בלאט 2 פון 4
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 1:09 pm
דורך שלמה משנתו
נאך א מזל איינער איז מוחה, אזוי הערט מען כאטש פון די אלע האטליינס. דער וואס באקומט די גרעסטע קול קורא, דער ווייסט מען איז די בעסטע...
כ'הייב אן צו טראכטן אז די קול קורא'ס זענען פשוט מארקעטינג סטראטעגיעס פון די האטליינס.
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 1:11 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער איז דאס און וואס האט ער געטון?
פון די איינציגסטער רבנים אדער גאר די איינציגסטער מיט ברייטע פלייצעס
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 1:29 pm
דורך געזונטערהייט
עמעזאן האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:ווער איז דאס און וואס האט ער געטון?
פון די איינציגסטער רבנים אדער גאר די איינציגסטער מיט ברייטע פלייצעס
יאפ, דער האט קאנפידענס & שכל
(גאר א פרומער אויך גראדע)
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 1:43 pm
דורך [NAMELESS]
שלמה משנתו האט געשריבן:נאך א מזל איינער איז מוחה, אזוי הערט מען כאטש פון די אלע האטליינס. דער וואס באקומט די גרעסטע קול קורא, דער ווייסט מען איז די בעסטע...
כ'הייב אן צו טראכטן אז די קול קורא'ס זענען פשוט מארקעטינג סטראטעגיעס פון די האטליינס.
ווי קען מען טאקע הערן די מרת ח. פעלבערבוים קאנפרענץ?
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 4:54 pm
דורך שלמה משנתו
עמעזאן האט געשריבן:ווי קען מען טאקע הערן די מרת ח. פעלבערבוים קאנפרענץ?
ווער איז זי בכלל? א טעראפיסט? א כלה טיטשער? איינער האט פרטים אויף איר?
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 10:11 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 10:38 pm
דורך בעל דרשן
רבי ישראל דערבארעמדיגער שליט"א איז פון די גרעסטע דיינים אין עיר התורה והחסידות מאנסי א פוסק מיט א שכל הישר, א פארשטאנד צו יעדע מצב.
חוץ זיין גדלות אין תורה איז ער א גאר צוגעלאזענע דיין און הונדרעטער יונגעלייט פרעגן אים זייערע שאלות בכל יום ויום.
ממילא די וואס פרובירען אים אונטערצוברענגען זאלט עטץ וויסען אז די טעראר איז אומזיסט ווייל א ריזען ציבור פון מאנסי וועלן אים שטיצען און ווייטער גיין לאורו
נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 10:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ששון ושמחה האט געשריבן:.
וואו בין איך?? פארוואס האב איך נישט געהערט פון עם ווען איך האב חתונה געהאט?? די צעטל האט מיך פשוט אנגעווארעמט.
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 11:35 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
איך האב אריינגעlogט ביי מרת חנה פעלבערבוים’ס
וועב סייט ס’קוקט אויס ווי זי רעדט צום זאך
נשלח: מיטוואך יולי 12, 2023 1:25 pm
דורך כאדאראם
איך פארלאז זיך נאר אויף די רבנים וואס האבן א קול קורא. אנדערש בין איך חושד אז זיי זאגן נאר וואס מען הייבט זיי. איך קען הרב ישראל דערבארעמדיגער שוין יארן און איך שטוין פון זיין ברייטקייט, פארשטאנד, קלוגשאפט, און זיין שטארקייט צו זיין קלאר און אמת׳דיג אפילו ס׳געפעלט נישט פאר אנדערע! ממנו ילמדו!
די חוצפה אז איינער קען שרייבן אזאלכע פאשקאווילן אויף איהם און קיינער זאגט גארנישט איז געפערליך. עס איז ממש קמצא ובר קמצא…. נאך ערגער. יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם…
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2023 12:12 pm
דורך חמול על מעשיך
און יא, דרעולם איז דא
IMG-20230711-WA0050.jpg
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2023 7:29 pm
דורך שמן למאור
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איך האב אריינגעlogט ביי מרת חנה פעלבערבוים’ס
וועב סייט ס’קוקט אויס ווי זי רעדט צום זאך
הער איך פון מיין בני בית, אז יעדעס יאר זומער צייט קומט זי ארויס מיט אזא סאמיט, און אלע פרויען דיסקוסירן די נושאים ביי די סורקולס אין קאנטרי; ס'ווערט לעבעדיג, די פרומע רבנים ווערן געוואויר פון זייער רעביצינס און זיי האלטן עס נישט אויס...
ס'איז ב"ה אכשיר דרא.
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:17 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
באמערק אז די קול קורא קעגן דערבארימדיגער איז נישט אונטער געחתמ'ט ביי קיין איין רב!!!
Re: קול קורא קעגן האטליינס
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:20 am
דורך חמול על מעשיך
ס'נישט קיין קול קורא סאיז א פאשקעוויל
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:22 am
דורך סקעפטיקער
ויזכו לבנות בית נאמן בישראל - בעני הדרכת חתנים וכלות - תמוז פ''ג.jpg.jpg
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:22 am
דורך סקעפטיקער
אין אר"י איז לעבעדיג איבער מרת בילגריי
וואזנער - בילגריי.jpg
רמ''ש קליין בילגריי.jpg
בילגריי - קרליץ.jpg
בדץ העדה החרדית קול קורא.jpg
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:23 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:31 am
דורך ברוך שפינוזה
די קול קוראס/פאשקעווילן דערמאנט מיר פון די מעשה פון בלעם... רעאליטעט פראסקעט זיי אין פנים אריין אבער די חברה גייען אן מיט א פרישקייט און געבן נישט אויף...
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:35 am
דורך berlbalaguleh
אני הקטן אלס שפראכן פארשער בין פון אייביג אויס נייגעריג געווען וואס דער שורש פון דעם ווארט "פאשקעוויל".
עיין ב'שפראך און גראמאטיק. צו זעהן מיין (אייגענע) פשט'ל.
נאר ביטע א ביסעלע שפעטער.
אויך. קיינער מוז נישט אננעמען מיין פשט. איכ'ל נישט ברויגז זיין אז מ'וועט מיך באשיייגעצן און אנזידלען דערפאר.... יש"כ למפרע.
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 12:41 am
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן:
אני הקטן אלס שפראכן פארשער בין פון אייביג אויס נייגעריג געווען וואס דער שורש פון דעם ווארט "פאשקעוויל".
https://en.wikipedia.org/wiki/Pashkevil#Etymology
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 1:25 am
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער: ייש"כ פאר צוברענגען דעם לינק. נאר איך קען נישט קיין פויליש. פראנצויזיש, יא. און איך האב אן אלטן כלל אז זייער א סאך ווערטער פון אידיש האבן זייער מקור אין פראנצויזיש.
איך וויל יעצט נישט פארקריכן פון די נושא 'עלל איך נישט ארייגיין אין קיין פרטים. נאר אין אן אנדער'ן פארום האביך שוין געשריבן און אויסגערעכנט עטליכע ווערטער וועלכע האבן זיך דערקייקלט פון פראנצויזיש אין אידיש. (אויסער דייטש, פארשטייצעך). און ס'איז אויך מסתבר. ווייל אין משך פון די לעצטע 1500 יאר האבן אידן געוואוינט סיי אין פראנקרייך און סיי אין דייטשלאנד.
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 5:57 am
דורך [NAMELESS]
די קונטרס מה טבו אוהליך איז א פראבלעם, הרב גאנץ איז א פראבלעם, מרת פעלבערבוים איז אסור בתכלית האיסור, ווער איז יא מותר?
נשלח: פרייטאג יולי 14, 2023 9:18 am
דורך [NAMELESS]
סקעפטיקער האט געשריבן:אין אר"י איז לעבעדיג איבער מרת בילגריי
וואזנער - בילגריי.jpg
רמ''ש קליין בילגריי.jpg
בילגריי - קרליץ.jpg
בדץ העדה החרדית קול קורא.jpg
געזעהן די צעטלעך אין וויליאמסבורג