קורקלענד האט געשריבן:אויב איז די אידיי פון פרייהייט אראפגעשטעלט מיט די יסודות פון דעמאקראטיע, דאן איז די גאנצע איידיע פון א דיעפּ סטעיט פארקערט ווי דעמאקראטיע. וואס איז מער ווייניגער א דיקטאטור. הייבט זיך אן די תורות אז ס'קען זיין א גוטע דיקטאטור אויך. דארף מען איבערקוקן היסטאריע.
מיין צוויי צענט האט מיר אויפגעוויזן אז מענטשן זענען סעלפיש און מיינען נישט די כלל. און דאס זעלבע זענען מיט די דיעפּ סטעיט חברה. זיי מיינען נישט מיר און נישט דיר. ס'איז נישט במציאות אז ס'זאל זיין א גוטע זאך.
די פראבלעם איז אז 'דיעפ סטעיט' אפי' לויט ווי ער איז דאס מסביר באשטייט נישט פון קיין 'מענטש' זיכער נישט קיין 'דיקטאטור'. עס איז א סאציאלאגישע צוזאמשטעל פון סיי די 'מענטשן' וועלכע זיצן אויף לאנג טערמיניגע העכערע פאזיציעס און בעיקר פון סאסייעטי אליין וועלכע וויל עס זאל זיין אזוי - עס זאל האבן סטאביליטעט ('סאסייעטי' מיינט נישט דוקא וואס זיי וואטן אריין, עס קען מיינען פסיכאלאגיש וויאזוי מ'לאזט עס לויפן און מ'וויל נישט קיין טויש וכדו',)
עס קען זיך טאקע מאכן מיט די צייט אז געוויסע 'סעקטעס' באקומען מער מאכט ווי אנדערע וועלכע איז נארמאל לויט וויאזוי די דינאמיקס פון פאוער פארט - אבער אויפן ברייטן פארנעם איז דא גענוג פלאץ בפרט און א דעמאקראטישן סאסייעטי נאך עס איבערצודרייען בעוד מועד.. (יא, איך האלט אז ווען נישט טראמפ יעצט אויפן באלאט האבן רעפובליקאנער א גרעסערע שאנס פאר די קומענדיגע פרעזידענסי - טאקע ווייל אסאך אינדיפענדענטס און אפי' געוויסע דעמאקראטן האבן געקויפט די רעכטע פראפאגאנדע אז די לינקע זענען געגאנגען צו ווייט!)
עס לוינט נישט צו ארום טוישן מענטשן און איבערצודרייען די FBI אדער עני אנדערע חלק אין גאווערנמענט איבער נאכט אדער אפי' איבער 4 יאר, עס איז א לענגערע פראצעדור מאכענדיג זיכער אז אלעס בלייבט סטאביל אין די meantime. די זעלבע איז אין אונזער סיסטעם.
די חילוק איז נאר, וואס איך מיין, אז ביי אונז איז טאקע נישטא קיין שום מהלך פון טשעקס און באלאנסעס וועלכע פארשטערקערט די אומבאלאנס פון פאוערס אויף א צודרייטן פארנעם - אטאמאטיש ברענגט עס מיט די מעגליכקייט פון דיקטאטורשאפט דורך איין גבר אלים וועלכע האט אפגעקויפט די שישקעס. משא"כ ביים גאווערנמענט, ווי סיי יעדער פאר זיך האט למעשה מורא פאר זיין בענקל (פאר די לאנג-ראן מער ווי אויפן קורצן..). סיי זענען זיי און ערשטן פלאץ מער עדיוקירט און פירן א פלאץ. און בעיקר איז טאקע דא די טשעקס און באלאנסעס אין פלאץ, אנגעפאנגען פון די מידיע, ביז אזאנע ווי טראמפ וועלכע דארפן אויפצודעקן פראאד וכדו' - און ביז דערווייל האט ער נישט געטראפן צופיל מער ווי אזויגערופענע 'קארופציע' אנקעגן אים אליין והמסתעף.. קען זיין דו האלסט עס איז נישט גענוג טשעקס און באלענסעס ממילא איז עס מער דומה צו אונזער סיסטעם?! על זה אנו דנין..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:30 am
דורך אלפא
זע איך יעצט אז דא אויף אייוועלט האט איינער געעפענט אן אשכול מסביר צו זיין די קארופציע פון די דעמאקראטן און די אויפטואונגען פון טראמפ דאס אונטערצוהאקן וואס דערפאר האבן די דעמאקראטן אים פיינט שנאת מוות.
אפאר נקודות ווערן דארט צונומען (דא און דא), ווייניג ווערן אבער געהעריג דעבאטירט אין יענעם אשכול וועלכע ווערט שנעל היציג און ארויס פון קאנטעקסט. (אפאר פון די גוטע דאדא און דא יעו"ש)
וואס ווערט אבער איגנארירט דארטן איז די פשוטע סאציאלאגיע פון פאליטיק בכלליות (וועלכע איז לענ"ד שווערע אויסצושמועסן אויף אייוועלט זייענדיג ביסודו מער אן אקאדעמישן נושא..) דהיינו, מען מוז נישט לייקענען אין אלע אישוס אדער עוולות וואס דעמאקראטן באגייען, אזוי אויך איז עס נישט קיין שווארץ-וויס שאלה צו טראמפ איז גערעכט אדער אומגערעכט, עס איז א ריזיגע ספעקטרום פון מאכט און סאציאלע באלאנס וועלכע דרייווט פאליטיק וויאזוי עס פארט בד"כ, הגם פעולות פון אינדיווידואלע יחידים און פון אינדיפענדענט אינסטיטוציעס קענען האבן - און האבן גראדע אסאך אימפאקט אויף די דיירעקציע פון פאליטיק.
און מיין פארשטאנד איז מידיע א רעפלעקציע פון די עדיוקירטע מאסן, ממילא האט זיך עס גענויגט לינקס אינעם לעצטן תקופה (הער דא איבער די ברייטע דיווישאן וואס פאליטיק האט גענומען און פארוואס) הענס די אקאדעמיע איז געווארן א לינקע אינסטיטוציע וד"ל.
דעמאקראטן זוכן נישט דוקא מער מאכט ווי רעפאבליקאנער זוכן, יעדער זוכט בס"ה צו פאשפרייטן זיין איידעאלאגיע מיט אלע מיטלען אוועילעבל.
טראמפ האט געברענגט אומסטאביליטעט און צוטיילונג אויף א פרעצעדענטלאזן פארנעם (הגם עס איז דעבעיטעבל ווי ווייט עס איז זיין שולד לעומת סאסייעטי'ס דרייוו..) דאס איז אלס זיין פערסאנאליטי פון ליב האבן כאאס און מחלוקת און טון אלעס פאר זיין עגא ווילאנג עס לייגט אים אונטערן ספאט-לייט. וואס מאכט אים פארהאסט ביי יעדן רעכט-דענקיגע מענטש, חוץ טאמער איז ער מער בייז אויף די לינקע אגענדעס (טיילווייז אויפגעבלאזן דורך טראמפ אליין..)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 10:51 am
דורך אלפא
ווי די 'סכנה פאר דעמאקראטיע' איז נולד געווארן, איז אויך לכאו' אומריכטיג צו טייטלען צו די 2020 עלעקשאן דינייעל אדער JAN 6 פאר זיך.
'דעמאקראטיע' איז ביסודו א מהלך צוזאמצוברענגען פאליטיק און די פאלק אויף די בעסטע אופן מעגליך, אנגעפאנגען מיטן אויסהערן יעדעם'ס מיינונג צוגלייך דורך וויילן און רעפרעזענטאטן, ביזן איינשטעלן א סיסטעם פון טשעקס און באלענסעס (יעדע מדינה אויף זיין פארנעם, אין אמעריקא איז עס בעיקר דורך די דריי אפגעזונדעטע אפטיילונגען פון גאווערנמענט פלוס די פרייהייט פון אויסדרוק..) אז מאכט פון איין זייט זאל נישט אונטערדרוקן די צווייטע זייט - ווער-אומער עס שטייט נאר דארט, פארשטייט זיך אז די מערסט עפעקטיווע און ראציאנאלע-יושר'דיגן וועג איז צו גיין מיטן רוב אויף א צוטיילבארן אישו א.א.וו.
איך בין נישט באמת אויסגעקאכט אין די היסטאריע פון די טיילונג און פאוער-שיפט צווישן דעמאקראטן/רעפובליקאנער, אזוי פיל הער איך און פארשטיי איך יא, אז די פענאנים פון אזא צוטיילטע פאליטיק (סיי אין אמעריקא סיי און ענגלאנד און אין מדינת ישראל) איז א נייע מציעות וואס האט זיך געשאפן, אויב נישט דורך טראמפ אליין - לייגט ער זיכער צו האלץ צום פייער. וואו אנשטאט דאס אז די פירערשאפט זאל אינזין האבן די גאנצע לאנד ביינזאם אפגעזען ווי ווייט איינשטמיג מ'איז אויף יעדע פרטיות'דיגע אישו, האט זיך עס געטוישט צו א מושג פון פארטיי-בעיסד פירערשאפט ווי די רעפאבליקאנער (ובראשם טראמפ) זאגן קלאר אז זיי קערן נאר פאר זייער לאגער אדער פאר א געוויסע סעקטע פונעם פאלק, לעומת אפי' די יעצטיגע (קארופטירטע) דעמאקראטיע וועלכע אין פרינציפ עכ"פ זאגן זיי - און לאזן זיך פארהאלטן אויפן זיין איינזייטיג אויפן ברייטן פארנעם!
דא איז ווי די 'סכנה' פארן עתיד און סטאביליטעט פון סאסייעטי לענ"ד ליגט. אויב איינער האלט טאקע אז מ'איז לאיזה סיבה ביי א מצב פון וואס די סעקאנד אמענדמענט האט זיך באצויגן - אז געווער איז וויכטיג ווען די גאווערנמענט איז געגאנגען צו ווייט - דאן פארשטיי איך א בארעכטיגונג צום 'טראמפ' באוועגונג, הגם ביז דערווייל האב איך נאכנישט אין ערגעץ געזען אדער געהערט א מאסגעבענדע הסבר פארוואס דעסטרוקטיווע מאכט איז די איינציגסטע וועג אונטערצוהאקן די אומזיגבארע דעמאקראטישע דיקטאטורשאפט...