בלאט 2 פון 3
Re: קען מען ווערן סאושעל?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:31 pm
דורך שלג זהב
איך האב יעצט געוואטשט די נייע לעיטעסט טאלקס פאדקעסט מיט יודל מעלבער פון להשיג, זיין קורס איז געבעיסד אויף קאמיונעקעישאן, רילעישאנשיפ, סעלף עסטיעם, סטרעס מענעדזשמענט, ליעדערשיפ, וכו', ערגעץ קומט אריין צו רעדן פון אינטראווערטס וויאזוי זיי קענען יא זיך שפירן באקוועם אין פאבליק, און וויאזוי זיך צו באלאנסירען.
איז איינער דא שוין געווען ביי זיין קורס? אפשר איז עס ווערט צו פרובירען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 11:50 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קען מען ווערן אנטי-סאושעל?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 10:02 am
דורך yesiknow
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי שטארק עס איז מעגליך זיך צו טוישן אין די ענין. איך מיין אז עס איז גרינגער און שטערקער זיך צו בויען די self esteem צו עקסעפטן און עפרישיעטן די אייגנקייט, צו value'ען די independence וואס דו האסט - אז דו ביסט נישט אנגעהאנגען אין די פארבינדונג מיט אנדערע מענטשן.
דו זאגסט שטארקע זאכן. קען מען טאקע זיך אליינס אויפבויען די סעלף עסטים/קאנפידענץ (איז עס די זעלבע זאך?) אהן די הילף פון אנדערע? לכאורה דארף עס קומען פון די עלטערן, ווייב - מאן, חברים,
אדער קען אויך זיין אזוי ווי מען קען (מוז) זיך אליינס ליב האבן קען מען דאס אויך טהון, ויש לעיין בזה.
שבת שלום לכולכם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 1:52 pm
דורך עמק הבכא
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:קען מען ווערן אנטי-סאושעל?
לטב אדער למוטב? מ’קען ווערן פארביסן אויף דער מענטשהייט, א זאך וואס געשעט ביי אסאך מענטשן ווי עלטער מ’ווערט און מען באגעגנט זיך מער און מער מיט די קרעפ וואס די וועלט פארקויפט. איך מיין אז א סאושעל מענטש וואס ווערט אנטי-סאושעל קומט עס געווענליך נישט פון א געזונטע פלאץ. און איך רעד נישט פון זיך אויסלערנען צו קאנעקטן מיט זיך און אנהייבן צו אפרישיעיטן דאס זיין מיט זיך אליין וואס איז א געווינטשענע זאך פאר יעדן איינעם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 1:56 pm
דורך נחבא
איז נישט אנטי סאושעל א sociopath?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 2:11 pm
דורך עמק הבכא
לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 3:36 pm
דורך תשפג
קען זיין אז ס'איז דא טיפס און טעקניקס וואס קען העלפן איינעם ווערן מער סאושעל, אבער דאס איז נאר אויב ער האלט אמת'דיג ביים ארבעטן אויף זיך און וויל טוישן זיין נאטור. סתם שרייען אז כ'וויל ווערן מער סאושעל אן האבן א עכטע שטארקע דרייוו דערצו, איז א שאד אויף די צייט און ארבעט. והוא הדין ביי אסאך אנדערע זאכן. כנלע"ד.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 11:44 pm
דורך חובב ציון
לענית דעתי איז די יסוד הדבר צו האבן א שטארקע סעלף עסטים,
איך פלעג מיר מוטשענען מיט דעם און איך פלעג זעהן ווי גרויסע טיפשים דרשנענען אויף כוחות און מען הערט זיי אויס מיט אפענע מיילער,
און מיין הויט האט מיר געברענט.. ביז איך האב אנגעהויבן גלייבן און מיר אליין און כן..
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:08 am
דורך ערנסטגערעדט
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:קען מען ווערן אנטי-סאושעל?
רייכער סחורה וועט עס דיר מאכן אנטי-סאשעל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:31 am
דורך ערנסטגערעדט
וואלווי האט געשריבן:עמק הבכא האט געשריבן:שפילער האט געשריבן:אויב דו דארפסט עס נישט ווייל דו ביסט אן אינטראווערט איז וואס איז די פראבלעם?
למעשה פילט זיך עס נישט אין פלאץ צו שטיין אין א זייט ווען יעדער סאושעלייזט. מ’רעדט נישט פון socially awkward מענטשן, נאר מענטשן מיט א נארמאלע אנערקענטע מקום אין סאסייעטי.
אינטראווערטס זענען סאשעלי געזונט, זיי אפרישיעיטאן סאשעל פונקט ווי אן עקסטראווערט. די חילוק איז נאר וועלעכע סארט סאשעל אינטערעקשאן. בעצם איז א שאד אריין צו צווינגען אן אינטראווערט צו די סאשעל טעיסט פון אן עקסטראווערט. א יעדער איז געזונט און זיין פלאץ, און מ'דארף נישט סייקאדעליקס צו אויפשאקלען די זאך. אדרבה, די איינציגסטע הצלחה איז ווען מ'איז געזונט פארזיך אן פאקעסן צו ווערן א צווייטער. ס'איז לכוארה בעסער צו עמברעיסן דאס זיין אן אינטראווערט און זעהן צו ענדזשויען סאשעל לייף ווי אזוי ער איז באקוועם, ווייל דוקא זיין אייגענארטיגע סאשעל באהאנדלונג און א רוהיגע סעטינג איז געזונט פאר עם
עקזעקטלי
בעצם האט דאך נישט אינטראווערט און עקסטראווערט א שייכות מיטן זיין סאושעל
די חילוק פון די ביידע איז נאר פון וואו באקומט מען ענערדזשי, אינטראווערטס באקומען ענערדזשי פון זיין אליינס, סמיינט אבער נישט אז זיי זענען נישט סאושעל, למשל איך בין א אינטראווערט, איך האב פיינט גרויסע פארברענגנס און קופקעס מיט אסאך מענטשן, מיר וועסטו טרעפן מער one on one, און מיין קאנפידענץ איז גאנץ מסודר, אויב וועל איך האבן וואס צו זאגן ביי א קופקע וועל איך עס זאגן.
א נישט געזונטע עקסטראווערט האט שטריכן ווי א אינטראווערט, און א נישט געזונטע אינטראווערט האט שטריכן ווי א עקסטראווערט (בערך אזוי די אנאגראמס ארבעטן (enneagram) א נישט געזונטע 7 קוקט אויס ווי א 4 )
אזוי ווי
@וואלווי זאגט, יעדער דארף זיך אליין קענען לערנען וואס ער איז, מדארף לערנען וועגן זיך זאכן יעדן טאג דורכן ארבעטן אויף זיך, און עמברעיסן וואס מאיז נישט זיך שלאגן מיט זיך אליין. ממוז נישט אלץ זיין די געשמאקע פעטער, און מערסטנס וויכטיג זיך נישט מעסטן לויט א צווייטן, דאס איז לכולי עלמא נישט געזונט.
לגבי האבן וואס צו רעדן, מעג מען זיך צוגרייטן שאלות צו פראקטיצירן אויף א נעקסטע צאמקום, קענסט סתם אזוי פרעגן די נייעס אויפן מינוט, צי סאיז די וועטער צי סאיז וועגן קאוויד אדער רוסלאנד, וועגן קאנטרי און ימים טובים. יעדער האט זאכן וואס אים אינטרעסירט און אויב די צווייטער איז נישט איז נישט עק וועלט, די עיקר דארפסטו אנהייבן דעם שמועס. טרעף דיר דיין נקודה טובה ווייס אז דו ביזט גוטע נייעס אפילו אויב דו ביזט נישט די געשמאקסטער יונגערמאן אויפן בלאַק
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:01 am
דורך שפילער
א נישט געזינטע אינטראווערט וועט ווערן א טריפעל אינטראווערט און זיך אינגאנצן אריינטון אין זיך אליינס
זאג עס אנדערש א געזינטע אינטראווערט האט שטריכן ווי אן עקסטראווערט!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 7:20 am
דורך נחבא
עמק הבכא האט געשריבן:לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:06 pm
דורך עמק הבכא
נחבא האט געשריבן:עמק הבכא האט געשריבן:לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
איך מיין אז דאס מ’רופט ביי אונז אנטי-סאושעל איז נישט די זעלבע ווי די דיסארדער וואס זיי רעדן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:49 pm
דורך נחבא
עמק הבכא האט געשריבן:נחבא האט געשריבן:עמק הבכא האט געשריבן:לאו דווקא. הגם איך גלייב אז רוב אנטי-סאושעלס, אפי’ די וואס קומען נאטירליך אזוי, דרייען זיך ארום מיט א געוויסע פארביסנקייט כלפי סאסייעטי.
איך מיין אז דאס מ’רופט ביי אונז אנטי-סאושעל איז נישט די זעלבע ווי די דיסארדער וואס זיי רעדן.
קיינמאל געהערט פון א אנדערע אנטי סאושעל.
איר מיינט אפשר socially awkward?
Re:
נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
איןברירה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 3:43 pm
מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.
בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.
אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.
די שאלה איז אויב א עכטע introvert טוט וויי די שטיין אליין, מיר האט איינער געזאגט אז באמת איז מען יא א
fun personality נאר מאיז געווארן אינטערדריקט צו ווערן א שטילער, און אפשר פארדעם וועט טאקע העלפן אביסל practice
Re:
נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:32 pm
דורך [NAMELESS]
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:23 pm
איןברירה האט געשריבן:מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.
בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.
אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.
אונז - ק״ש חברים - דארפן אנפאנגען זיך משדך זיין איינע מיטן אנדערן, העמיר דאן אויך האבן פאן ביי שמחות
צוויי introverts ווערן נישט extroverts
Re:
נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:35 pm
דורך [NAMELESS]
שפילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 5:52 pm
איך מיין די עצה איז ווען דו גייסט צו א שמחה נעם דיר מיט א גיטע חבר מיט וועם דו קענסט גיט שמיעסן אדער ווען דו קימסט אן צו א שמחה זיך דיר אויף נאך א אינטראווערט אזוי ווי דיר (סאיז דא געניג און נאך) און יענער וועט זיך מחייה זיין צו שמיעסן מיט דיר
פונקט ווען משטייט אזוי אליין און די אלע פעין שטיקט אין האלז, איז נישטא גענוג און נאך מיט וועם צו שמועסן
Re: Re:
נשלח: מוצ"ש פעברואר 03, 2024 10:33 pm
דורך שפילער
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:35 pm
שפילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 5:52 pm
איך מיין די עצה איז ווען דו גייסט צו א שמחה נעם דיר מיט א גיטע חבר מיט וועם דו קענסט גיט שמיעסן אדער ווען דו קימסט אן צו א שמחה זיך דיר אויף נאך א אינטראווערט אזוי ווי דיר (סאיז דא געניג און נאך) און יענער וועט זיך מחייה זיין צו שמיעסן מיט דיר
פונקט ווען משטייט אזוי אליין און די אלע פעין שטיקט אין האלז, איז נישטא גענוג און נאך מיט וועם צו שמועסן
נעמט מען א סלייס קוגל און מען זעצט זיך עסן ...
Re: Re:
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 12:31 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
וואוילער האט געשריבן: ↑מוצ"ש פעברואר 03, 2024 9:32 pm
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 7:23 pm
איןברירה האט געשריבן:מיר שטערט אויך אביסל די נושא. אבער איך מיין אז מיר שטערט עס אז איך פיל אז איך מוז גיין אויף געוויסע שמחות און איך מיין אז איך זעה אויס מאדנע ווען איך שטיי ביי דער זייט און ווארט אפצוגעבן מזל טוב.
בשעת איך שרייב פאלט מיר איין אז איך טראכט נישט אויף אנדערע אז זיי זענען מאדנע און מן הסתם טראכט קיינער נישט וועגן מיר.
אבער באמת בין איך מקנא דער וואס האט אסאך פאן ביי א שמחה בשעת פאר מיר איז דאס גאנץ לאנגווייליג.
אונז - ק״ש חברים - דארפן אנפאנגען זיך משדך זיין איינע מיטן אנדערן, העמיר דאן אויך האבן פאן ביי שמחות
צוויי introverts ווערן נישט extroverts
ריכטיג. אבער מיין אישו איז נישט אז איך בין אן introvert. קען זיין אז איך בין עס צו א סערטן דעגרי אבער מיין פראבלעם ביי שמחות וכדו׳ איז דאס זיין צווישן מענטשן וואס האבן מורא פון זייער אייגענע שאטן..... אדערווייז קעניך פיין הנאה האבן פון א זאפטיגע שמועס.
Re: קען מען ווערן סאושעל?
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:37 pm
דורך משה רבקש
דער פראבלעם פון אן אינטראווערט איז צווי-פאכיג. איינס, אז עס איז אומב'טעמ'ט צו זעהן דער גאנצע ציבור מישקעט און שישקעט זיך, מ'פילעוועט אין פאליטיק און נייעס בשעת ווען איך בין 'כאילו' ביזי מיט א פאון קאלל וכדו' (אינטראווערטס האבן אייביג דער פאון אויף סיילענט), מ'פילט זיך אויסגעשפילט. וואס אגב קלאפט אויס אין א דאמינאו-אפעקט אז איז ווייס ווייניגער גאססיפ וואס געבט מיך נאך ווייניגער טולס צו א סאציאלע שמועס.
צווייטע פראבלעם איז דער סטיגמע וואס מ'באקומט אין די געזעהלשאפט, מענטשן קוקען מיר אן ווי א שחצן, פאסטוך, ווי כאילו איך שפיר ביי מיר אז איך בין עפעס העכער פון זיי אדער אז איך דזשאדזש זיי מיט נעגאטיווע ברילן, ווען אין אמת'ן האב איך גארנישט קעגן קיינעם, פארקערט איך וויל גאר האבן א פרענדשיפ מיט דאס יעניגער.
איך שפיר א דראנג אז איך מוז מיך מער עפענען און פארשאפן חברים , ווי נישט ווי איז אונזער סאסייעטי שטארק געקניפט מיט פריינדשאפט און חבורות, קיינער וויל נישט חתונה מאכן ווען דער קאלעגע און חברותא זענען זיינע צוויי איינציגסער חברים....
אלנפאלס , איך האב לעצטנס געליינט אז אינטראווערטיזם איז א פליגל פון אוטיזם, איך קען איין מענטש מיט אוטיזם זו הייסט גרעטא ט'אנבערג און זי זעהט מיר נישט אויס צו זיין אן אינטראווערט
.....
Re: קען מען ווערן סאושעל?
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:09 pm
דורך שפילער
משה רבקש האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 2:37 pm

די צווייטע פראבלעם איז א דמיון וואס די אינטראווערט מאכט זיך
Re: קען מען ווערן סאושעל?
נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2024 6:43 pm
דורך מעיקלער
ווער זאגט אז אן אינטראווירט איז א פראבלעים אז מוועט קיקן היסטאריע וועט מען זעהן אז די אינטרעווירטס זענען די מענטשן וואס זענען געגאנגען אייגנארטיג אין געגאנגען מיט שכל אקעגן די מענטשן וואס האבן געלעבט מער א סאוישל לעבן וואס צים סוף האבן זיי מורא געהאט צי טוהן וואס זיי אליין האבן געוואלט אויס מורא אז די מענטשן וועלן דאס נישט באשטעטיגן אין אנשטאט האבן זיי זיך פארקנאקט די אייגענע געפוהלן אין געווארן א פראדוקט פון mass production, ביי אינז קיקט מען אן א אינטראווירט ווי איינער וואס איז מופקע מן המציאות ער לעבט אין א וועלט ווי אנדערע עקזעסטירן נישט ממילא שפייט מען אויס אזעלעכע מענטשן ווען שי אמת איז אז סאיז צוויי דינים פון אינרעווירטס סאיז דא איינער וואס לעבט פשוט באקוועם מיט זיך אין דארף נישט ציקימען צי האלטן א טעלעפון ווי ער גייט ער קען פארברענגען מיט זיך אליין, אין נאכדעם איז דא דער אינטערדריקטע אינטרעווירט וואס האט א גאנץ לעבן געוואלט פליזן א צווייטן אייביג געזוכט צי געפעלן יענעם אויס מורא אז אן יענעם וועט ער עס נישט קענען דורכמאכן פון די אימזיכערקייט פון זיך אליין שפייט די מענטש אליין זיך אויס פין זיך און פין זיין סביבה ווי ער ווערט גארנישט ווערט ביי זיך אז אפי יענעמס שמייכל ווייסט ער נישט ווי אזוי צי עסן די עצה פארדעם איז זיך איינחזרן ביי זיך אליין די אייגענע חשיבות וואס בין איך יא אין אפי די חלקים וואס כהאב נישט ליב פון מיך איז אויך א חלק פון מיך וואס איז ווערט אין דארף אנגענימען ווערן
Re: קען מען ווערן סאושעל?
נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 11:47 am
דורך [NAMELESS]
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 04, 2024 12:31 am
ריכטיג. אבער מיין אישו איז נישט אז איך בין אן introvert. קען זיין אז איך בין עס צו א סערטן דעגרי אבער מיין פראבלעם ביי שמחות וכדו׳ איז דאס זיין צווישן מענטשן וואס האבן מורא פון זייער אייגענע שאטן..... אדערווייז קעניך פיין הנאה האבן פון א זאפטיגע שמועס.
ס'איז דאס וואס דו האסט געשריבן אין א אנדערע אשכול
זיין באקוועם מיט זיך אליין אז "ווילאנג א מענטש וויל ׳געפעלן׳ אנדערע דורך אן אופן וואסיז נישט
עכט ׳ער׳ וועט ער קיינמאל נישט פילן עכט קאנעקטעט"
און דאס וואס איך האב געשריבן אז מ'איז נישט עכט אזא שטארקע introvert נאר somehow ערגעץ ווי איז מען געווארן צוקוועטשט צו א אנדערע מענטש וואס מ'איז עכט מאכט אז מ'זאל זיך פילן אומבאקוועם