קען מען ווערן סאושעל?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 75
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2023 11:00 pm
- האט שוין געלייקט: 324 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
Re: קען מען ווערן סאושעל?
איך האב יעצט געוואטשט די נייע לעיטעסט טאלקס פאדקעסט מיט יודל מעלבער פון להשיג, זיין קורס איז געבעיסד אויף קאמיונעקעישאן, רילעישאנשיפ, סעלף עסטיעם, סטרעס מענעדזשמענט, ליעדערשיפ, וכו', ערגעץ קומט אריין צו רעדן פון אינטראווערטס וויאזוי זיי קענען יא זיך שפירן באקוועם אין פאבליק, און וויאזוי זיך צו באלאנסירען.
איז איינער דא שוין געווען ביי זיין קורס? אפשר איז עס ווערט צו פרובירען.
איז איינער דא שוין געווען ביי זיין קורס? אפשר איז עס ווערט צו פרובירען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 462
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
- האט שוין געלייקט: 314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל
דו זאגסט שטארקע זאכן. קען מען טאקע זיך אליינס אויפבויען די סעלף עסטים/קאנפידענץ (איז עס די זעלבע זאך?) אהן די הילף פון אנדערע? לכאורה דארף עס קומען פון די עלטערן, ווייב - מאן, חברים,פונדאַמענטאַל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז מעגליך זיך צו טוישן אין די ענין. איך מיין אז עס איז גרינגער און שטערקער זיך צו בויען די self esteem צו עקסעפטן און עפרישיעטן די אייגנקייט, צו value'ען די independence וואס דו האסט - אז דו ביסט נישט אנגעהאנגען אין די פארבינדונג מיט אנדערע מענטשן.
אדער קען אויך זיין אזוי ווי מען קען (מוז) זיך אליינס ליב האבן קען מען דאס אויך טהון, ויש לעיין בזה.
שבת שלום לכולכם.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
לטב אדער למוטב? מ’קען ווערן פארביסן אויף דער מענטשהייט, א זאך וואס געשעט ביי אסאך מענטשן ווי עלטער מ’ווערט און מען באגעגנט זיך מער און מער מיט די קרעפ וואס די וועלט פארקויפט. איך מיין אז א סאושעל מענטש וואס ווערט אנטי-סאושעל קומט עס געווענליך נישט פון א געזונטע פלאץ. און איך רעד נישט פון זיך אויסלערנען צו קאנעקטן מיט זיך און אנהייבן צו אפרישיעיטן דאס זיין מיט זיך אליין וואס איז א געווינטשענע זאך פאר יעדן איינעם.סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:קען מען ווערן אנטי-סאושעל?
והוא יחמול עליך חמלה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
קען זיין אז ס'איז דא טיפס און טעקניקס וואס קען העלפן איינעם ווערן מער סאושעל, אבער דאס איז נאר אויב ער האלט אמת'דיג ביים ארבעטן אויף זיך און וויל טוישן זיין נאטור. סתם שרייען אז כ'וויל ווערן מער סאושעל אן האבן א עכטע שטארקע דרייוו דערצו, איז א שאד אויף די צייט און ארבעט. והוא הדין ביי אסאך אנדערע זאכן. כנלע"ד.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
עקזעקטליוואלווי האט געשריבן:אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עםעמק הבכא האט געשריבן:למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.שפילער האט געשריבן:אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
בעצם האט דאך נישט אינטראווערט און עקסטראווערט א שייכות מיטן זיין סאושעל
די חילוק פון די ביידע איז נאר פון וואו באקומט מען ענערדזשי, אינטראווערטס באקומען ענערדזשי פון זיין אליינס, סמיינט אבער נישט אז זיי זענען נישט סאושעל, למשל איך בין א אינטראווערט, איך האב פיינט גרויסע פארברענגנס און קופקעס מיט אסאך מענטשן, מיר וועסטו טרעפן מער one on one, און מיין קאנפידענץ איז גאנץ מסודר, אויב וועל איך האבן וואס צו זאגן ביי א קופקע וועל איך עס זאגן.
א נישט געזונטע עקסטראווערט האט שטריכן ווי א אינטראווערט, און א נישט געזונטע אינטראווערט האט שטריכן ווי א עקסטראווערט (בערך אזוי די אנאגראמס ארבעטן (enneagram) א נישט געזונטע 7 קוקט אויס ווי א 4 )
אזוי ווי @וואלווי זאגט, יעדער דארף זיך אליין קענען לערנען וואס ער איז, מדארף לערנען וועגן זיך זאכן יעדן טאג דורכן ארבעטן אויף זיך, און עמברעיסן וואס מאיז נישט זיך שלאגן מיט זיך אליין. ממוז נישט אלץ זיין די געשמאקע פעטער, און מערסטנס וויכטיג זיך נישט מעסטן לויט א צווייטן, דאס איז לכולי עלמא נישט געזונט.
לגבי האבן וואס צו רעדן, מעג מען זיך צוגרייטן שאלות צו פראקטיצירן אויף א נעקסטע צאמקום, קענסט סתם אזוי פרעגן די נייעס אויפן מינוט, צי סאיז די וועטער צי סאיז וועגן קאוויד אדער רוסלאנד, וועגן קאנטרי און ימים טובים. יעדער האט זאכן וואס אים אינטרעסירט און אויב די צווייטער איז נישט איז נישט עק וועלט, די עיקר דארפסטו אנהייבן דעם שמועס. טרעף דיר דיין נקודה טובה ווייס אז דו ביזט גוטע נייעס אפילו אויב דו ביזט נישט די געשמאקסטער יונגערמאן אויפן בלאַק
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
א נישט געזינטע אינטראווערט וועט ווערן א טריפעל אינטראווערט און זיך אינגאנצן אריינטון אין זיך אליינס
זאג עס אנדערש א געזינטע אינטראווערט האט שטריכן ווי אן עקסטראווערט!
זאג עס אנדערש א געזינטע אינטראווערט האט שטריכן ווי אן עקסטראווערט!
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 54
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:23 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
קיינמאל געהערט פון א אנדערע אנטי סאושעל.עמק הבכא האט געשריבן:איך מיין אז דאס מ’רופט ביי אונז אנטי-סאושעל איז נישט די זעלבע ווי די דיסארדער וואס זיי רעדן.נחבא האט געשריבן:עמק הבכא האט געשריבן:לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
איר מיינט אפשר socially awkward?
הנה הוא נחבא אל הכלים
Re:
די שאלה איז אויב א עכטע introvert טוט וויי די שטיין אליין, מיר האט איינער געזאגט אז באמת איז מען יא אאיןברירה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 3:43 pm מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.
בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.
אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.
fun personality נאר מאיז געווארן אינטערדריקט צו ווערן א שטילער, און אפשר פארדעם וועט טאקע העלפן אביסל practice
Re:
צוויי introverts ווערן נישט extrovertsבְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:23 pmאונז - ק״ש חברים - דארפן אנפאנגען זיך משדך זיין איינע מיטן אנדערן, העמיר דאן אויך האבן פאן ביי שמחותאיןברירה האט געשריבן:מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.
בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.
אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.
Re:
פונקט ווען משטייט אזוי אליין און די אלע פעין שטיקט אין האלז, איז נישטא גענוג און נאך מיט וועם צו שמועסן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: Re:
נעמט מען א סלייס קוגל און מען זעצט זיך עסן ...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Re: Re:
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:32 pmצוויי introverts ווערן נישט extrovertsבְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:23 pmאונז - ק״ש חברים - דארפן אנפאנגען זיך משדך זיין איינע מיטן אנדערן, העמיר דאן אויך האבן פאן ביי שמחותאיןברירה האט געשריבן:מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.
בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.
אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.
ריכטיג. אבער מיין אישו איז נישט אז איך בין אן introvert. קען זיין אז איך בין עס צו א סערטן דעגרי אבער מיין פראבלעם ביי שמחות וכדו׳ איז דאס זיין צווישן מענטשן וואס האבן מורא פון זייער אייגענע שאטן..... אדערווייז קעניך פיין הנאה האבן פון א זאפטיגע שמועס.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 3:42 pm
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
Re: קען מען ווערן סאושעל?
דער פראבלעם פון אן אינטראווערט איז צווי-פאכיג. איינס, אז עס איז אומב'טעמ'ט צו זעהן דער גאנצע ציבור מישקעט און שישקעט זיך, מ'פילעוועט אין פאליטיק און נייעס בשעת ווען איך בין 'כאילו' ביזי מיט א פאון קאלל וכדו' (אינטראווערטס האבן אייביג דער פאון אויף סיילענט), מ'פילט זיך אויסגעשפילט. וואס אגב קלאפט אויס אין א דאמינאו-אפעקט אז איז ווייס ווייניגער גאססיפ וואס געבט מיך נאך ווייניגער טולס צו א סאציאלע שמועס.
צווייטע פראבלעם איז דער סטיגמע וואס מ'באקומט אין די געזעהלשאפט, מענטשן קוקען מיר אן ווי א שחצן, פאסטוך, ווי כאילו איך שפיר ביי מיר אז איך בין עפעס העכער פון זיי אדער אז איך דזשאדזש זיי מיט נעגאטיווע ברילן, ווען אין אמת'ן האב איך גארנישט קעגן קיינעם, פארקערט איך וויל גאר האבן א פרענדשיפ מיט דאס יעניגער.
איך שפיר א דראנג אז איך מוז מיך מער עפענען און פארשאפן חברים , ווי נישט ווי איז אונזער סאסייעטי שטארק געקניפט מיט פריינדשאפט און חבורות, קיינער וויל נישט חתונה מאכן ווען דער קאלעגע און חברותא זענען זיינע צוויי איינציגסער חברים....
אלנפאלס , איך האב לעצטנס געליינט אז אינטראווערטיזם איז א פליגל פון אוטיזם, איך קען איין מענטש מיט אוטיזם זו הייסט גרעטא ט'אנבערג און זי זעהט מיר נישט אויס צו זיין אן אינטראווערט .....

איך בין נישט פון ווילנא, בעלז אדער פרעשבורג !!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: קען מען ווערן סאושעל?
די צווייטע פראבלעם איז א דמיון וואס די אינטראווערט מאכט זיךמשה רבקש האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 2:37 pm דער פראבלעם פון אן אינטראווערט איז צווי-פאכיג. איינס, אז עס איז אומב'טעמ'ט צו זעהן דער גאנצע ציבור מישקעט און שישקעט זיך, מ'פילעוועט אין פאליטיק און נייעס בשעת ווען איך בין 'כאילו' ביזי מיט א פאון קאלל וכדו' (אינטראווערטס האבן אייביג דער פאון אויף סיילענט), מ'פילט זיך אויסגעשפילט. וואס אגב קלאפט אויס אין א דאמינאו-אפעקט אז איז ווייס ווייניגער גאססיפ וואס געבט מיך נאך ווייניגער טולס צו א סאציאלע שמועס.
צווייטע פראבלעם איז דער סטיגמע וואס מ'באקומט אין די געזעהלשאפט, מענטשן קוקען מיר אן ווי א שחצן, פאסטוך, ווי כאילו איך שפיר ביי מיר אז איך בין עפעס העכער פון זיי אדער אז איך דזשאדזש זיי מיט נעגאטיווע ברילן, ווען אין אמת'ן האב איך גארנישט קעגן קיינעם, פארקערט איך וויל גאר האבן א פרענדשיפ מיט דאס יעניגער.
איך שפיר א דראנג אז איך מוז מיך מער עפענען און פארשאפן חברים , ווי נישט ווי איז אונזער סאסייעטי שטארק געקניפט מיט פריינדשאפט און חבורות, קיינער וויל נישט חתונה מאכן ווען דער קאלעגע און חברותא זענען זיינע צוויי איינציגסער חברים....
אלנפאלס , איך האב לעצטנס געליינט אז אינטראווערטיזם איז א פליגל פון אוטיזם, איך קען איין מענטש מיט אוטיזם זו הייסט גרעטא ט'אנבערג און זי זעהט מיר נישט אויס צו זיין אן אינטראווערט .....
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 8:44 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
Re: קען מען ווערן סאושעל?
ווער זאגט אז אן אינטראווירט איז א פראבלעים אז מוועט קיקן היסטאריע וועט מען זעהן אז די אינטרעווירטס זענען די מענטשן וואס זענען געגאנגען אייגנארטיג אין געגאנגען מיט שכל אקעגן די מענטשן וואס האבן געלעבט מער א סאוישל לעבן וואס צים סוף האבן זיי מורא געהאט צי טוהן וואס זיי אליין האבן געוואלט אויס מורא אז די מענטשן וועלן דאס נישט באשטעטיגן אין אנשטאט האבן זיי זיך פארקנאקט די אייגענע געפוהלן אין געווארן א פראדוקט פון mass production, ביי אינז קיקט מען אן א אינטראווירט ווי איינער וואס איז מופקע מן המציאות ער לעבט אין א וועלט ווי אנדערע עקזעסטירן נישט ממילא שפייט מען אויס אזעלעכע מענטשן ווען שי אמת איז אז סאיז צוויי דינים פון אינרעווירטס סאיז דא איינער וואס לעבט פשוט באקוועם מיט זיך אין דארף נישט ציקימען צי האלטן א טעלעפון ווי ער גייט ער קען פארברענגען מיט זיך אליין, אין נאכדעם איז דא דער אינטערדריקטע אינטרעווירט וואס האט א גאנץ לעבן געוואלט פליזן א צווייטן אייביג געזוכט צי געפעלן יענעם אויס מורא אז אן יענעם וועט ער עס נישט קענען דורכמאכן פון די אימזיכערקייט פון זיך אליין שפייט די מענטש אליין זיך אויס פין זיך און פין זיין סביבה ווי ער ווערט גארנישט ווערט ביי זיך אז אפי יענעמס שמייכל ווייסט ער נישט ווי אזוי צי עסן די עצה פארדעם איז זיך איינחזרן ביי זיך אליין די אייגענע חשיבות וואס בין איך יא אין אפי די חלקים וואס כהאב נישט ליב פון מיך איז אויך א חלק פון מיך וואס איז ווערט אין דארף אנגענימען ווערן
Re: קען מען ווערן סאושעל?
ס'איז דאס וואס דו האסט געשריבן אין א אנדערע אשכול זיין באקוועם מיט זיך אליין אז "ווילאנג א מענטש וויל ׳געפעלן׳ אנדערע דורך אן אופן וואסיז נישט עכט ׳ער׳ וועט ער קיינמאל נישט פילן עכט קאנעקטעט"בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 12:31 am ריכטיג. אבער מיין אישו איז נישט אז איך בין אן introvert. קען זיין אז איך בין עס צו א סערטן דעגרי אבער מיין פראבלעם ביי שמחות וכדו׳ איז דאס זיין צווישן מענטשן וואס האבן מורא פון זייער אייגענע שאטן..... אדערווייז קעניך פיין הנאה האבן פון א זאפטיגע שמועס.
און דאס וואס איך האב געשריבן אז מ'איז נישט עכט אזא שטארקע introvert נאר somehow ערגעץ ווי איז מען געווארן צוקוועטשט צו א אנדערע מענטש וואס מ'איז עכט מאכט אז מ'זאל זיך פילן אומבאקוועם