בלאט 2 פון 2
Re: אן אתרוג - א שידוך
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 2:40 pm
דורך קל וחומר
מי אני האט געשריבן:און דערנאך טו בשבט זעהן וויאזוי ער… עהעם… עסט דאס?…
איי געס מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס טאמער ס׳איז ניקב וחסר כל שהוא איז עס פסול…
לויט'ן מ"ד אז די עץ הדעת איז געווען אן אתרוג בוים, איז טאקע דאס געווען די ציווי, ס'איז טאקע נחמד היא למראה כפשוטו וכדרושו, אבער עסן טאר מען דאס נישט.
חוה האט אבער געמיינט אז מ'טאר דאס אויך נישט צורירן, דהיינו אז עס האט נישט קיין השתמשות בכלל, נו אויב אזוי וועט זי בלייבן לעקיש (אתרוג איז דאך מרמז אויף איר). האט זי געגעסן און איז טאקע קלוגער געווארן זי האט געזען אז ס'איז דא טוב ורע און ס'נישט פונקט ווי עס זעט אויס פון אינדרויסן, ממילא ויתבוששו, האט זי זיך געקליידעט צו ווייזן אז די חיצוניות אירע איז נישט די איינציגע כור המבחן.
והוא רחום יכפר וגו'
Re: אן אתרוג - א שידוך
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 3:32 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
דער עולם דא איז פארנומען נאר מיט'ן אתרוג, כ'פארשטיי, דאס שיינט צו כאפן ס'מערסטע פאר'ן אויג, אבער דער עולם פארגעסט דא פון ערבות און הדסים וואס ווייזט לכאורה אויף האר, אבער קען זיין וויבאלד מ'גאלט עס אפ רעדט מען נישט דערפון
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
Re: אן אתרוג - א שידוך
נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2023 9:17 pm
דורך טמיר
האב איך געזען יו"ט אין תורת המנחה (תלמיד הרשב"א), ער איז מרמז די מענטש אין די ד' מינים אנדערש ווי געוואוינט. און די אתרוג לויט עם איז מרמז אויף די פרוי. האמיר שוין א מקור פאר דער פותח האשכול.
נאר א וואנדער אז @מי אני האט עס נישט צוגעברענגט...
נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2023 11:43 pm
דורך סקעפטיקער
די נושא פונעם אשכול צו קענען רעדן מער אפן האט שוין עושה פירות געווען, והא ראי' עס ליגט נאכנישט מאחורי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 5:06 pm
דורך חדשים
טמיר האט געשריבן:האב איך געזען יו"ט אין תורת המנחה (תלמיד הרשב"א), ער איז מרמז די מענטש אין די ד' מינים אנדערש ווי געוואוינט. און די אתרוג לויט עם איז מרמז אויף די פרוי. האמיר שוין א מקור פאר דער פותח האשכול.
נאר א וואנדער אז @מי אני האט עס נישט צוגעברענגט...
בעצם שטייט דאס שוין אין זוהר. רבי יהודה פתח, כתיב פרי עץ הדר כפת תמרים. פרי עץ הדר, מאן הוא. דא אתרוג. וכי אתרוג מעץ הדר הוא, והא כמה קוצין אית סחרניה, מכאן ומכאן, ואת אמרת פרי עץ הדר. אלא רזא דמלה, דכתיב ויבן יי' אלהים את הצלע אשר לקח מן האדם לאשה ויביאה אל האדם. וכתיב עצם מעצמי ובשר מבשרי, ודא הוא פרי עץ הדר. מנלן דאדם עץ אקרי. דכתיב כי האדם עץ השדה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 5:20 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דער עולם דא איז פארנומען נאר מיט'ן אתרוג, כ'פארשטיי, דאס שיינט צו כאפן ס'מערסטע פאר'ן אויג, אבער דער עולם פארגעסט דא פון ערבות און הדסים וואס ווייזט לכאורה אויף האר, אבער קען זיין וויבאלד מ'גאלט עס אפ רעדט מען נישט דערפון
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ערבות, שטייט אין די ספרים אז דאס איז מרמז אויף די מויל - דהיינו וואספארא שפראך דאס מיידל זאל האבן, צו א געשליפען צינגל מיט וועמען מען קען גוט דעבאטן - אדער מער א איידעלע שפראך - א מיידל וואס ענטפערט אלעס בהכנעה גדולה...
.מויל איז אויך מרמז אויף "אכלה ומחתה פיה...." ושפתיים ישק והמבין יבין
הדסים איז מרמז אויף די אויגן, א מיידל וואס שמירט זיך די אויגן
אדער אויף א מיידל וואס זי איז א פאזיטיווע וואס קוקט אלעס אהן מיט א גוט אויג!