמאל. מעריזש קאונסעלינג העלפט נאר ווען ס׳דא א ספארק. מ׳האט זיך אמאל ליב געהאט, נאר מ׳דארף ארבייטן אויף דיפערענצן. בנידן דידן, ווען וישנאה האט אן אזלא גרש, איז טאקע זיל וגרש.

אויף וואס ווארטסו? ס׳זאל זיין א מזל טוב איבערסיאר? די סטיגמא די חברים און די עלטערן פרעשור גיין נישט ווערן בעסער. צום סוף וועט זיין פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעווארפן, ויפה שעה אחת קודם.
ח'ו. ס'גייט עם גארנישט בעסער ווערן
ער גייט נישט טרעפן עפעס שענערס
ער קען נאר ווי אויבן דערמאנט טרייען צו מסביר זיין זיך אנטוהן שענער
און נישט קוקן אזויפיל לאוו מאוויס וכו'

Re: איז דער שידוך פאסיג פאר דיין זון?

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 5:47 pm
דורך אלבערט איינשטיין
קען איך פערזענליך א יונגערמאן וואס האט קלאר געמאכט פאר זיין טאטע ער איז נאכנישט גרייט צו חתונה האבן. ער איז געווען 17 די טאטע האט איהם געזאגט ארויס פון שטוב גייסטו. איך געב דיר אן אפציע צווישן צוויי מיידלעך.
קיין ברירה נישט געהאט. ער איז געווען געונג גרויס צו פארשטיין אז ער דארף האבן נאך אפאר יאר ביז זיין היציגע טעינידש נאטור ענדיגט זיך אבער אן ערפאלג.
זיין טאטע האט געוואוסט פון איין זאך אויב ער מאכט איהם חתונה ביי די אכצטן איז ער פערזערוועט מיט די ווייסע זאקן.
פארשטייט זיך געווען צו קליין צו קענען קלאר מאכן אז ער דארפט נישט קיין געשוירענע קאפ . וואס ער מיסט און האסט ביז היינט ועוד… איך רעד צו איהם. פיל איך ממש ווי ער דארף פשוט ווארטן אפאר יאר ביז די צוואנציג על כל פנים און זאכן וואלטן אנדערש אויסגעקוקט.

פערזענליך שמועסנדיג מיט איהם. האב איך ארויס געברענגט אנשטאט האקן און זיך רעגן אויף די סיסטעם זאל ער טראכטן וואס מען קען טוהן ווייטער.
ווייל די סיסטעם גייט זיך נישט טוישן ווען ער גייט זיך רעגן

עס איז א ווייטאג. און ניין איך קען גארנישט טוהן צו טוישן די סיסטעם. אבער אנשטאט זיך רעגן זאל מיט טוהן למעשה..

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 6:46 pm
דורך צקון לחש
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:איך קען גארנישט טוהן צו טוישן די סיסטעם
אוודאי קענסטו, טאקע נישט אויף די זעלבע סקעיל ווי דו האסט געטוישט פיזיקס ;) , אבער דאך, יעדער פון אונז איז א חלק פון די טויש, צוביסלעך

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:24 am
דורך כספי
משה זעקעל האט געשריבן:זאל ער קוקן צוזאמען מיט זיין ווייב די מאווי אין אלעס וועט צוביסלעך ווערן מסודר
ס'איז טאקע נישט נוגע צו דעם אשכול, אבער כ'האב שוין לאנג געטראכט פון אזא בייפאל, די שאלה איז, איז דא א מין מציאות א וועג וואס מ'זאל קענען ברענגען א גאר פרומע ווייבל צו קוקן מאוויס?

ס'דא מאוויס וואס כ'טראכט שוין לאנג הלואי זאל זי עס זען, סתם גוטע קלוגע מאוויס, וואס מ'קען זיך לערנען פון דעם, אבער זי קוקט קוים ווידיא'ס בכלל, אמער רבנים האבן עס געאסר'ט, וואס טוט מען אין אזא פאל, איז דא בכלל א עצה?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 11:50 am
דורך חמול על מעשיך
מקען אלעס טון מיט אפי' די פרומסטע ווייב

אז דו זעסט נישט ווי אזוי דאן האט עס גארנישט מיט מאוויס

נאר זי האט זיך נאכנישט געטראפן מיט דיר אויף איין פלאץ

סדא גוטע קארסעס, שיעורים, און סעשענס, וואס קען דיר העלפן

פרעגט דיך גוט נאך...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:36 pm
דורך שמעקעדיג
ווי קען מען זיך נאכפרעגן?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 2:41 pm
דורך ערנסטגערעדט
כגעדענק נישט וואו כהאב געזען געברענגט ערגעץ אז א שיינע ווייב כפשוטו איז א הידור מצוה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:12 pm
דורך נפה