בן תמליון האט געשריבן:עס איז שוין דא אן אשכול איבער גוישע ניגונים אבער נישט איבער אלטע אידישע ניגונים עס איז דא אוצרות וואס ווערן שנעל פארגעסן. ביטע לייגט צו וואס איר געפינט ווערט צו פאראייביקן.
צו אנפאנגען ברענג איך דעם אלטן הארציקן לידל אויפן פריפעטשיק:
האָסט אויסגעלאָזן די לעצטע צוויי פאַלן:
אַז איר וועט קינדערלאַך עלטער ווערן
דאַן וועט איר פאַרשטיין
וויפל אין די אותיות ליגן טרערן
און וויפל געוויין
אַז איר וועט קינדערלאַך דעם גלות שלעפּן
אויסגעמוטשעט זײן
זאָלט איר פון די אותיות כח שעפּן
קוקט אין זיי אַרײן
אין ליובאַוויטש איז פאַרשפּרייט אַ צווייטער נוסח:
אַ סך טרערן ליגט אין די אות'לעך
און אַ סך געוויין
און מיט די אות'לעך קעגן משיח'ן
וועט מען אינגיכן גיין