בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 2:44 pm
דורך מי אני
yatzmachp האט געשריבן:די reasoning אויף נישט צו גלייבן עקספערטן בלינדערהייט אדער נעמען זייער ווארט ווייל זיי זענען עקספערטן איז מיין ראיה פון ענדזשינירינג אז טאמער מען וואלט זיי געגלייבט אויף א מאשין אן דעם וואס מען וועט עס טעסטן טויזנט און איין מאל וואלט מען געווען חוזק על אף דער עקספערט האט געמאכט א הערליכן דיזיין. כשוכ"ש אויף טעארעטישע עקספערטן וואס מען קען נישט טעסטן זייערע טעאריעס און סאלושנס טאר מען זיכער נישט גלייבן בלינדערהייט.

בד"וו, ווען איך קויף עפעס אינטערעסירט מיך אינגאנצן נישט וועלכער עקספערט שטייט אונטער דעם מאשין. איך קוק נאר אויף די קוואליטי און אויב עס טוט דאס וואס איך וויל עס זאל טוהן און עס פיט מיין באדזשעט וואס איך האלט אז דאס איז ווערט. אויב אן עמעטשור האט עס געמאכט וועל איך עס קויפן פון אים. דער אמת איז אז אך וויסן ניטאמאל ווער עס שטייט אונטער דעם. און די wisdom of crowds וועט אויך אזוי טוהן. אוודאי וועלן זיין א מיעוט אזוי ווי דיר וואס וועלן זיך נאכפרעגן פונקטליך וועלכער עקספערט עס שטייט אונטער דעם מאשין, וועלכע אוניווערסיטעט ער האט געלערנט, וואס פארא דעגרי ער האט באקומען, וואס פארא סטודענט ער איז געווען, ווי פיל יאר עקספיריענס ער האט אין דעם פעלד וכו. כל הכבוד צו דיר.
אט דאס איז דאך די געדאנק פון עקספּערטיִז וסייענס דערביי: אז זיי האבן דאס געטעסט ומברר געווען בחוש. וואס דען מיינט עס דא? און אט דאס איז די סיבה אז דו גייסט דיך פארלאזן אויף עסטעבּלישד בּרענדס וואס גייען נאך עקספּערטיז, קעגן אַן עמעטשור, ווען דאס איז די איינציגסטע אינפארמאציע דו פארמאגסט. ופשוט. אין אנדערע ווערטער, אויב טעסט מען עפעס און מ׳זעהט בחוש אז די עקספּערטן זענען נישט גערעכט, ציהען די עקספּערטן אליינס צוריק דערצו, ווייל אט דאס איז דאך די גאנצע געדאנק פון ״עקספּערטיִז״ וסייענס. עס קומט נישט אריין קיין רוב דערביי.

וה"ה בנוגע קלימאט סייענס. די עקספּערטן שטעלן אראפ מאדעלן און טעאריעס אויף פענאמענאַ, לפי די דאטא וואס מ'האט. און אז מ'זעהט אז ס'שטימט מיט פּרעדיקשאנס וואס מ'האט געמאכט עפי"ז, ווערט דאך דאס וועריפייד בזה אויך. דאס איז די טעסט דא.
yatzmachp האט געשריבן:די וואס ווילן אפווענדן wisdom of crowds מיט א נארישע ארגומענט פון רעליגיע, וואס די יסוד פון רעליגיע איז אז מען "גלייבט" על אף פון עווידענס וואס קען מעגליך אויפווייזן אויף פארקערט, וואס דאס מיינט "אמונה פשוטה" פארשטייט נישט וואס דאס איז wisdom of crowds מיינט אדער פארשטייט נישט וואס רעליגיע איז אדער ביידע.
ווי איך פארשטיי ווילסטו טאקע זאגן אז בעצם גייט די געדאנק פון wisdom of crowds אָן, רוב מאל, ביי יעדעס זאך אויך (און נישט ווי איך האב געזאגט אז דאס "מיינט" און גייט אָן ביי אַן עוורידזש פון עניני עסטימעטס וכדומה) קעגן עקספּערטן, חוץ ביי רעליגיע וואס האט, אדער גאנץ אנדערע אופני הבירור, אדער האט נישט קיינע אופני הבירור בכלל. בין איך סתם אזוי נייגעריג וואס איז דיין גישה בנוגע ראיות על אמונה און די וואס לאכן דערפון? ווי אויך פון די וואס לאכן בכלל פונעם מושג פון "גלייבן" על אף פון עווידענס וואס קען מעגליך אויפווייזן אויף פארקערט?

וואס איך מיין צו זאגן איז, אז עס קומט לכאורה אויס פון וואס דו זאגסט דא, אז פאר די וואס האלטן נישט פון אַן "אמונה פשוטה" צוגאנג אין אמונה, דארפן זיי בעצם, עפ"י ראציאנאל, מער אָנצונעמען קדושת ישו, זייענדיג אז דאס איז דא די הסכמת הרוב בזה. (חוץ טאמער ס'איז פונקט "קאנוויניענטלי" פון די מיעוט מאל ווי wisdom of crowds איז פונקט נישט גערעכט.) דאס איז אבסורד, ואפילו פאר די וואס האלטן נישט אז "אמונה" מיינט דייקא "אמונה פשוטה" און "גלייבן" על אף פון עווידענס וואס קען מעגליך אויפווייזן אויף פארקערט.

אגב, לפי דיין פארשטאנד אין וואס דאס איז wisdom of crowds, דאן וואס איז טאקע די חילוק דערביי צווישן דעם, וואו עס האלט יא, און צווישן ארגומענטום עד פּאפּולום, וואס איז נישט ריכטיג לפי (ווי דו זאגסט, "די וואס פארשטייען אַן ארגומענט" ו)דרכי הטענה? איך האב פריער מסביר געווען דעם דיפערענץ. אבער וואס איז די דיפערענץ לפי דיר?
yatzmachp האט געשריבן:מי אני, איך עקספעקט נישט אז דו זאלסט פארשטיין וואס איך האב געשריבן, איך קען דיך שוין מיט דיינע אנדערע ניקס ממילא געב איך דיר איבער די פלאר און איך גיי דיר נישט ענטפערן נאר אויב דו גייסט מאכן א לאגישע ארגומענט אנטקעגן מיינע ארגומענטן אדער אויפווייזן אז די מציאות וואס איך האב אראפגעלייגט איז נישט ריכטיג. אבער אויב דו גייסט נאר שרייבן א ווערטער סאלאט וועל איך דיך לאזן האבן דעם לעצטן ווארט.
איך וויל נעמען די געלעגענהייט דא ארויסצוברענגען אז בכל טענותי כאן, האב איך קיין איינמאל זיך נישט באנוצט מיט אַן עד האמינעם וחוזק קעגן @yatzmachp, ווי ער יעצט דא אויף מיר (אין רויט). איז דאס טאקע א וועג פון זיך טענה'ן?

ווי איך האב געשריבן, האב איך נישט קיין אנדערע ניקס. אדרבה, ביטע זאג מיר ווער דו מיינסט אז איך בין אויך? אולי איז דאס מיר א קאמפּלימענט, ואל תמנע טוב מבעליו בהיות לאל ידיך לעשות (משלי ג כז).

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 4:02 pm
דורך פיקח עצום
אנטשולדיגט פאר אפשר טוישן סאבזשעקט:

עס איז משמע פונעם גאנצן שמועס דא, אז דאס איז זיכער אז די וועלט ווערט ווארימער, נאר די שאלה איז פארוואס,
נאר איך וויל טאקע וויסן אויב דעיס איז טאַקע אזוי,
ווייל אלעמאל ווען איך זעה אין די נייעס, אז דעיע טאג איז געווען די הייסטע אויפן רעקארד, רעדט מען אלעמאל אדער פון די גאנצע וועלט בכללות, אדער פונעם ים, דאס הייסט אזעלכע פלעצער ווי מען האלט נישט לאנג רעקארדס, אבער אז מען קוקט אויף די וועטער בפרטות אין שטעט ווי ס'איז קלאָר רעקארדירט די וועטער די לעצטע צוויי הונדערט יאר פון יעדע טאג, זעהט מיר נישט אויס ווי די לעצטע דרייסיג יאר איז ווארימער,

נאכאמאל איך בין נישט אויסגעקאכט אין די גאנצע נושא, נאר עפעס אזוי קוקט מיר עס אויס

למעשה האב איך אביסל ארומגעקיקט אויף די נושא און דא קען מען זעהן פון ניו יארק סיטי, אז ס'איז יא ארויף די עוורעדזש מיט בערך 2 דעגריס

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 5:57 pm
דורך צקון לחש
היימישע אידן פלאגן זיך מיט חינוך, חתונה מאכן, שלום בית, טשיילדהוד טראמא, נסיונות אין קדושה און נאך, און האבן נישט די כוחות הנפש און נישט די צייט פאר נאך דאגות

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 6:30 pm
דורך ברוך שפינוזה
סתם צו זיין דעם devil's advocate להגדיל תורה ולהאדירה קען מען אפשר אריינטייטשן אין יצמחפורקניה'ס אבסעסיע מיט די אזויגערופענע wisdom of the crowds ווייל מיר ווייסן דאך אז די יסוד פון רעליגיע איז אנגעבליך צו דינען גאט, און גאט ווייסן מיר דאך פון ירדן פיעטערסאן איז די collective consciousness of the people, אין אנדערע ווערטער the wisdom of the crowds, קומט דאך אויס אז רעליגיע איז נישט מער ווי זיך אונטערצואווארפן אונטער די הויעכשטאקיגע wisdom of the crowds. און מ'זעהט טאקע אז יהדות הרבנות עכ"פ דרייט זיך אלץ ארום דעם wisdom of the crowds, דער רי"ף דאכצעכמער שרייבט אז די סיבה פארוואס ער האלט אז מ'דארף פאלגן דעם תלמוד בבלי איז נישט מער און נישט ווייניגער ווייל מ'האט אנגענומען עס צו פאלגן, ווי אויך ווייסן מיר אז מנהג עוקר הלכה, כל זמן שהלכה רופפת בידך פוק חזי מאי עמא דבר, "כלל ישראל פירט זיך" "ס'איז אנגענומען בכלל תפוצות ישראל" איז דאך פון די אל"ף בי"ת פון די כלל ישראל אידן א.א.וו.

נו, גיימער בויען אן עראפלאן מיט אונזער הימלבאשאנקענעם wisdom of the crouds... יצמחפורקניה איז מכובד מיט'ן ערשטן טעסט דרייוו :P

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 6:58 pm
דורך שאלתיאל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דער רי"ף דאכצעכמער שרייבט אז די סיבה פארוואס ער האלט אז מ'דארף פאלגן דעם תלמוד בבלי איז נישט מער און נישט ווייניגער ווייל מ'האט אנגענומען עס צו פאלגן,
קען זיין אז ער באציעט זיך צו די שאלה פון די אוטאריטי-סמכות פון תלמוד בבלי?
דארט מיין איך מאכט סענס אזא טענה אז די סמכות קומט פון דעם וואס מען האט עס אנגענומען אויף זיך.

נשלח: מיטוואך יולי 26, 2023 11:15 pm
דורך מי אני
ברוך שפינוזה האט געשריבן:און מ'זעהט טאקע אז יהדות הרבנות עכ"פ דרייט זיך אלץ ארום דעם wisdom of the crowds, דער רמב״ם שרייבט אז די סיבה פארוואס ער האלט אז מ'דארף פאלגן דעם תלמוד בבלי איז נישט מער און נישט ווייניגער ווייל מ'האט אנגענומען עס צו פאלגן, ווי אויך ווייסן מיר אז מנהג עוקר הלכה, כל זמן שהלכה רופפת בידך פוק חזי מאי עמא דבר, "כלל ישראל פירט זיך" "ס'איז אנגענומען בכלל תפוצות ישראל" איז דאך פון די אל"ף בי"ת פון די כלל ישראל אידן א.א.וו.
איך האב דאס טאקע דערמאנט דא פריער צום סוף פון די תגובה. ועיין מש״כ כאן בענין זה באריכות.

עס איז סתם אזוי מן הראוי ארויסצוברענגען וואס דאס איז פונקטליך די סייענטיפיק מעטאד; ״עקספּערטיִז״ אינעם קאנטעקסט פון דעם אשכול. דאס איז (מער-ווייניגער ובקיצור) אז צום ערשט זעהט מען עפעס א פענאמענאן און מ׳האט א שאלה דערויף ״פארוואס?״ און/אדער ״ווי אזוי?״ וכדומה. דערנאך מאכט מען א היפּאטעזיע, וואס איז כעין א געס בסברא (אדער קאנסטראָקט מען א גאנצע הסבר ומאדעל ווען עס איז מער קאמפּליצירט), און וואס עפי״ז האט עס פּרעדיקשאנס והיכי תמצא׳ס וואס קומען ארויס דערפון. דערנאך מאכט מען א טעסט, אַן עקספּערימענט, צו אויפווייזן אט די פּרעדיקשאנס, וואס האט צוויי קאנדישאנס: די קאָנטראָל קאנדישאן און די עקספּערימענטעל קאנדישאן. די איינציגסטע חילוק ביניהם צווישן די צוויי קאנדישאנס, איז נאר די וועריעבּל וואס מ׳היפּאטיזירט איז די גורם פאר׳ן פענאמענאן. אויב ווייזט די טעסט/עקספּערימענט עמפּיריש ובחוש בפועל ונפעל אז עס קומט אויס א חילוק צווישן די צוויי קאנדישאנס לפי די פּרעדיקשאנס הנ״ל, ווייסט מען אז עס איז טאקע מחמת אט די וועריעבּל וואס מ׳האט היפּאטיזירט. לאחר מזה גייט דאס ווייטער אָן בחוזר חלילה, וואו מ׳אנאליזירט די רעזולטאלטן און מ׳מאכט ווייטער אַבּזערוועישאנס דערינען אין די פענאַמענאַן, צו ראפינירן די טעאריע וואס מ׳האט נאך ווייטער און נאך ווייטער. דאס איז סיי טאמער מ׳האט אפגעפרעגט די היפאטעזיע אדער עס וועלידעיטעד. ובכלל, איז א האָלמאַרק פון סייענס דאס אז טאמער טוהט מען דעם עקספּערימענט גענוי איבער, דארף דאס צו געבן די גענויע זעלבע רעזולטאלטן.
IMG_5090.jpeg
דא האט @יידל מסביר געווען דעם סייענטיפיק מעטאד בעסער און מער באריכות.

כמובן, איז נישט אלעמאל שייך צו האבן די ״גאָלד סטענדערד״ פון א קאָנטראָל קאנדישאן און וואו די איינציגסטע זאך וואס מ׳טוישט (און ״קאנטראלירט״) איז אט די וועריעבּל וואס מ׳שטודירט. אבער מ׳פרובירט אלס צוצוקומען ווי נענטער צו דעם אידעאל פון זעהן וואסערע היפאטעזיע שטימט דאס בעסטע און פשוט׳סטע מיט אלע דאטא וואס מ׳האט, און די פּרעדיקשאנס וואס עס זאגט פאר פאסירן טאקע לפיה.

ווי אויך איז טאקע שייך אז מיט דעם אלעם און נאך דעם אלעם, ווען מען האט שוין יא געמאכט אַן עקספּערימענט מיט א קאָנטראָל קאנדישאן, זאלן דאך די חוקרים (זייענדיג פארט נאר מענטשן ובו״ד) האבן פארט פארזעהן עפעס א וועריעבּל וכדומה, און/אדער דאך געמאכט א טעות (מחמת איזה סיבה שהיא ביודעים ובלא יודעים), טראץ דעם גאנצן מעטאד. וממילא איז טאקע שייך אז אַן עמעטוּר זאל טאקע פונקט אויפקומען מיט עפעס מער עפישענט וכו׳ אין דעם עצם זאך וואס די עקספּערטן טעסטן ועפי״ז הדרך, אבער, ווי געזאגט, איז דאס א דבר מוזר, ווי מ׳זעהט אז די מעטאד איז ריגאראס (ובפרט אין applied סייענסעס). און די סייענטיפיק מעטאד הנ״ל, וואס זייער זיך באנוצן דערמיט איז אט דאס וואס מאכט זיי אשר בשם ״סייענטיסטן״ יכונה, גייט זיי מכריח זיין טאקע אוועקצוגיין פון זייער פאלסיפיצירטע היפאטעזיע (וואס לפי דר. קאַרל פּאַפּער איז די גאנצע געדאנק פון ״סייענס״, וואס מאכט דאס אלס ״סייענס״, און איר מעטאד די געדאנק פון פאלסיפיצירן), און דאס ראפינירן/אפווענדן עפ״י וואס דער עמעטוּר צייגט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:47 pm
דורך אלפא
דא זע איך אז הותרה הרצועה, פינחס גלויבער דערוואגט זיך עמטליך צו דעקלערן גלאבאלע אנווארמונג אלס תוצאה פון מעשי ידי אדם!
טאקע נאך באופן פון 'הם אמרו' - די סייענטסטן שפעקילירן.. אבער פארט קלאר געזאגט.

ווי זאגט נאר א חבר מיינע, אין אונזער קהילות איז יעדע נייע געדאנק 'כפירה' ביז נאר עס ווערט אוממעגליך עס צו לייקענען!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 6:46 pm
דורך קורקלענד
ווי ווייט איך ווייס איז נישטא קיין שום וויסנשאפטלער קאנצענסוס אז קלימאט טויש (מלפנים 'גלאבאלע אנווארימונג') איז אין רעזולטאַט פון מעשי ידי אדם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 6:50 pm
דורך אלפא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 7:08 pm
דורך קורקלענד
איך זעה דאס צום ערשטן מאל. לעצטע מאל איך האב אריינגעקוקט דערין איז געווען מיט אזא צען יאר צוריק. טראץ וואס ס'קען זיין אז ס'איז היינט צוטאגס דא קאנצענסוס. טוישט דאס נישט מיין מיינונג (בנוגע 'קלימאט טויש) אויף די מינוט. איך האב נישט קיין סאך צייט די טעג פאר אזעלכע נארישקייטן. אבער איין טאג וועט מען נאכאמאל אריינקוקן דערין.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 7:21 pm
דורך אלפא
כל הכבוד פאר דיין מיינונג.
נאטור ווארט אבער נישט אז יעדער סקעפטיקער זאל מחליט זיין צו ער פארשטייט צו סייענס!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:40 am
דורך yatzmachp
און די נאטור פאלגט נישט יעדן וואס רעדט אין נאמען פון סייענס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:59 am
דורך yatzmachp
איך האף אז די קליימעט טשענדש חסידים האלטן טאקע פון די סייענטיפיק מעטאד. איינע פון די זאכן איז פרעדיקשן און פאלסיפיקעישן. דערווייל אלעס וואס די קליימעט טשענדזש רבנים און נביאים האבן פארגעזאגט איז נישט געווארן. איך רעכן נישט אז די חסידים זאלן טוישן זייער גלויבן פונקט אזוי ווי איך רעכן נישט אז די בעלזער, סאטמארער, גערער, פאפא, ספינקא, וויזשניץ, וכו' זאלן אפלאזן זייערע רביס. נישט קיין חילוק ווי פיל געוועזענע חסידים און רבנים אין די קליימעט טשענדזש קולט זענען אנטלאפן פון דארט און פארציילן וואס מען רודפ'ט זיי פארן אפלאזן דעם קולט, וועט דער קליימעט קולטיסט זיך ווייטער האלטן שטארק. האלטס ענק שטארק ביי אייער גלויבן, זאגטס אני מאמין און ציטערט אין די הויזן פון קליימעט טשענדזש. איך האף אז אין די מיען טיים וועט עטס פליען ווייניגער אויף עראפלאנען אזוי וועל איך פליען אביסל רואיגער אזוי ווי ביי קאוויד. עס איז געווען א מחיה. אין די מיען טיים וועלן ענקערע רביס און נביאים צוזאמען מיט די מתנגדים האקן א טאג אויף ענקערע חשבון.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:01 am
דורך אלפא
1. נאטור 'פאלגט' נישט קיינעם חוץ פון די געזעצן (בלשון מושאל) אויף וועלכע ער פארט, סייענס איז די בס"ה סוביעקט פון אפלערנען און דעפינירן די דאזיגע געזעצן, 'רעדן אין נאמען פון סייענס' מיינט טאקע גארנישט, אבער א 'סייענטיפישע קאנצענסוס' מיינט יא אסאך - אויב נישט וואלסטו נישט געקענט פארן אויף קיין פליגער אדער נעמען אן עקס-רעי ווען וויכטיג.. עס מיינט אויך נישט אז זיי זענען אייביג/אלעמאל/אינגאנצן ריכטיג, עס איז אבער יא א שטארקע אנדייטונג צום אמת.
2. אפשר קענסטו ביטע פראפאזן א בעסערע הסבר אויף די יעצטיגע גלאבאלע אנווארמונג - נישט אין די נאמען פון סייענס אויב עס איז בעסער אזוי - וועלכע איז קאהירענט מיט די דאטא?
אדרבה די סייענטיפישע קאמיוניטי וועט זיך זייער פרייען צו אזא אנדעקונג!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:07 am
דורך אלפא
yatzmachp האט געשריבן:איך האף אז די קליימעט טשענדש חסידים האלטן טאקע פון די סייענטיפיק מעטאד. איינע פון די זאכן איז פרעדיקשן און פאלסיפיקעישן. דערווייל אלעס וואס די קליימעט טשענדזש רבנים און נביאים האבן פארגעזאגט איז נישט געווארן. איך רעכן נישט אז די חסידים זאלן טוישן זייער גלויבן פונקט אזוי ווי איך רעכן נישט אז די בעלזער, סאטמארער, גערער, פאפא, ספינקא, וויזשניץ, וכו' זאלן אפלאזן זייערע רביס. נישט קיין חילוק ווי פיל געוועזענע חסידים און רבנים אין די קליימעט טשענדזש קולט זענען אנטלאפן פון דארט און פארציילן וואס מען רודפ'ט זיי פארן אפלאזן דעם קולט, וועט דער קליימעט קולטיסט זיך ווייטער האלטן שטארק. האלטס ענק שטארק ביי אייער גלויבן, זאגטס אני מאמין און ציטערט אין די הויזן פון קליימעט טשענדזש. איך האף אז אין די מיען טיים וועט עטס פליען ווייניגער אויף עראפלאנען אזוי וועל איך פליען אביסל רואיגער אזוי ווי ביי קאוויד. עס איז געווען א מחיה. אין די מיען טיים וועלן ענקערע רביס און נביאים צוזאמען מיט די מתנגדים האקן א טאג אויף ענקערע חשבון.
דו מישט אויס צווישן סייענטיפישע טעאריעס/פאקטן און אנאליזן/פרעדיקשאנס, ווי ווייט איך ווייס זענען די פונקטליכע נומערן און פאקטן נאך פארהויכט און אומקלאר איבער די עתיד אדער אפי' איבער די סאלושען און שריט וועלכע מ'דארף נעמען (אויב מ'קען נאך בכלל..), דאס ווענדט אבער נישט אפ די מציאות און לאגיק אז קארבאן עמישאנס וכו' ברענגען אן שעדליכע תוצאות...
לאמיר ענדערש אפלערנען נאטור ווי זיך טענה'ען אויף לופט..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:15 am
דורך מי אני
yatzmachp האט געשריבן:און די נאטור פאלגט נישט יעדן וואס רעדט אין נאמען פון סייענס.
אבער אט דאס איז דאך די דעפיניציע פון "סייענס": אויב נאטור פאלגט נישט נאך די פּרעדיקציעס פון אירע מאדעלן, ווערט דאס פאלסיפיצירט און "סייענס" אליין גייט מאדיפיצירן אירע מאדעלן דערין לפי די נייע דאטא. אט דאס איז וואס זי קוקט ארויס אויף און וואס מאכט דאס אשר בשם "סייענס" יכונה.
yatzmachp האט געשריבן:איך האף אז די קליימעט טשענדש חסידים האלטן טאקע פון די סייענטיפיק מעטאד. איינע פון די זאכן איז פרעדיקשן און פאלסיפיקעישן. דערווייל אלעס וואס די קליימעט טשענדזש רבנים און נביאים האבן פארגעזאגט איז נישט געווארן. איך רעכן נישט אז די חסידים זאלן טוישן זייער גלויבן פונקט אזוי ווי איך רעכן נישט אז די בעלזער, סאטמארער, גערער, פאפא, ספינקא, וויזשניץ, וכו' זאלן אפלאזן זייערע רביס. נישט קיין חילוק ווי פיל געוועזענע חסידים און רבנים אין די קליימעט טשענדזש קולט זענען אנטלאפן פון דארט און פארציילן וואס מען רודפ'ט זיי פארן אפלאזן דעם קולט, וועט דער קליימעט קולטיסט זיך ווייטער האלטן שטארק. האלטס ענק שטארק ביי אייער גלויבן, זאגטס אני מאמין און ציטערט אין די הויזן פון קליימעט טשענדזש. איך האף אז אין די מיען טיים וועט עטס פליען ווייניגער אויף עראפלאנען אזוי וועל איך פליען אביסל רואיגער אזוי ווי ביי קאוויד. עס איז געווען א מחיה. אין די מיען טיים וועלן ענקערע רביס און נביאים צוזאמען מיט די מתנגדים האקן א טאג אויף ענקערע חשבון.
עד האידנא ווייזט די דאטא ביזדערווייל אז נאטור פאלגט דא בעצם (ליידער) יא נאך די פּרעדיקציעס פון זייערע מאדעלן (צב"ש: עוורידזש טעמפּעראטור, וועטער פּעטערנס און שטארקייט פון שטורמען, צאל און שטארקייט פון וואלדפייערן, ים העכערקייט, אייז פארלוסט, וכדומה). און דאס איז, ביזדערווייל, די וועריפיקעישאן פון אט די מאדעל ובסיסה על הכלל. על סמך מה זאל די דאטא פון נאטור זיך טוישן פון דעם מאדעל אינעם עתיד? סתם ווייל מ'גלייכט דאס נישט? ביזדערווייל איז נישטא קיין דאטא צו צייגן אז די מאדעל איז נישט גוט.

אזויפיל קענסטו יא טענה'ן, אז ווי אזוי דאס וועט אימפּעקטן דאס מענטשהייט, ווען מ'דארף ארייננעמען די וועריעבּלס וואס מ'ווייסט נאכנישט פון ווי אזוי דאס מענטשהייט וועט זיך אַן עצה געבן דערמיט און דאס קאַוּנטערן מיט טעכנאלאגישע ערפינדונגען אינעם עתיד וכדומה, איז, ווי @אלפא'ס לשון, פארהויכט און שווער פאראויס צו זאגן. (ווי אויך קומט סתם אזוי צו די שוועריקייט פון הארטע פּרעדיקשאנס על הפרט אויף א כאאטישע סיסטעם מיט גאר אסאך וועריעבּלס. אבער על הכלל, זעהט מען אז עס ווערט יא וועריפייד.)

יעצט, איה"נ אז, ווי דר. מאַרק פּערי ברענגט ארויס, זענען (מער עקסטרעמע) פּרעדיקשאנס וואס זיי האבן געמאכט נישט צושטאנד געקומען (און אויך ל"ד בנוגע קלימאט טויש בפרט). אבער פון דארט צו גיין טענה'ן אז עס איז לגמרי פאלסיפיצירט, ווען מ'זעהט די דאטא כסדר ווי, צב"ש, די וועלט ווערט יא מער און מער ווארעמער און ווי עס פארלירט יא כסדר מער און מער אייז אין אַנטאַרקטיקאַ און אין די אַרקטיק, איז פאלג מיר א גאנג. ווי געזאגט, מאדיפיצירט מען דעם מאדעל, אבער עס איז (ליידער) ווייט ווייט נישט אפגעפרעגט מכל וכל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:38 am
דורך yatzmachp
אויב די זעהסט שרייב איך נישט וועגן די סובסטאנץ פון קליימעט טשענדזש. איך האב גראד פון אנפאנג געשריבן אז איך גיי נישט שרייבן וועגן די סובסטאנץ פון קליימעט טשענדזש. ערשטנס, ווייל עס איז אזוי אויסגעדראשן אז גארנישט וואס איינער שרייבט דא גייט איינעם טוישן. איך האב געשריבן אז יעדער זאל פארלייגן זיינע פרעדיקשנס און אונז וועל מיר אויסווארטן. ב"ה די גייסט אויף די וועלט טוישט זיך צוביסלעך קעגן די אמונה פון קליימעט טשענדזש, פאר אסאך סיבות, איינע פון די סיבות איז ווייל די הבטחות פון די רבנים און נביאים ווערן נישט מקוים.

צווייטנס, די אשכול איז נישט וועגן די סובסטאנץ פון קליימעט טשענדזש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:53 am
דורך מי אני
די לעצטיגע סורוועי צייגט אז אמעריקאנער'ס גלויבונג אין קלימאט טויש טוהט וואקסן. ווי אויך אין דעם אז עס איז אַנטראָפּאָדזשעניק און בסיבת דאס מענטשהייט. ועיין כאן פון פּוּ ריסערטש לעצטענסט, איבער אמעריקאנער'ס עטיטודס אין דעם, ובפרט ביים אינגערן דור.

ואגב, כמובן אז'ן טענה'ן אז די וואס טענה'ן בעד קלימאט טויש זענען אליינס עובר אויף דעם און געבן צו צום אַנטראָפּאָדזשעניק פראבלעם, איז פשוט אַן אפּיעל צו היפּאַקרעסי/טוּ קוואָק, און זאגט גארנישט איבער דעם צי די טענה אליינס איבער (אַנטראָפּאָדזשעניק) קלימאט טויש איז ריכטיג צי נישט. ועוד אגב, דאס׳ן זאגן אז ״אלעס וואס זיי האבן פאראויסגעזאגט איז נישט צושטאנד געקומען״, איז לכאורה זיך יא גע׳טענה׳ט אויף די סאָבּסטאנץ פון זייערע טענות. אפשר נישט נחית לפרט, אבער יא על הכלל. וממילא איז אין פלאץ צו אפיר ברענגן אט די סאָבּסטאנץ וואס דו מאכסט א קלעים קעגן אז עס איז נישט צושטאנד געקומען, אז עס איז ליידער יא.

עכ״פ איך עקספּעקט נישט בעסער פון איינער וואס אינסיניוּעיט קעגן א בר פלוגתא אז ״יענער פארשטייט נישט קיין ארגומענט.״ וכבר אמרו רז״ל (קידושין ע.) כל הפוסל במומו פוסל (ב״מ נט:) ומום שבך אל תאמר לחברך.

Re: וואס איז פשט פון דער היימישע נאאיווע צו קלימאטן טויש?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 10:44 am
דורך אלפא
אן אינטרעסאנטע לעצטיגע אויפדעקונג, וועלכע לויטערט אז דורך קלימאטן טויש גייען די טעג ווערן לענגער מיט אפאר מילי-סעקונדעס.
(דורך דעם וואס די וועלט ווערט ווארעמער, די אייזבערג ווערן צולאזט אין ים אריין, די ימ'ען ווערן פילער, די וועלט גרעבער, ממילא נעמט די ראטעישאן אביסל לענגער).

https://news.sky.com/story/climate-chan ... r-13178556

עס מאכט נישט אויס אויפן טעגליכן הלוך ילך ווייל די תוצאות/חילוקים וועלן ממילא זיין אומזעבאר פאר אפאר הונדערט יאר. אבער פאר סייענטיפישע און פונקטליכע מעסטונגען מאכט עס יא אויס.

Re: וואס איז פשט פון דער היימישע נאאיווע צו קלימאטן טויש?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:15 pm
דורך סקעפטיקער
די ראטעישאן ווערט כסדר שטייטער שוין פאר טויזענטער יארן