נשלח: פרייטאג יולי 28, 2023 4:15 pm
אמת'ע מעשה?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=16447
א גוטע וויץ איז עס זיכערשמן למאור האט געשריבן:אמת'ע מעשה?
איך מיין עס נישט פערסאנעל און איים סארי אויב דו ווערסט באליידיגט, אבער עס דערמאנט מיר פון די מעשה מיט די פויער וואס האט זיך געטראפען מיט די גלחישע קליידער און ער האט נישט פארשטאנען די בייבל האט ער אפגעמאכט אז קיינער פארשטייט נישט….שמן למאור האט געשריבן:זיצנדיג אויפן ערד דעם טישעבאוו, זאגנדיג בלעטער און בלעטער פון שווערע קינות ווערטער לאין סוף, האב איך אזוי געטראכט צו זיך, וואט די העל טוט מען דא? וואס איז די פוינט פון זאגן און זאגן?
מאנכע טעון זיך אויף אז זיי האבן 'געענדיגט זאגן' ס'גאנצע זאך... און יעצט? קענסט זאגן תהלים אנשטאט דעם.
אין שו"ע שטייט דאך שוין טוב מעט בכוונה מהרבה שלא בכוונה. מילא מען נעמט צען שיינע שטיקלעך, מען נעמט א שטארקן פירוש, מען איז זיך מעמיק און וואס די מחבר מיינט ארויסצוברענגען, מען לייגט זיך אריין אין די מצב החורבן והגלות, הער איך. אבער ווער טוט דאס דען? אפילו די וואס ברענגען שוין יא א גרעבערע קינות מיט א פירוש, בליקן נאר אריין דערין ביי אלי ציון אדער ביי געוויסע שטיקלעך דא דארטן. סא וואס איז גאנצע זאגעריי? וועלכע איד קען זאגן אז ער האט פארשטאנען אפילו האלב פון וואס ער האט געזאגט?
כמעט אלע אידן וואס זאגן די גאנצע קינות און ענדיגן ביי חצות הייבן נישט אן צו וויסן קיין ווארט וואס זיי האבן אלץ צאמגעזאגט אין די צוויי דריי שעה, טא אויף וואס טויג עס?
אלי ציון זאגט מען צופרי נישט ביינאכטברוך שפינוזה האט געשריבן: ביי אונז אין קאנטרי האט זיך געמאכט איין יאר תשעה באב נאך מעריב אז מ'האט נישט געטראפן קיין קינות, מ'האט איבערגעדרייט דעם גאנצן שוהל דארט מיט די גאנצע שמות באקס און מ'קען נישט טרעפן קיין קינות. מיטאמאל דערמאנט זיך איינער אז ער האט א קינות אין זיין באנגעלוי, ער לויפט ארויס און 5 מינוט שפעטער איז ער צוריק מיט א קינות, ער עפנט עס אויף און נעמט זיך זאגן, און אזויווי ער איז געוועהן דער איינציגסטער מיט א ביכל האט ער געזאגט הויעך און דער עולם האט נאכגעזאגט שטילערהייט. אזוי זאגט מען און מ'זאגט און מ'זאגט, נאך אזא צוויי שעה זאגן מיט בכיות וואס איז דארט פארגעגאנגען פרעג נישט שטעלט זיך דער בעל קינות אויף און זאגט מ'האט שוין געענדיגט דעם גאנצן ביכל, אבער דער עולם נעמט זיך שרייען אז ער האט אויסגעלאזט אלי ציון ועריה... ער ווערט אינגאנצן רויט און הייבט אן שטאמלען אז ווי ס'זעהט זיך אויס איז ארויסגעפאלן פונקט יענע בלאט... בקיצור, ס'ווערט גאר פישי די גאנצע ענין, נאכדערצו אז דער איז באוואוסט אלץ א גרויסער לץ, ווער ווייסט וואס ער האט שוין דא אנגעווערטשאפט... מיטאמאל שפרינגט ארויס א צעהיצטער בחור'ל און כאפט פון איהם ארויס זיין ביכל און פאנגט אן זוכן די בלאט וואס פעלט, שטעלט זיך ארויס אז דער לץ האט קיינמאל קיין קינות נישט געהאט, ער האט פארגעזאגט יוצרות פון א יום כיפור מחזור.![]()
![]()