בלאט 2 פון 4

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:40 pm
דורך זר זהב
דאן מוזטו זיין א אידיש ליינער, ווייל דיין ספעלינג איז זייער גוט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 2:57 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.

יישר כח.

ג״א מצטרף, איך האב קיינמאל קיין אידיש נישט געשריבן ביז איך האב מיך אהער אריינגעסיינט, איך זע בחוש אז איך האב מיך אסאך צוגעלערנט אין די קארגע פאר חדשים וואס איך שרייב דא. אויב איינער באמערקט עפעס א טעות אין מיין געשרייבעכעץ זאל ער אזוי גוט זיין און מיך לאזן וויסען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:09 pm
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:

וויסן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:12 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע, דיין ספעלינג איז געווענליך גוט, אבער נישט אלץ (כ'האט עס שוין כמ"פ מגיה און מתקן געווען, הגם ממש קלייניגקייטן, טאקע די עי"נ'ס וכדומה).
אבער דיין שפראך איז יא זייער גוט און רייך. צום פינטל, רעדסט נישט צו סך און נישט ווייניג, נוצט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען דיינע נקודות.
אויב איז דאס דיין ערשטע מאל וואס דו שרייבסט אידיש, דאן בין איך ערשטוינט!!!

וועגן די טעותים, איך וועל דיר בל"נ שרייבן אין אישית.

--

משה געציל, דו ביסט אויך גאר גוט אין שרייבן!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:14 pm
דורך שמואל הלוי
און איך?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:17 pm
דורך זר זהב
דו וואסלט געווען א גוטע מיטיעראלאדזשיסט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:18 pm
דורך שמואל הלוי
וואס האט עס מיט ספעלינג?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:20 pm
דורך זר זהב
ס'האט נישט.
איך וועל עס לאזן פאר שמעקעדיג .

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 4:18 pm
דורך משה רוקח
שמעקעדיג האט געשריבן:די לעצטע 2 תגובות האבן מיר גורם געווען אן אויספלאץ. איך האף אז דאס איז נאר בדרך הלצה.
פליז קארעקט מי איף איי עם ראנג.

מיין תגובה איז געוועהן מיט'ן פולסטן ערנסטקייט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:07 pm
דורך שמעקעדיג
הייסט אז דער בליץ האט גורם געווען דעם אמעראצישקייט למפרע, בלויז אין די לעצטע יאר וואס עס ערשיינט?..
אשפ"ג !!
און בכלל, די בליץ האט נישט די סארט טעותים וואס איך רעכן דא אויס. הלואי זאל מען דא שרייבן בלויז ווי דער בליץ.
מיר האבן דא אויך געציילטע שרייבערס וועלכע שרייבן מער א העכערע אידיש, וואס לאו כל מוחא סביל דא.

שמואל הלוי, פון דיר בין איך נתפעל, דו שטייסט בעסער פון מיר מיט א פערפעקטן אויסלייג און גרעמער.
מי אנכי, ווער בין איך צו געבן א אפשאצונג אויפן אונזער פלייסיגסטן שרייבער אויפן שטיבל?...

איך זוך נישט דא צו קאמפלימענטירן אדער קאמפלעינען, נאר אז געפילטע האט געפרעגט האב איך אים געענטפערט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:32 pm
דורך שמואל הלוי
דאנקע שיינע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:55 pm
דורך משה רוקח
דער בליץ האט אן ארטיקל דעם חודש איבער דעם סעפטעמבער עלעווען מעמאריעל. אין מאנהעטן.
ס'הייסט אפיציעל 911 מעמאריעל אדער 9/11 מעמאריעל? זיי שרייבן 911 מעמאריעל און ס'האט מיר זייער געבאדערט ווען איך האב עס געזעהן. איט דשזאסט לוקס פאני.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:38 pm
דורך משה געציל
זר זהב האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך וויל דער עולם זאל מעורר זיין מיינע טעותים, איך האב אנגעהויבן שרייבן אידיש די טאג וואס כ'האב מיך אויפגעסיינט אויף קאווע שטיבל. סא אז איר זעט א ספעלינג מיסטעיק ביטע זייט מיר מעורר, נישט אין יענעם אשכול, כדי נישט יעדע אשכול זאל פארוואנעלט ווערן אין א 'שפראך און גראמאטיק' אשכול, נאר לייגט עס דא, אדער אין אישי.

יישר כח.

ג״א מצטרף, איך האב קיינמאל קיין אידיש נישט געשריבן ביז איך האב מיך אהער אריינגעסיינט, איך זע בחוש אז איך האב מיך אסאך צוגעלערנט אין די קארגע פאר חדשים וואס איך שרייב דא. אויב איינער באמערקט עפעס א טעות אין מיין געשרייבעכעץ זאל ער אזוי גוט זיין און מיך לאזן וויסען.

וויסן

וואס איז טאקע די כלל? ווען דארף מען שרייבן א עין פאר די ענדע נין און ווען נישט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:22 pm
דורך איינער
שמעקעדיג האט געשריבן:וועגן די טעותים, איך וועל דיר בל"נ שרייבן אין אישית.

wow. איך קען אויף געניסן פון די סערוויס? איך פארשטיי אז צו פאררעכטן אזא עם הארץ ווי מיר איז אסאך שווערער, אבער אמאל אמאל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:57 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע, דיין ספעלינג איז געווענליך גוט, אבער נישט אלץ (כ'האט עס שוין כמ"פ מגיה און מתקן געווען, הגם ממש קלייניגקייטן, טאקע די עי"נ'ס וכדומה).
אבער דיין שפראך איז יא זייער גוט און רייך. צום פינטל, רעדסט נישט צו סך און נישט ווייניג, נוצט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען דיינע נקודות.
אויב איז דאס דיין ערשטע מאל וואס דו שרייבסט אידיש, דאן בין איך ערשטוינט!!!

וועגן די טעותים, איך וועל דיר בל"נ שרייבן אין אישית.

--

משה געציל, דו ביסט אויך גאר גוט אין שרייבן!

שכויעך פאר די קאמפלימענט, אפשר ביזטו טאקע מגלה וואס די סוד פון די עינ'ס איז? ווען לייגט מען עם יא און ווען נישט?

ס'נישט ממש די ערשטע מאל וואס איך שרייב אידיש, איך פלעג שרייבן בלעטער אויף בלעטער "איך וועל נישט רעדן אינמיטן דאווענען" און "איך וועל נישט זיין קיין מחוצף" טויזענטער מאל...

געליינט האב איך יא אסאך אידיש, בעיקר אלץ (אלס?) קינד, מנחם מענדיל, יפה בעיתו, רוב 'שפאנענדע ערציילונגען' פון יאיר וויינשטאק און זיינס גלייכן (ביז איך האב אנטדעקט ענגלישע נאוועלס אלס בחור, פון ראבערט לודלום און דאן בראון און זייער גלייכן) איד, בלאט, צייטשריפט, שטערן, אלעס נאר אלס אינגע בחור, אבער זייט דעמאלס האב איך כמעט נישט געליינט קיין אידיש, חוץ אמאל אמאל שבת ביים שוויגער ווען ס'נאר דא א שטערן אין טוילעט.

וואס איך טוה פאר ספעלינג איז, איך האב אן אלטער שכן, פון די ליטא, און ווען איך בין נישט זיכער ווי אזוי א ווארט שרייבט זיך טראכט איך ווי אזוי ער זאגט עס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:02 pm
דורך זר זהב
אז דו וועסט ליינען (לייענען?) די אלטע אידישע ליכט בענדער וועסטע זעהן (זעען?) גאר אן אנדערע ספעלינג. דאס זאגט מיר אז ס'נישטא קיין כללים פאר אידיש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:21 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז אמאל פלעגט (פלעג?) מען לייגען מער vowels אין אידיש, א', ע', י' און ה'ס, היינט קארגט מען מער אויף די אותיות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:25 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין אז אמאל פלעגט (פלעג?) מען לייגען מער vowels אין אידיש, א', ע', י' און ה'ס, היינט קארגט מען מער אויף די אותיות.

קארעקט!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:27 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס האט עס מיט ספעלינג?

פארקערט. דאס מיינט ער ז.ז. צו זאגן. מיטיעראלאדזשי יא. אידיש ספעלינג, נישט. אבער איך בין נישט מסכים מיט איהם. :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:28 pm
דורך זר זהב
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:וואס האט עס מיט ספעלינג?

פארקערט. דאס מיינט ער ז.ז. צו זאגן. מיטיעראלאדזשי יא. אידיש ספעלינג, נישט. אבער איך בין נישט מסכים מיט איהם. :lol:

נאו אנו!
נישט אמת!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:36 am
דורך געפילטע פיש
שכויעך יאנקל, איז דא א לאגיק ביהיינד דעם, א צד השוה בהן, וואס זאל דאס מאכן גרינגער צו געדענקען?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:43 am
דורך נולד מאוחר
גוואלט געווען א גלייכע זאך איינער זאל אפשרייבען די בעסיק כללים. י און ו פין פון דו די אין און ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:43 am
דורך זר זהב
דער ע פון שמייכלן זעהט מיר אויס איבעריג