בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:01 pm
דורך ברוך שפינוזה
ערנסטגערעדט האט געשריבן: סארי אויב די בחור האט נישט די גאָטס אנצוטון א קורצע רעקל און זיך שערן די פאות דארף איך אים נישט העלפן, אויב האט ער נישט די ביצים צו גיין אין קאלעדזש איז עס נישט די עלטערנס פראבלעם
און אז דאס קינד האט זיך יא אפגעשוירן די בארד און פאות און גייט אין קאלעדש און מ'האלט איהם אין איין פרובירן צוריקצושלעפן דאן ביזטו יא מודה אז ס'איז דעם עלטערנ'ס א "פראבלעם"? עניוועיס, די ווארט איז נישט וואס עלטערן זענען מחויב אדער פטור, די ווארט איז וועלכע מהלך איז מער ריכטיג און ברענגט בעסערע תוצאות און צו וואס מ'זאל שואף זיין. איך קען א חסידישע מיידל וואס איז געגאנגען אטד און איז אין קאלעדש אין די סיטי אבער זי קומט נאך צוריק צו אירע עלטערן יעדע פאר וואכן אויף שבת, איך האב איר אויפגעוויזן אז דאס צוריקגיין צו אירע עלטערן איז נישט גוט פאר איר, זי טענה'ט אבער אז זי איז נישט גרייט אינגאנצן אפצוהאקן, אקעי, אבער כאטש ווייסט זי אז ס'איז אן אישו וואס מ'דארף פאררעכטן און נישט אז ס'קומט לכתחילה אזוי. און ווען איך רעד פון אפהאקן מיין איך נישט געפיליש אפהאקן, איך מיין פשוט פראקטיש, איך לעב מיך אין מיין עקאסיסטעם, דו לעב זיך אין דיין עקאסיסטעם, און מיר זענען נישט אנגעוואנדן איינער אינעם צווייטן, איך קום נישט צו דיר אויף שבת פונקט ווי דו קומסט נישט צו מיר אויף שבת, אבער אוודאי האבן מיר זיך נאך ווייטער ליעב אהבת נפש. מענטשן מאכן פון דעם "מקרב זיין" און "ווייזן ליעבשאפט" א גאנצע געטשקע און מ'פארזעהט דעם תכלית.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:44 am
דורך טאמבל סאס
איך מיין אז זאגן פאר עלטערן צו משפחה זאלן  ארויסווארפן אזא קינד איז רשעות, ואין דרכינו כדרכיהם. די דגוש דארף זיין אויפצוקלערן אזאלכע קינדער זיך אפצופעקלען וואס שנעלער אבער נאכאלס נישט גענצליך אפהאקן. קורצע באזוכן זענען לפי ניסיוני נישט שעדליך. איבערהויפט אויב קומט מען מיט די זעלביגע טענה צו פרומע קינדער פון אטד עלטערן, דהיינו מען וויל זיי זאלן אויך אנהאלטן קשר. הגם סאיז נישט אינגאנצן דומה ווייל קטינים זענען אונטערן רשות פון די עלטערן מער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:54 am
דורך ערנסטגערעדט
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
ערנסטגערעדט האט געשריבן: סארי אויב די בחור האט נישט די גאָטס אנצוטון א קורצע רעקל און זיך שערן די פאות דארף איך אים נישט העלפן, אויב האט ער נישט די ביצים צו גיין אין קאלעדזש איז עס נישט די עלטערנס פראבלעם
און אז דאס קינד האט זיך יא אפגעשוירן די בארד און פאות און גייט אין קאלעדש און מ'האלט איהם אין איין פרובירן צוריקצושלעפן דאן ביזטו יא מודה אז ס'איז דעם עלטערנ'ס א "פראבלעם"? עניוועיס, די ווארט איז נישט וואס עלטערן זענען מחויב אדער פטור, די ווארט איז וועלכע מהלך איז מער ריכטיג און ברענגט בעסערע תוצאות און צו וואס מ'זאל שואף זיין. איך קען א חסידישע מיידל וואס איז געגאנגען אטד און איז אין קאלעדש אין די סיטי אבער זי קומט נאך צוריק צו אירע עלטערן יעדע פאר וואכן אויף שבת, איך האב איר אויפגעוויזן אז דאס צוריקגיין צו אירע עלטערן איז נישט גוט פאר איר, זי טענה'ט אבער אז זי איז נישט גרייט אינגאנצן אפצוהאקן, אקעי, אבער כאטש ווייסט זי אז ס'איז אן אישו וואס מ'דארף פאררעכטן און נישט אז ס'קומט לכתחילה אזוי.
אז איינער טוט רעספעקטירן די מענטשן וואס האבן איר אויפגעצויגן איז עס נישט גוט פאר איר? א אישו וואס מדארף פאררעכטן? איז זי נישט גענוג קלוג צו טון וואס זי וויל? בקיצור צוריק צו די קעפל פונים אשכול לרחק או לקרב דו עסקפעקטירסט אז דיין פאטער זאל דיך מרחק זיין? ענדערש קיינמאל נישט אהיימרופן? אה ניין די משפחה זאל ווייטער זיין ווארעם ווייל הכל מודים אז ווארעמע משפחה מיט ליבע דארף מען האבן. נאר נישט אהיימרופן, יעצט גייסטו איינטיילן פאר די עלטערן פונקטליך וויאזוי צו שפאצירן אויף די דעליקעט ליין? אדרבה קענסט געבן קורסעס אויף דעם איך זאג דיר צו העסט מאכן אבאנטש געלט, ענדליך איינער געטראפן ״די ריכטיגע מהלך זיך אומצוגיין מיט אייער קינד וואס גייט אטד״
אנשטאט לייגן די ארבעט אויפן קינד וואס ווייסט נישט פונקטליך וואס ער וויל, לייגסטו עס ארויף אויף די עלטערן, זייער שיין

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 12:58 am
דורך ערנסטגערעדט
berlbalaguleh האט געשריבן:ערנסטגערעדט: די אמביציע און דעם רצון. די נאטורליכע שטויס קראפט.
רעב בערל זייט אייך מסביר ביטע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:07 am
דורך ברוך שפינוזה
טאמבל סאס האט געשריבן:קורצע באזוכן זענען לפי ניסיוני נישט שעדליך. איבערהויפט אויב קומט מען מיט די זעלביגע טענה צו פרומע קינדער פון אטד עלטערן, דהיינו מען וויל זיי זאלן אויך אנהאלטן קשר.
איך מיין אז "קורצע באזוכן" איז נאר א סימן, די ווארט איז אז דאס קינד פילט זיך מער באקוועם דארט וואו ער באלאנגט ווי ביי זיינע עלטערן אין שטוב, איינמאל מ'האלט דארט ווערן די באזוכן אטאמאטיש קורץ, אין פיזישן זין און אין גייסטישן זין, און דעמאלטס שאדט עס שוין נישט. בכל אופן, פאר פרומע קינדער פון אטד עלטערן איז פיל גרינגער אנצוהאלטן קשר אנדעם וואס ס'זאל שאדן, רעליגיע גיבט פאר א מענטש גאר א שטארקע סענס אוו איידענטיטי גלייך פון אנהויב בעת וואס סעקולעריזם(?) איז מער א wishy washy אידענטיטעט וואס דויערט פיל לענגער אויפצובויען און ווילאנג ס'בויט זיך אויף איז דא פלאץ וואו די פרומע אידענטיטעט זאל חל זיין און אנמאכן טראפיק. דאס איז אין צוגאב צו דעם וואס איינער וואס ווערט פארפרומט ווערט גלייך גוט מיט די תושבים פון וויליאמסבורג וואס זענען שוין דורי דורות פרום און די אידענטיטעט איז זיי טיעף אין די ביינער אזוי האט ער אויף וואס זיך אנצולאהנען, ווידער די וואס ווערן אטד קלעבן זיך אסאך מאל אן מיט רעלאטיוו פרישע אטדס ווי זיי וואס האבן נאכנישט אזוי די סעקולארע אידענטיטעט (וואס איז א פראבלעם פאר זיך).

Re: אטד קינדער - לרחק או לקרב?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:06 pm
דורך פרנס החודש
אלס א שטיקל OTD אין קאללעדש, וויל איך צולייגן מיין עקספעריאנס. איך האב אבער נישט קיין ענדגילטיגע מיינונג איבער די נושא.

1) רוב גראדואירטע פראגראמען דהיינו post graduate, האבן נישט קיין דארמיטארי און עסן, ד״ה פאר א בחור מיט א בעטשעלארס פון ישיבה אזוי ווי מיר וואס איז אין א גראדואט פראגראם אין די סיטי, איז די עלטערן׳ס הילף די איינציגסטע וועג אדורכצושוויצן גראדועט סקול. אויך קען מען נישט באקומען שטאטישע פראגראמען אלס סטודענט.

2) ווען די עלטערן האקן אפ מיט א קינד, וועט די קינד נישט האבן קיין ברירה נאר טרעפן אנדערע גוטע אידן אים צו העלפן, צומאל א פעטער צו א קוזין, אדער א גוטע איד פון ביהמ״ד.

3) די יעצטיגע עקאנאמישע ריאליטעט איז אז רוב קינדער קענען עס נישט מאכן אן די עלטערן׳ס הילף. רענט פאר א סטודיו אין די סיטי איז מער ווי די אלגעמיינע וועידזש.

4) עלטערן וועלן געווענליך אפהאקן נאר ווען דאס קינד איז מער געלונגען ווי זיי, און ממילא האט א שטערקערע השפעה אויף די קינדער ווי די עלטערן. אין אנדערע ווערטער עלטערן וועלן געווענליך ארויסווארפן קינדער ווען זיי פילן inferior. עס קומט נישט פון קיין שטארקע מיינונג צו ״העלפן״.

5) קינדער וואס האלטן נישט ביי גארנישט איז אלץ א גוטע זאך ארויסצוווארפן פון הויז, פרום צו פריי.

Re: אטד קינדער - לרחק או לקרב?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 22, 2023 1:29 pm
דורך צוזאמגעדרייט
ווואס איז דיין עקספיריענס, וויאזוי האבן זיך דיינע עלטערן באגאנגען מיט דיר?