מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:17 pm
קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:58 am עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
די לעגענדע'ס גייען געווענליך אויף ר' שמעון וואלף ראטשילד
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%9C%D7%93
און אויף איהם שטימט עס דען יא? א קאפל האט ער נישט געהאלטן ביים גיין אבער אן עקסטערע הויז פאר פסח דאס יא!
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
הגאון הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:39 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך הגאון הצדיק »

הגאון הצדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:34 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:16 pm
הגאון הצדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:43 am און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר
די מעשה גייט אויף ר' הירש'לע טשארטקוב'ער, און גייט אפעציעל אויף ר' מאיר אנשיל הנ"ל, אבער קען נישט שטימען מיט די יארן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=8741
קען זיין מיין רבי אין חדר האט עס דערציילט אויפן חכ"צ
איך זעה יעצט דארטן אז די באבוב'ע רב ז"ל הה"ק ר' שלמה (השני) ה"ש בעל דברי/חכמת שלמה האט אויך אזוי דערציילט אויפן חכ"צ
yatzmachp האט געשריבן: פארוואס ווייסטו נישט די חילוק צווישן אין און און?
הגאון הצדיק האט געשריבן: אדרבא יעדער וואס זעהט אז איך האב נישט גוט געשריבן אויף אידיש און ער וועט מיך ווייזען מיין טעות וועל איך עם דאנקן
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

Re:

שליחה דורך לייביששרייבער »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:20 pm 15.jpg
16.jpg

ויי ויי ויי האט דער מאיר אנשיל געהאט א זוהן, קוקט איהם נאר אן, זעהט גראדע אויס א שטיקעלע מאדערנעזירט אבער א פולן בארד טראגט ער נאך, אפילו דעם וואלענעם טלית קטן טראגט ער נאך מיט'ן אויפגעריסענעם אידישן שטאלץ, ממש א נחת צוצוקוקן!

איא? לאמיר זעהן וואס וויקיפעדיע האט צו זאגן דערויף.
Screenshot 2023-09-18 000907.png

טו מעיק עי שורט סטארי לאנג, הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, מאיר אנשיל האט קיין קינדער נישט געהאט, קינדער מיט טלית קטנ'ס איז דאך אפגערעדט... און דאס אנעם גריבלען צופיל אינעם עצם געשיכטע איבער קעניג וויליאם'ס גיין אין גלות. ווי ווייט וויקיפעדיע ווייסט צוזאגן איז קעניג וויליאם געגאנגען אין גלות אום 1806 און צוריקגעקומען אום 1813, "רבי" מאיר אנשיל איז אוועק אום 1855 ווען נאפאליאן איז שוין טויט געוועהזן פאר 30 יאר...

שוין, איין פרט בלייבט נאך אויסצוקלארן. וויאזוי האט אויסגעקוקט דעם מזרח וואנט אינעם פראנקפורטן שוהל? און געדענקט, דא רעדט מען אין די צייטן וואס דער הפלאה, א תלמיד פונעם מעזריטשן מגיד, איז געוועהן רב דארט. דער הפלאה איז אוועק אום 1805, א יאר פאר נאפאליאן האט איינגענומען פרייסין און קעניג וויליאם איז געגאנגען אין גלות, ד.ה. אז "רבי" מאיר אנשיל איז שוין לכאורה געוועהן פון די חשובי העדה. זיצט זיך אזוי פון איין זייט דער רב דער בעל הפלאה מיט'ן שטריימל און בעקיטשע, ווייסע זאקן (אקעי, מאיר אנשיל איז לכאורה אויך געגאנגען מיט ווייסע זאקן :lol: ) מיט געפלאכטענע עטרה, פון דער אנדערער זייט זיצט מאיר אנשיל אויסקוקענדיג וויאזוי ער קוקט אויס, וויאזוי האבן די אלע חשובי הקהל אינצווישן אויסגעקוקט? ווילאנג ס'נישט דא קיין בילדער דערפון קען מען זיך פאנטאזירן וואס מ'וויל. :P
ווי אזוי זאגט יענער ווי לאנג עס איז שבת און עס איז נישטא קיין גוגל וועסטו זיין גערעכט.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:58 am עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
קליינע צדיק: די אלע מעשיות פון די אויסערגעווינליכע זאכן וואס ער האט געטון און זיינע אויסערגעוויינליכע הנהגות אין אידישקייט (איבער וואס ס'איז דא צענדליגער מעשיות) זענען נישט געווען ביי מאיר אנטשיל ראטשילד. נאר ביי זיין אייניקל ר' שמעון וואלף ראטשילד. וועלכער איז געווען א תלמיד פון כתב סופר. (און א שטיקל בעל תשובה). אלס תינוק שנשבה. ווייל זיין טאטע האט איהם גארנישט געלערנט פון אידישקייט.
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך כרם זית »

ר'בערל ער איז נישט געווען א תלמוד פון דער כתב סופר, ער האט לכאורה קיינמאל נישט געלערנט אין א ישיבה, ער איז געווען שטארק באפריינדעט מיט אים און געשטיצט זיין ישיבה.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך berlbalaguleh »

כרם זית: איך האב געליינט אין א פארלעסליכן מקור אז ער איז יא געווען א תלמיד אויף עפעס א פארמאט פונ'ם כתב סופר. ווייל מיט זיין גוטן קאפ האט ער זיך ארויפגעארבעט צו זיין א תלמיד חכם. כאטש ער האט אנגעהויבן אלס בעל תשובה.
פארשפארט