תשפג האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:30 pm
די נושא פון פרנסה - דזאבס איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אין דעבאטירט דא עטליכע מאל. אבער כ׳האב אלץ געהאט א מסקנא אז א פארדינער פון עטליכע הונדרעט טויזענט דאלער א יאר ווי נישט ווי הייסט א שיינע פארדינער אין האט שוין די מעגליכקייט צו לעבן אביסעל ברייטער פון אנדערע.
לעצטענס האט א אידענע געשריבען אין די ״imamother״ פארום׳ס אז איר מאן פארדינט 300k א יאר אין מיט דעם אלעם ענדיגען זיי די חודש ביי זערא, אין דאס איז אן ספענדען געלט אויף קיין שום לוקסוס אדער עקסטרערס.
אבער דא רעדט מען פון די העכערע קלאס פארדינער וואס ברענגט אריין גאר שיין אין בלייבט נאך אלטס מיט א לאך סוף חודש.
סאו וואס איז די עצה פאר איינער וואס וויל יא פארדינען שיין?
וויפיל געלט ברויך מען מאכן א יאר זיך צו קענען קאווערען אינגאנצען, מיט א שמוץ אריבער?
א שיינע פארדינער, וויאזוי קען מען זיך באדזעט׳ן אויף יא צו בלייבן סוף חודש מיט עפעס געלט אין טאש?
סאנטיאגא הערט אז מ'רעדט דא פון געלט...
אוי אוי אוי געלט ...אידיש געלט... ווען מענטשן וואלטן זיך געלערנט בודזשעטינג ...
...Wow.. wow.. wow
אין די real world איז נארמאל צו לעבן frugally אבער אין אונזער קאמיוניטי איז עכט נישט שייך, די עכטע לעכער צו פארמאכן no pun intended איז די קינדער, און די "אידישע" לעבן. קעיס קלאוסד.
איך זעה ווי מ'שרייבט דא זאכן. איך האב מיך געלערנט די נושא שעות אויף שעות, ניין נישט אין ivy league אבער אויף יוטוב יוניווערעסיטי יא, מ'מוז רעדן פון אן עטוואס קאונטעראינטואיטיוו קאנצעפט:
Finance איז רעלאטיוו. פאר א סיבה הייסט עס personal" finance" אלעס איז רעלאטיוו און יעדע האוסהאולד איז א געשעפט פאר זיך. קענסט נישט נעמען איינעם'ס דריי הונדערט טויזנט דאלער אין Greenpoint און פארגלייכן מיט אן ארטאדאקסישע איד'ס דריי הונדערט טויזנט דאלער אין לעיקוואד. דאס איז א באקאנטע גרייז וואס מענטשן מאכן מיט געלט; זיי קוקן נאר אויף די ציפערן און נישט אויף די לייפסטייל... האט איינער שוין זיך אמאל געפרעגט די שאלה וואס מיינט געלט? געלט איז א קאנצעפט, א מיענס פון אנקומען צו וואס דו ווילסט. קוק נישט אויף די קוואנטום, חכם, קוק אויף וויאזוי דו ספענדסט עס אנצוקומען די דיינע personal needs וויאזוי דו קומסט אן אהין איז שוין דיין דאגה, אבער די נומבער גייט דיך נישט העלפן! די בודזשעט איז שליסל, אז מ'פארמאגט נישט קיין פונקטליכע בודזשעט קען מען שיסן נומבערס וויפיל מ'וויל, דו ווילסט וויסן וויאזוי ס'סאונדט? ווי צוויי בעביס זאלן זיך טענה'ן וויאזוי מ'קומט אן פון דא קיין אויסטראליע נאר פון קוקן אויף א מעפ. איינער וועט זאגן די וועג, דער צווייטער וועט זאכן שטותים ס'איז אינגאנצן נישט די וועג... זיי אלע ווייסן נישט ווי מ' פארט... אבער מ'טענה'ט זיך...
וואס מיינט א פארמעגליכער מענטש? יעדער האט אן אנדערע ענטפער. א היימישע איד האט א אנדערע נומער ווי א גוי אין טעקסעס. ס'איז כולו סוביעקטיוו. פון וואנט ווייס איך? ווייל א טעקסען איז נישט אין די זעלבע סאסיאועקאנאמיק קלאס ווי זיין שכן. דער איד יא, ס'איז אלעס איין גרויסע לאקשן קוגל.
איך וואלט געזאגט אז די געווענעליכע היימישע משפחה איז מיט עטליכע הונדערט אלפים אונטערשטעליג אין פראפארשן צו וויפיל זייער לעבן קאסט זיי אפ און נאך הייסן מענטשן וואס גייען פלעצער, ס'הייסט נישט זיי לעבן פעי טשעק צו פעי טשעק.
לאמיר פרעגן אזא שאלה, אז איינער פארדינט א פערטל מיליאן דאלער אבער ער האט א ערנסטע געמבלינג פראבלעם איז ער פארמעגליך ביי ע מעטער אויף נומבערס אין א טשעקינג אקאונט? סאסייעטי וועט זאגן שאר! "ער האט דאך א ראולעקס און א רעינדזש ראווער..." און ער מוטשעט זיך גאר? ברודער דער איז א ארימאן אין די מעקינג. ווי קומט דא אריין סטעטוס? אין זיין מצב, און אין זיינע אומשטענדן איז ער א עני ואביון און א חולה מסוכן... די זעלבע מיט אונזער ציבור ליידער
קוקסט אויף אזא ספרעדשיט זעהסטו גלייך ווי יענעמ'ס לאך איז. א רייניקער? (זאג נישט אין דיין לעבן יענע ווארט, ס'איז אזוי ווי א נישט-איד זאל דיר רופן די דזשיד, אבער דו מעגסט שטייציך) דאס איז א פריקן לאקזשערי! פאר א גוט יאר מ'קען שוין אויפהערן מיט די 1950יס סטייל פון שפילן משה עושר? אין וועלעכע מאווי האבן זיי דעס געטראפן? מ'האט א דינסט.... א נייע לוקסוס למען השם! ס'איז דא היינט גוטע וועקיום ראבאטס וואס טאפלט אלס א מאפ וואס ארבעט מיט עלעקסע, און סירי, ס'קאסט א גוטע 200 גוטע דישוואשערס, צאמלייגן די וועש מעג די מאן אויך העלפן, וואס פעלט עס אויס? באמת וואס פעלט עס אויס? ווייל מ'דארף "ווייזן" די אימעדזש ווי ריין א אידישע שטוב איז? זאג מיר די אמת! פארוואס? וואס טוט זי וואס דו קענסט נישט טוהן? וועלכע טשאור?
זאג מיר נישט אז דו קענסט עס נישט דראפן? נאר דו ווילסט נישט! דו האלסט נישט ביים אויפגעבן די לאקזשערי און איך האלט נישט ביים אויפגעבן נעטפליקס, ס'איז ארייט. אבער פארשטיין דארפסטו אז לעבן above your means וועט דיר נישט טויגן ווען דו וועסט האבן דריי מיליאן דאלער אויך. דאס איז ענקער מיסטעיק! רוב מענטשן נעמען נישט אין באטראכט וויפיל פון זייער געלט גייט פאר needs און וויפיל גייט פאר wants
ווער ס'וויל דעס בעסער פארשטיין קען ליינען א בוך the millionaire next door ער ערקלערט ממש דאס: אז א מענטש וואס איז פארדינט 80 טויזנט דאלער אין אינשורענס, לאמיר זאגן און ער סעיווט 15 פראצענט א יאר, אזא איינער איז סאך רייכער ווי א דאקטער וואס מאכט 200 טויזנט דאלער! זייער פשוט ווייל זיין א דאקטער קאסט פינף מאל טייערער צו מעינטעינען די 200 טויזנט. סקולינג, ליעס, מעלפרעקטיס, עמפלויאי'ס פון זיין סמאל ביזנעס... ס'איז ענדלאז. ווי איז די סוד? אין א מעדזשיק ווארט וואס הייסט "קעישפלאו" דער אינשורענס עדזשענט איז אן עושר אין די מעקינג אויב ער גייט אזוי אן, אזוי קומט מען אן אין לעבן. צום פינטל: די משפחה, ווי רובא דרובא היימישע אידן לעבן way above their means. האסט נישט עכט קיין אפטיילונג צווישן באלבאטישע און ארימעלייט, וואס האסטו דיעל ניו דזשערזי? און אז דו לעבסט אזוי קומט נישט אריין יעדע שטות וואס סאסייעטי האט אפגעמאכט מ'מוז האבן צו לעבן אויף דעם עולם, ווען מ'האט שוין א זאכליכע אינקאם הערשט דאן קומט אריין די מארגעטזש און די קאר, נישט די אדער וועי אראטהד... פארשטייסט, און
יעדער ספענדט פאר מצות און סוכות,
יעדער מאכט שמחות,
יעדער גייט אין קעמפ, דער וואס שפארט זיך אין קאנטרי ספענדט עס אויף ציגערעטלעך... איך דארף נישט זעהן יעדעם'ס ספרעדשיט צו וויסן ווי אידישע שטובער ברעכן אונטער, ווייל איך ווייס אז פאר יעדן טאגיגע מענטשן איז קיין סאך leeway זיך צו שפארן נישט דא. די לייפסטייל זעלבסט איז די אישאו! נישט שכר לימוד! שכר לימוד איז ביליג ווי בארשט! גלייבסט מיר נישט קוק נאר וויפיל אנדערע צאלן און קום צוריק צו מיר. דו דארפסט אבער צאלן 7X אוודאי האסטו נישט קיין געלט...
סא די קאטן קארנערס מאכט נישט אויס פאר רוב משפחות. Don't get me wrong איך בין זייער פאר בודזשעטינג און איך צאל אפילו פאר בודזשעטינג סאפטוועירס. אבער די אמת'ע ווייטאג איז די מלחמה...
Something's gotta give אדער הארגעסטו אפ דריי קינדער אדער ווערסטו א לויער... סארי פארן זיך אויסדריקן אזוי געדעכט, אבער פארפאלן ס'איז א קראנקע לעבנסשטייגער. בפרט פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין multiple income streams (another way to get ahead)
אה, און די געבן מעשר איז אבסורד! דאכט זיך די משנה ברורה שרייבט שוין אז ווער עס קען נישט האבן א יאר צו עסן איז נישט מחיוב צו געבן ווען ער איז אליין נצרך... אבער מ'זעהט דאך גרויסע זאכן.... וואס ווייס איך