בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:31 am
דורך שפילער
פרנס החודש האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:איך וואונדער מיך אויב אונזער סיסטעם וועט בכלל קענען דערהייבן אזא וואוקס
אוודאי נישט
פארוואס נישט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 1:10 pm
דורך moody
רבותי! ס'קומט גוטע צייטען, ממש ווי פון הימעל ווייס מען גייט רעדען אין שטיבל איז פונטק 2 טעג צרוק ארויס א טיימס ארטיקל וואס זאגט פאר אז די וועלט פאפולאציע האלט אט ביים הויעכפונקט און וועט גאר אין גיכען אנהייבן שרינקן,
די תוצאה פון דעם וועט זיין, צו ווייניג ארבעטס פעיגע צו קענען שפייזען די אזוי געריפענע "בעיבי בומערס". נו, ווערט וועט קומען צו הילף? אה, אט די היילגע נשמות וואס די אידישע מאמעס שטיפן ארויס בלי ליאות, אלס טאפ דאללער שטייצעך. ס'וועט זיין ממש א בחינה פון והי' באחרית הימים ווען די סעקולרע סאסייעטי וועט האלטן ביים צאמברעכן דאן, וינהרו אליך כל (כסף) הגוים. אין אזוי וועט אויך מקיים די נבואות'ער פון @קהל מער און אנדערע.

סוף דבר, ווידמעטס אידילעך ווידמעטס!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
צקון לחש האט געשריבן:לענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
צקון לחש: ווען דו רעדסט פון קריים דאפסטו זאגן אז מ'מיינט "ווהייט קאללער קריים". ווייל סוכ"ס היימישע אידן גייען נאכנישט ארום מיט גאנס און מעסערס און מאגן מענטשן אין די סאבוועיס. אדער מאכן האלדאפס. נאר די אידישע קעפ ווערן אויסגעניצט אויף שווינדל און סקיעמס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
טראלל האט געשריבן:רוב מאכערס אין האליוואוד זענען אידן
שוין נישט היינט...!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:52 pm
דורך חדשים
מען דארף אויך נעמען אין קאנסידירעישען די אימיגרעישען ראטע. מען קען אייביג אריינברענגען לעגאלע און אומלעגאלע צו סטאביליזירן די מצב.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 4:05 pm
דורך סוף טוב הכל טוב

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 1:24 am
דורך משה גרונם
צקון לחש האט געשריבן:לענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
אין וואס ביסטי ? די ביסט א פרייער ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 24, 2023 6:35 pm
דורך פארוואס?
דאס הייסט אין קנאפע הונדערט יאהר, וועלן האלב פון די באפעלקערונג לערנען אין זייער עלטער איבער "עקספענשינעל גראוס" פון עפעס א מגיד מיט א מעשה פון שאך. בשעת די איבעריגע האלב וועלן לערנען אין עלעמענטרי סקול איבער exponential growth צווישן אסאך אנדערע מושגים.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 2:25 am
דורך yatzmachp
צקון לחש האט געשריבן:לענ"ד וועט חרדיזם (סיסטעמאטישע ארעמקייט און קריים) סייווי צוגיין ווי א זייפן בלאז ערגעצוואו אין די קומענדיגע צוואנציג יאר.
לשיטתך וואלט סעקיולעריזם געברויכט צו גיין ווי א זייפן בלאז וועגן אזוי פיל ארעמקייט און קריים נישט קיין חינוך אזוי ווי אלע סטאטיסטיקס ווייזן. עס וואלט ווען געדארפט זיין זייער אסאך גרים.

Re: ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??

נשלח: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 12:03 am
דורך סאנטיאגא
קורטיס סליווא האט גערעדט פון דעם ווען ער איז געלאפן פאר מעיאר און האט היילייטעד די פוינט אלס די וויכטיגקייט פון זיך צאמנעמען קעגן די בלאק וואוט. די פראבלעם אין ברוקלין איז אז דו האסט אזא שמעלץ טאפ פון מענטשן פון אלע דעמעגראפיקס, נאצינאליטעיטן, שפראכן, און שטעט אז די קיבוץ גלות איז גרויס.
איין זאך וואס מ'קען זיכער פרידיקטן אויף די לאקל לעוועל, אז די באבל גייט פלאצן אסאך פאר דעם; דירות קריזיס, ישיבה קריזיס, שידוכים קריזיס, רבניש'ע אטאקראטיע קריזיס ועוד. נישט מעגליך אז די סטאטוס קווא גייט אהאלטן צו סאך לענגער, איך בין גרייט צו וועטן א חמור צוויי דערויף...

אבער אז מ'וויל יא פארזאגן עתידות דארף מען האבן די גאנצע פיקטשער פאר מ'ווערט אזוי עקסייטעד וועגן א חלה אויסגיס אויפן האדסאן ריווער.

לאמיר נישט פארגעסן אז די אטעאיסטישע און אומאפילאירטע שטרעמונגען זענען אויך גרויסע מינאריטיס וואס וואקסן אין די זעלבע צייט מיט א שנעלקייט, יעצט אין די צייט וואס מיר גרייטן זיך איבערצונעמען די לאנד (האסט נישט געקריגן די מעמאו? מיר פירן עס שוין לאנג...) לאמיר נישט פארגעסן אז די דיקליין פון רעליגיע טרענד אראפ אנטקעגנזייטיג פון אונזער טרענד. יעצט לאמיר אויך נישט פארגעסן, אז אזוי ווי אונז האב מיר אויסווארפן מיט סמארטפאונס האבן די קריסטן אויך און נישט אומזינסט וואקסן די ליבעראלע קריסטן אויף הייוון. למשל לויט א שנעלע קוויטל צו מיין מורה דרך הבעל עי.איי. גיט ער מיר איבער אזוי:
the religious left is growing. The pandemic has
made people more open to spirituality in general.
Politico
Liberal Christianity, also known as Liberal Theology and Christian Modernism, interprets Christian teaching by taking into consideration modern knowledge, science, and ethics.
The percentage of people belonging to some form of Christianity decreased from 52.2% in the 2016 Census to 43.9% in the 2021 Census. The Pew Charitable Trusts projects that Christians will shrink from 64% of Americans of all ages in 2020 to between 54% and 35% by 2070.

אטעאיסטן שטייען יעצט ביי 30%

דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, מענטשן וואס זענען אזוי ווי מיר און דיר אויפן פרינדזש, וואס דארט איז די סליפערי סלאופ גליטשיגער, זענען מער אומשטאנד צומאכן א סוויטש און נעם א געס אין וועלכע וועג... סא אויב פארט עס אויף בערך דעם פעיס פאר די נעקסטע פופציג יאר, גייען די צוויי פאלס טרעידן פלעצער. אזוי ווי ס'איז אין למשל ענגלאנד אדער סקאנדינעוויע. פרייע וואס זענען יעצט די מינאריטי גייט ווערן מעדזשאריטי און די ווידעראום די אלטע פארשטארבענע זיידעס גייען ווערן שארית הפליטה פון מלחמה איבערלעבער וואס וועלן זוכן א מנין...

אבער די בעסטע לאמיר לאזן פאר די לעצטע, כאמאס גייט נאך לכאורה אנגיין שטארק ווייל איסלאם איז קעטישנג אפ מיט קריסטנטום, ווער דא איז זיך גרייט צו פארמעסטן מיט זייערע פערצן ווייבער און און דריי און צוואנציג קינדער
In 2023, there are approximately 1.9 billion Muslims globally. The number of Muslims is expected to increase rapidly in the coming decades, growing from about 1.6 billion in 2010 to nearly 2.8 billion in 2050. Muslims are expected to grow twice as fast as the overall global population.
The young median age and high fertility rate of Muslims relative to other religious groups are significant factors behind Islam's population growth.
By 2050, the number of Muslims around the world will nearly equal the number of Christians. If current trends continue, Muslims will make up 26.4% of the world's total projected population of 8.3 billion in 2030, up from 23.4% of the estimated 2010 world population of 6.9 billion