בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 2:48 am
דורך משה זעקעל
די עולם דא איז זייער נייגעריג פארוואס

איך מיין עס מאכט אפילו נישט אויס

א איד בעט הילף ביטע אויב איינער ווייסט פון א גוטע טערעפיסט וואס קען העלפן די ווייבל זאל שרייבן די אינפארמאציע

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:22 am
דורך שמן למאור
בלויע רעקל האט געשריבן:א שייטל איז שענער ווי א שפיצל?
יעדער האט זיך זיין טעם, פינקט ווי איינער האט בעסער ליב א בלויע רעקל ווי א שווארצע...

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 3:25 am
דורך שמן למאור
קעשקעטעל האט געשריבן:היבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....
וויפיל?

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:36 am
דורך תכלת וארגמן
איך וואלט ג'עצהט אז ער קען איר זאגען קיין פראבלעים אבער לאז וואקסען דיין האר....

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:38 am
דורך פייפעריי
געהערט אמאל געדענק נישט פינקטליך. א פרוי איז אריין צו איר רבי געזאגט אז זי וויל טוישן צו א שפיצל האט די רבי איר געזאגט אז זי זאל נישט הערן קיין האטליינס פאר א האלבע יאר אדער א יאר. און דעמאלץ זען צו זיוויל זי נאך אלץ טוישן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:56 am
דורך מונטסורי
שמן למאור האט געשריבן:
קעשקעטעל האט געשריבן:היבש אסאך אינגעלייט חלשן אז זייער ווייב זאל זיך אנטיען א שפיצל.....
וויפיל?
קענסט מאכן א סקר, ס׳איז די עידזש פון סקרים, נישטא מער קיין ב״ש, פאר יעדע פראגע, א קלארע סקר!

Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש

נשלח: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:23 pm
דורך יעקב מעקסוועל
משה זעקעל האט געשריבן:די עולם דא איז זייער נייגעריג פארוואס

איך מיין עס מאכט אפילו נישט אויס

א איד בעט הילף ביטע אויב איינער ווייסט פון א גוטע טערעפיסט וואס קען העלפן די ווייבל זאל שרייבן די אינפארמאציע
דער עולם איז נישט נייגעריג פארוואס, מען שמועס פשוט אויס וואס די סיבה קען זיין, און לויט דעם וואס די צוגאנג זאל זיין.

די ס"ה איז, די עניין איז נישט עפעס וואס דארף א טעראפיסט וואס ספעשילייזט בענייני שייטלעך ושפיצלעך. נאר פשוט א גוטע מערידזש טעראפיסט, וואס זאל זיי ארויסהעלפן צו פארשטיין איינער דעם צווייטנס צרכים און רצונות, און וויאזוי צו בעסער קאמיוניקירן, און וויאזוי צו מוותר זיין און אין די זעלבע צייט נישט זיך אינגאנצן מבטל זיין.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:11 am
דורך [NAMELESS]
די בעסטע וואלט געווען א קלוגע פראפעשענעל פרוי מיט א שפיצל.
אנדערש גייט זי נישט הערן ווייל זי וועט האלטן אז די שייטל פרוי פארשטייט נישט גט'ס ווארט און איז בייעסד ווייל זי אליינס גייט א שייטל.

קענסט מיך פרייוועט מעסיזשן פאר א רעקאמענדאציע.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:13 am
דורך שמעון וואלף
פונעם קעפל האב איך געמיינט אז די רעדע איז פון א ווייבל וואס וויל אויסטון דעם שייטל און גיין מיט די אייגענע האר ר"ל. אה, דאס איז שוין א שטיקל פראבלעם להלכה. אבער אז זי וויל זיך אנטון א שפיצל, הו קעירס? מ'קען מיינען אז די ווייב ווארט אפ די מאן יעדע נאכט ווען ער קומט אהיים פון די ארבעט, אנגעטון מיטן שענסטן שייטל. אבערוואס. זי האט אן דעם באנדענע/סנוכל /טורבאן וואטעווער. ווילאנג זי איז צאמגעקומען, און ציכטיג שיין אנגעטון זאל זי טראגן אויפ'ן קאפ וואטעווער מאכט איר העפי. אדרבה, זאל זי פילן אז זי דארף זעהן צו זיך מער אנשטרענגן גיבן די מאן זיינע געברויכן ווייל ער האט איר געלאזט אויסטון די שייטל.

Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 12:12 pm
דורך קל וחומר
ס'דא אסאך שפיצל פרויען וואס האבן סאך ווייניגער מיט אידישקייט און פרומקייט ווי אסאך פרויען מיט לאנגע שייטלען און שמאלע געפאסטע קליידער.

די אונטערליגענדע פראבלעם דא שיינט צו זיין אז די 'סיבה' פארוואס זי וויל אנטון דעם שפיצל באדערט אים, און דאס וועט לכאורה בלייבן אפילו אויב ער וועט ביי איר פועל'ן צו בלייבן מיטן שייטל.

אי משום הא ברויך מען זיך ווענדן צו די אשכולות וואס זענען דן אינעם נושא פון נשים דעתן קלות און ווי אזוי צו געבן א ברייטערן בליק אויפן לעבן

Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש

נשלח: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 11:42 pm
דורך פונדאַמענטאַל
יעקב מעקסוועל האט געשריבן: די ס"ה איז, די עניין איז נישט עפעס וואס דארף א טעראפיסט וואס ספעשילייזט בענייני שייטלעך ושפיצלעך. נאר פשוט א גוטע מערידזש טעראפיסט, וואס זאל זיי ארויסהעלפן צו פארשטיין איינער דעם צווייטנס צרכים און רצונות, און וויאזוי צו בעסער קאמיוניקירן, און וויאזוי צו מוותר זיין און אין די זעלבע צייט נישט זיך אינגאנצן מבטל זיין.
לדעתי איז די עניין נישט איבער שייטלעך ושפיצלעך - און אויך נישט איבער מערידש. עס איז איבער די מעגליכקיייט פון פריוואטע מענטשען אין אונזער סאסייעטי צו זיין מקושר מיט די אייגענע רצונות, און זיין independent thinkers.
איך קען נישט די ספעציפישע מדוברת, אבער פילע פרויען אין די חרדישע קאמיוניטי זענען מוח פארשווענקט דורך כל מיני רבניות און דרשניות - דורך די פילע האטליינס המתחדשים בכל יום. מען רעדט נישט פון קיין אמת'ע אידיאולוגישע פארשידנהייט צווישן מאן און ווייב.
מען דארף א טערעפיסט וואס קען איר ברענגען צו א פלאץ פון פארשטיין אז נישט יעדע ווארט וואס עפעס א רעבעצן זאגט איז קדוש מרחם, און אז נישט אלעס וואס מען האט אריינגעבאקן אין שולע איז באמת אזוי.
אויב האט זי אליינס דורכגעטון די נושא - געלערנט די מקורות (אהן קיין third party וד''ל) און צוגעקומען על דעת עצמה אז זי האט א שיטה אין די נושא, דאן איז דא וואס צו דן זיין.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:55 am
דורך או אינו
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:עפעס שטימט נישט דא, אויב האט ער איר עכט ליעב, דאן וואס האט עס צו טוהן וויאזוי זי גייט אנגעטוהן? ממש אז דאס גייט הארגענען די מערידזש?! און דאס אז ער האט געהאט צוויי קינדער מיט איר מיינט נאך נישט אז זיי האבן זיך ליעב. וויפיל קאפל גט'ן זיך נאכן האבן פינף קינדער. און בכלל אז זיי האבן זיך ליעב, דאן וויאזוי טוט זי אזא זאך וואס נעמט עם ממש ארויס פון די כלים??? נעה, אזא ליבשאפט פאר מיינע שונאים!
אהבה תוצאה מקשר - יש קשרים וקשר אחד נפסק. סיבות יש כמה,

ער גלייכט איר פערסאנאליטי, אבער ער איז פארכאפט איז זיין אינדענטיטעט -

די שפיצל קומט פין א קיצונית'דיג פארכאפעניש בנוגע נאר דעם ענין.

דרך אגב יכול להיות אז זי וויל אויסטון דעם שייטל און פשוט גיין מיט איר אייגענע האר (נאר האט ניט קיין מהלך דירעקט אהין)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:56 am
דורך או אינו
קהל'ס נער האט געשריבן:זאלן ביידע גיין צוזאמען צי א טעראפיסט/סאושעל ווארקער.
מיר זעיט עס אויס ווי א מיס-קאמיוניקעישען אישו, א נערמאלע פרוי וויל זיך געפעלן פארן מאן, אויב ווי ער זאגט אויבן אז זיי האבן זיך ליב און דאך טיט זי עס, מסתם איז זי אויפגערייצט געווארען דורך עפעס א פרימע רעבעצין וואס געט נישט קיין דעקל פאר איר שלום בית, און נאך מען מסביר׳ט עס איר, מעגליך זי וועט עס אננעמען.

און אויב דאס העלפט נישט, איז די קשיא נאך גרעסער פארוואס וויל זיך די פרוי נישט געפעלן פאר איהר מאן, די פרוי האט סאך א גרעסערע פראבלעים ווי בעצם זיך אנטוען א שפיצל, און יעצט דארפן ענק שוין איינמאל טהערעפי.

(נאוט: איך זאג ענק דארפן טהעראפי, און נישט זי דארף טהעראפי)
יש לעיין - נארמאלע פרוי געפעלן פאר די מאן אדער נארמאלע פרוי האט איר זעלבסט ווירדע, ובזה תמצא חן.

Re: א טערעפיסט געזוכט פאר א ווייב וואס וויל זיך אויסטון די ש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:58 am
דורך או אינו
בעל אחריות האט געשריבן:איר רצון אנצוטוהן א שפיצל קען קומען פון א קטנות, און זיין שפירן אז דאס איז עק וועלט קומט אויך לענ"ד פון א קטנות, ער מיינט אז ווען זי טוט דאס אן "ווערט" זי מיט דעם אן אנדערע מענטש צוזאמען מיט אים.... ער שפירט ווי זיין גאנצע אידענטיטעט איז אין א סכנה, ער ווערט א שפיצל אינגערמאן...
פארוואס מיינט ער אזוי ?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:12 pm
דורך יעקב מענטש
Moshe itche האט געשריבן:My friend also had such a story, his wife wanted to take off her wig. He made clear to her that if she does that, then it goes both ways and he will also do something that he wants to do and she doesn't like. For example he will completely remove his smartphone filter, start to not wear his striemel at the shabbos table, etc. She got the message and backed off
יאפ.

געהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 5:17 pm
דורך קהל'ס נער
יעקב מענטש האט געשריבן:געהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
דער יונגערמאן איז א טיפש, אז ער פארלאנגט פון זיין פרוי צי גיין א לאנגע שייטל איז נישט מער פון נאטירלעך צי באקימען אזא רעאקציע, ער זאל בעטן ווי א מענטש צי גיין ציביסלעך און צוזאמען וועלן זיי אנקימען צי א עמק השווה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 6:08 pm
דורך סביב העולם
קהל'ס נער האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:געהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
דער יונגערמאן איז א טיפש, אז ער פארלאנגט פון זיין פרוי צי גיין א לאנגע שייטל איז נישט מער פון נאטירלעך צי באקימען אזא רעאקציע, ער זאל בעטן ווי א מענטש צי גיין ציביסלעך און צוזאמען וועלן זיי אנקימען צי א עמק השווה
איך וואלט נישט געזאגט אז ער איז א טיפש. כ'רילעיט גאנץ גוט מיט זיינע דיזייערס, נאר איך וואלט נישט געוואלט מיין ווייב זאל זיך באשייטלען, מסיבות הידועות ושאינן ידועות.

אבער מיט דיין פוינט בין איך מסכים הונדערט פראצענט. ביי מיר (15 יאר חתונה געהאט) איז מען גאר פרום, מיט די גאנצע שמונה בגדים וכו' וכו' און חומרות און שיקאנען מבית ומבחוץ. איך האב אנגעהויבן זייער שטייט, נאך יארן צוריק. היינט האלט עס ביי דעם אז מיין ווייב וואלט געקענט באשטיין איך זאל איר בעטן זי זאל זיך טוישן אסאך עקסטרעמע לבושים. הגם איך גיי איר נישט בעטן, אבער ווען אזא ארומיגע קאנווערסעישן קומט ארויף שמייכל איך זיך אונטער וואספארא לאנגע וועג מ'זעמיר געקומען. מיט אסאאאאאאך געדולד, און מיט א קלארע וויזיע אז זאכן דויערן אסאך צייט, קען מען אנקומען העט ווייט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:36 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
יעקב מענטש האט געשריבן:
Moshe itche האט געשריבן:My friend also had such a story, his wife wanted to take off her wig. He made clear to her that if she does that, then it goes both ways and he will also do something that he wants to do and she doesn't like. For example he will completely remove his smartphone filter, start to not wear his striemel at the shabbos table, etc. She got the message and backed off
יאפ.

געהערט די זעלבע אויף פארקערט, א אינגערמאן האט געוואלט אז די ווייב זאל גיין א א לאנגע שייטל, האט מען געזאגט דעם מאן אז אויב וויל ער זי זאל גיין ווי א פלעטבוש פרוי, מעג זי פארלאנגען ער זאל זיך אנטוהן ווי א פלעטבוש אינגערמאן... אויסטוהן דעם שטריימעל גיין א בענד דאון וכו'
דארט האט זיך די שמועס געענדיגט.
סטראשען? בלעק-מעילן? דאס קען יעדער!
און איך קען א מעשה אז דער מאן האט געזאגט אויב דו טוסט דאס געב איך דיר צוויי פראסקעס!
כ'מיין וואס פאר סאלושען איז דאס??
מ'רעד דא פון מענטשן וואס וויל העלפן פארשטיין איינער דעם צווייטן און פראבירן זיך צו אדזשאסטן צו זייערע (האפענטליכע צייטווייליגע) פרומענישע משוגעתן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 5:12 pm
דורך סקעפטיקער
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:

עס איז אינו דומה צו צוויי פראסקעס. עס גיבט יענעם די הבנה אז אויב טוסטו זאכן אן זיך רעכענען מיט יענעם מעג יענער טוהן זאכן אן זיך רעכענען מיט דיר

פארשטייט זיך דאס איז נאר נאך וואס דער מאן האט קלאר געזאגט אז דאס שטערט אים. אויב זאגט ער עס נישט און האלט זיין ווייב האט א פראבלעם פארן בכלל זיך וועלן אנטוהן אנדערש, דארך ער ענדערש א טעראפיסט אויף גוטע קאמיוניקעישאן

נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 9:53 pm
דורך כספי
פונדאַמענטאַל האט געשריבן:
יעקב מעקסוועל האט געשריבן: די ס"ה איז, די עניין איז נישט עפעס וואס דארף א טעראפיסט וואס ספעשילייזט בענייני שייטלעך ושפיצלעך. נאר פשוט א גוטע מערידזש טעראפיסט, וואס זאל זיי ארויסהעלפן צו פארשטיין איינער דעם צווייטנס צרכים און רצונות, און וויאזוי צו בעסער קאמיוניקירן, און וויאזוי צו מוותר זיין און אין די זעלבע צייט נישט זיך אינגאנצן מבטל זיין.
לדעתי איז די עניין נישט איבער שייטלעך ושפיצלעך - און אויך נישט איבער מערידש. עס איז איבער די מעגליכקיייט פון פריוואטע מענטשען אין אונזער סאסייעטי צו זיין מקושר מיט די אייגענע רצונות, און זיין independent thinkers.
איך קען נישט די ספעציפישע מדוברת, אבער פילע פרויען אין די חרדישע קאמיוניטי זענען מוח פארשווענקט דורך כל מיני רבניות און דרשניות - דורך די פילע האטליינס המתחדשים בכל יום. מען רעדט נישט פון קיין אמת'ע אידיאולוגישע פארשידנהייט צווישן מאן און ווייב.
מען דארף א טערעפיסט וואס קען איר ברענגען צו א פלאץ פון פארשטיין אז נישט יעדע ווארט וואס עפעס א רעבעצן זאגט איז קדוש מרחם, און אז נישט אלעס וואס מען האט אריינגעבאקן אין שולע איז באמת אזוי.
אויב האט זי אליינס דורכגעטון די נושא - געלערנט די מקורות (אהן קיין third party וד''ל) און צוגעקומען על דעת עצמה אז זי האט א שיטה אין די נושא, דאן איז דא וואס צו דן זיין.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk
ווי זאגט @רביה''ק זי''ע זאגן פאר יענעם וואס ער האלט 'באמת' איז די שטערקסטע ארויפצווינגונג וואס קען זיין
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: ווען א מענטש זאגט דיר קלאר און דייטליך "דאס איז וואס איך וויל" און דו זאגסט איר אז ס'קען נישט זיין אז זי וויל דאס טאקע, "דו זאגסט עס נאר ווייל דו ביזט פויל, טראומעטייזד, וכו', אבער באמת באמת ווילסטו אנדערש", דאס רוף איך "ארויפצווינגען" דיין מיינונג. און דאס גייט אויך אריין אין די אישו פון "גלייכע רעכטן"
פאנגסט אן אז מ'רעדט דא וועגן זיין מקושר מיט די אייגענע רצונות, האב איך מיך שוין איינגערעדט אז דו גייסט פארטיידיגן די פרוי וואס האט מחליט געווען צו גיין א שפיצל אז זי איז בארעכטיגט מיט אירע רצונות (שטעל דיך פאר ווען די מעשה איז פארקערט זי וויל זיך אנטון א לאנגע שייטל, און דער מאן זאגט אז ס'גייט צוברעכן זיין שטוב), אבער דו ענדיגסט צו אז ס'איז א השפעה פון די רבניות און דרשניות, שוין....
איך וואונדער מיר טאקע פארוואס @בת קול נעמט זיך נאכנישט אן פאר די ארימע פרוי....