בלאט 2 פון 8

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:32 pm
דורך קהל'ס נער
שפילער האט געשריבן:לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
אוואדי וואלט איך געהאט די זעלבע געפיל.
דאס אז איך בין נישט מסכים מיט זיי פאליטיש מאכט זיי נישט ווייניגער יוד אדער מענטש.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:26 pm
דורך דערהויבענע איד
שפילער האט געשריבן:לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
מאה שערים זענען וואוילע אידן.

ווען ס'געשעט צו א אן אנגעפרעסענע נטורא חרתי איד, טאר מען זיך נישט פרייען, אבער ביי זיך וואלט איך טיפערהייט געהאט אן הרגשה אז ''זאל ער זיך דערשטיקן מיט זיינע פריינט''...א מענטש בין איך, נאך אלע מעשיות.

און יא, ווען ס'געשעט צו עופר כסיף וואלט איך אויך געהאט די הרגשה, א בוגד איז א בוגד.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 10, 2023 6:04 am
דורך מן הסתם
געבוירן געווארן א קינד ביי איינע פון די משכונות

Re:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 4:38 pm
דורך אגרות צפון
דערהויבענע איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:26 pm
שפילער האט געשריבן:לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
מאה שערים זענען וואוילע אידן.

ווען ס'געשעט צו א אן אנגעפרעסענע נטורא חרתי איד, טאר מען זיך נישט פרייען, אבער ביי זיך וואלט איך טיפערהייט געהאט אן הרגשה אז ''זאל ער זיך דערשטיקן מיט זיינע פריינט''...א מענטש בין איך, נאך אלע מעשיות.

און יא, ווען ס'געשעט צו עופר כסיף וואלט איך אויך געהאט די הרגשה, א בוגד איז א בוגד.
זענען זיי נישט געווען "אנשי שלום"? (די פעסטיוועל)

Re:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:28 pm
דורך שפילער
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:32 pm
שפילער האט געשריבן:לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
אוואדי וואלט איך געהאט די זעלבע געפיל.
דאס אז איך בין נישט מסכים מיט זיי פאליטיש מאכט זיי נישט ווייניגער יוד אדער מענטש.
פאליטיש?

Re:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:30 pm
דורך שפילער
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:32 pm
שפילער האט געשריבן:לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
אוואדי וואלט איך געהאט די זעלבע געפיל.
דאס אז איך בין נישט מסכים מיט זיי פאליטיש מאכט זיי נישט ווייניגער יוד אדער מענטש.
ביסט ציקער זיס . אבער ווען דעס געשעהט ווען אין בעלזא קהילה ח"ו ר"ל וואלסטו נישט געהאט די זעלבע געפיל ווי פרייע יודן

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:35 pm
דורך קהל'ס נער
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:30 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 10:32 pm
שפילער האט געשריבן:לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
אוואדי וואלט איך געהאט די זעלבע געפיל.
דאס אז איך בין נישט מסכים מיט זיי פאליטיש מאכט זיי נישט ווייניגער יוד אדער מענטש.
ביסט ציקער זיס . אבער ווען דעס געשעהט ווען אין בעלזא קהילה ח"ו ר"ל וואלסטו נישט געהאט די זעלבע געפיל ווי פרייע יודן

די רופסט מיך א שקרן און די ערווארטסט נאך א ענטפער?

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:37 pm
דורך שפילער
קהל'ס נער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 5:35 pm די רופסט מיך א שקרן און די ערווארטסט נאך א ענטפער?
אראפגענימען אנטשילדיגט

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:02 pm
דורך שאלתיאל
.

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:08 pm
דורך אלפא
א רעכט גענויגטע בליק:
https://www.noahpinion.blog/p/western-l ... t-the-plot

א לינק גענויגטע בליק:
https://www.theguardian.com/commentisfr ... since-1948

און אן אומגענויגטע בליק:
https://mikyab.net/posts/83006

פאר די וועלכע האבן יעצט די מאגן דערפאר..


איך וויל נישט פערזענליך קאמענטירן איבער די מצב כעת, ווען עמאציעס אויף אלע זייטן זענען איבערגעהיצט, און יעדער וויל נאר הערן זיין אייגענע ווידער-קול ממילא.
נאר איין שטיקל עדווייס ווען מ'שיסט מיינונגען דא, עס איבערצוטראכן פארדעם (אויב מעגליך) און זען אויב מ'וואלט אויך אזוי געהאלטן פאר ריכטיג ווען מ'ווערט געבוירן אויף די פאקערטע זייט פון די ספעקטרום, צו אלס סאטמאר'ע צו גאר אלס פאלעסטינער, און פארשטייט זיך אלס אביעקטיווע צוקוקער.. עס איז אייביג געראטן אויף צו עלימינירן בייעס, ובפרט דא/יעצט ווען טענער זענען הויך..
#IStandWithIsrael

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:36 pm
דורך שאלתיאל
כ'זוך נישט צו זייין אן אביעקטיווע צוקוקער פון דער זייט ווען מרעדט פון מיינע ברידער און שוועסטער וואס ווערן געשחט'ן.אויך נישט צו "פארשטיין די זייט פון די פאלעסטינער" פארן דאס טון. I Don't play this game

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:57 pm
דורך קהל'ס נער
אלפא האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 6:08 pm א רעכט גענויגטע בליק:
https://www.noahpinion.blog/p/western-l ... t-the-plot

א לינק גענויגטע בליק:
https://www.theguardian.com/commentisfr ... since-1948

און אן אומגענויגטע בליק:
https://mikyab.net/posts/83006

פאר די וועלכע האבן יעצט די מאגן דערפאר..


איך וויל נישט פערזענליך קאמענטירן איבער די מצב כעת, ווען עמאציעס אויף אלע זייטן זענען איבערגעהיצט, און יעדער וויל נאר הערן זיין אייגענע ווידער-קול ממילא.
נאר איין שטיקל עדווייס ווען מ'שיסט מיינונגען דא, עס איבערצוטראכן פארדעם (אויב מעגליך) און זען אויב מ'וואלט אויך אזוי געהאלטן פאר ריכטיג ווען מ'ווערט געבוירן אויף די פאקערטע זייט פון די ספעקטרום, צו אלס סאטמאר'ע צו גאר אלס פאלעסטינער, און פארשטייט זיך אלס אביעקטיווע צוקוקער.. עס איז אייביג געראטן אויף צו עלימינירן בייעס, ובפרט דא/יעצט ווען טענער זענען הויך..
#IStandWithIsrael
סיריעסלי?
איז דא א צד אז אפהאקען קעפ פון בעביס, פארברענען לעבעדיגע מענטשן, קידנעפן באבעס, רעיפן מיידלעך און שיסן קינדער פארנט פון זייער עלטערען, איז ריכטיג?

לאמיר דיר פרעגן?
אז איך שיס אויף דיר חס ושלום, און איך באהאלט מיך אין בעק פון מיינע קינדער וואלסטו דען נישט ציריק געשאסען?

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:15 pm
דורך ברוך שפינוזה
אלפא: ס'נישט שייך דא צו האבן אן אביעקטיווע בליק, ס'האנדלט זיך פון אן אוממעגליכע סיטואציע און וויאזוי מ'דרייט נאר גייט איינער ארויסגיין מקופח. אפארטהייד אין קאפ אריין, ווילאנג ס'נאך דא אפילו איין לעבעדיגע פאלעסטינער זענען די איינוואוינער אין ארץ ישראל אין געפאר. פון די אנדערע זייט איז עזה א נאכגעלאזטע געגנד, די ארבעטסלאזע ראטע איז ארום 50%, האסט א ספק אז ווען דו וואוינסט ווען דארט וואלטו נישט אויך געשטיצט די אטאקעס? און שולדיג איז קיינער פון די צדדים, שולדיג זענען די בריטן כידוע וואס האבן זיכער געמאכט אז אין עדע פלאץ פון וואו מ'האט זיי פארשיקט זאל מען זיך ארומ'הרג'נען צווישן זיך פאר די נעקסטע טויזענט יאר, מאך א גוגל-זוך "british double dealings". והך קאווע, אין כמעט אלע געוועזענע בריטישע קאלאניעס אין אזיע שלאגט מען זיך ארום עד עצם היום הזה, אינדיע און פאקיסטאן רייסן זיך ארום איבער קאשמיר (לעצטע מאל איך האב געטשעקט איז קאשמיר אפגעשלאסן פאר טוריסטן), סיריע ברענט שוין פאר איך ווייס נישט וויפיל יאר, די קורדן ווערן סיסטעמאטיש אויסגעראטן דורך איך געדענק נישט וועם, און נאך צענדליגער אזעלכע מלחמות, נאר for some reason איז די וועלט שטעקן געבליבן ביי מדינת ישראל/פאלעסטינע. זעלבסטפארשטענדליך אז מ'גייט נישט דערפאר פלאך מאכן גאנץ עזה און יו"ש, ארויסשטויסן אלע אידן פון ישראל קומט אויך נישט אין באטראכט. איז וואס גייט מען יא טוהן? די זעלבע וואס מ'האט געטוהן די לעצטע 70 יאר, מ'גייט זיך ארומרייסן און ארומ'הרג'נען ביז ס'גייט נמאס ווערן.

אגב, איך בין איבערצייגט אז די ישראל'ישע רעגירונג האט געוואוסט פון די אטאקעס וואס גייען קומען נאר פאר זייערע פאליטישע חשבונות האט זיך עס געלוינט. קוק דא https://youtu.be/Q5UBg5-PwY4

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:18 pm
דורך שאלתיאל
ער ברענגט עס אזוי גוט ארויס

https://www.instagram.com/reel/CyP3PZVN ... BiNWFlZA==

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:56 pm
דורך ברוך שפינוזה
איינער זאגט מיך מיט גרויס שמחה אז אמעריקע האט געשיקט וואפן קיין ישראל אין ווערד פון 6 בילליאן דאללער, האב איך איהם געזאגט דו חכם איינער, פון וואו מיינסטו האט חמאס געלט פאר די גאנצע אפעראציע אויב נישט פון די אנדערע 6 בילליאן דאללער וואס אמעריקע האט געשיקט קיין איראן? :lol:

און אויף דעם האב איך געזעהן א שטארקע מיעם:
לצנות.jpg
און די לצנות איז נאך אז ס'דא וואס נעמען די גאנצע געפעכט צום הארצן, אונז זעמער גערעכט! מ'גייט זיי ווייזן! מ'גייט פלאך מאכן עזה! מיר גייען אויסראטן חמאס! מ'זאגט דאס שוין זייט איך געדענק מיך. היינט הייסט עס חרבות ברזל, נעכטן האט עס געהייסן צוק איתן, אייערנעכטן אינטיפדה (אגב, דאס גאנצע נעמען געגעבאכץ איז ריין לשם פראפאגאנדע אויפצוהייטערן די געמיטער פאר נקמה און מ'זאל נישט כאפן ווער ס'זענען די עכטע perpetrators), בעלאוני מעקאראוני, ס'נישט מער ווי א פאליטישע געים אנצופילן די טיעפע טאשן פון די וואס זיצן ביים שיסל.

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:06 pm
דורך שאלתיאל
פאליטישע געים אנצופילן די טאשן? דאס איז א קאנסיפראציע אדער וואס?

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:22 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך וואלט געזאגט אז זיך איינרעדן אז די מוסד האט נישט געוואוסט פון די אטאקעס בעפאר און ס'האט באמת געדוירט 8 שעה פאר'ן מיליטער אנצוקומען צום סצענע איז אסאך א נארישערע קאנספיראציע. איך זאג נישט, בלייבן מיט קשיות איז אויך א מהלך, אבער ווי האב איך נאר אמאל געזאגט פאר איינער פון מיין טאטע'ס מתפללים, ער האט מיך אמאל געפרעגט וואס מיין טאטע זאגט צו מיינע "קשיות" אין אמונה, האב איך איהם געענטפערט אז איך קום נישט צו מיין טאטע מיט קשיות, איך קום שוין מיט די תירוצים... פארשטייט זיך אז אויב האט ער בעסערע תירוצים בין איך אלץ גרייט מקבל צו זיין, אבער ביזדערווייל איז עס נאכנישט געשעהן :lol:

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:24 pm
דורך שמן למאור
שמן למאור האט ארויסגעטוויט:

To all those people that "woke up" on "X" to condem Israel for cutting off water & electricity in Gaza, but were silent when Hamas brutally murdered over 1,200 innocent Israelis. Just say it out loud and clear, "I AM AN ANTI-SEMITE NAZI POS THAT DOES'NT CARE ABOUT JEWISH LIVES!"

Stop beating around the bush pretending to just care about the innocent Palestinian children. If "only" Palestinian lifes matter to you, but Jewish life does'nt, then you're just a "fu**ing jew hater". Admit it!!!

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:37 pm
דורך טמיר
שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:24 pm שמן למאור האט ארויסגעטוויט:

To all those people that "woke up" on "X" to condem Israel for cutting off water & electricity in Gaza, but were silent when Hamas brutally murdered over 1,200 innocent Israelis. Just say it out loud and clear, "I AM AN ANTI-SEMITE NAZI POS THAT DOES'NT CARE ABOUT JEWISH LIVES!"

Stop beating around the bush pretending to just care about the innocent Palestinian children. If "only" Palestinian lifes matter to you, but Jewish life does'nt, then you're just a "fu**ing jew hater". Admit it!!!
זייער גוט. אבער נעקסט טיים לויף דורך די פאוסט א גרעממער טשעקער אז ס'זאל אויסזעהן מענטשליך. ס'איז דא אסאך גוטע טולס פאר דעם

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:38 pm
דורך שאלתיאל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:22 pm איך וואלט געזאגט אז זיך איינרעדן אז די מוסד האט נישט געוואוסט פון די אטאקעס בעפאר און ס'האט באמת געדוירט 8 שעה פאר'ן מיליטער אנצוקומען צום סצענע איז אסאך א נארישערע קאנספיראציע. איך זאג נישט, בלייבן מיט קשיות איז אויך א מהלך, אבער ווי האב איך נאר אמאל געזאגט פאר איינער פון מיין טאטע'ס מתפללים, ער האט מיך אמאל געפרעגט וואס מיין טאטע זאגט צו מיינע "קשיות" אין אמונה, האב איך איהם געענטפערט אז איך קום נישט צו מיין טאטע מיט קשיות, איך קום שוין מיט די תירוצים... פארשטייט זיך אז אויב האט ער בעסערע תירוצים בין איך אלץ גרייט מקבל צו זיין, אבער ביזדערווייל איז עס נאכנישט געשעהן :lol:
מיט אזעלכע תירוצים בלייב איך ענדערש מיט די קשיות.

ס'קלאר אז עפעס איז דא פארגעגאנגען. די גאנצע סיטואציע איז מאדנע פון אנהייב ביזן סוף. כ'האף אז נאך ווען אלעס גייט זיך ענדיגן גייט קומען א ערנסטע אינוועסטגעישאן

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:41 pm
דורך סקעפטיקער
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:22 pm איך וואלט געזאגט אז זיך איינרעדן אז די מוסד האט נישט געוואוסט פון די אטאקעס בעפאר און ס'האט באמת געדוירט 8 שעה פאר'ן מיליטער אנצוקומען צום סצענע איז אסאך א נארישערע קאנספיראציע.
דו ביסט בכלל גרייט צו הערן הסברים פארוואס זיי האבן דאס פארזעהן אדער האסט שוין באשלאסן דיין מיינונג? סיי וועלכע אינוועסטיגעישאן איז גענצליך איבעריג פון דיין זייט?

לאמיתו של דבר, נאצי דייטשלאנד האט געהאט גענוג און נאך אינפארמאציע אז אמעריקא גייט מעגליך אטאקירן אין נארמאנדי אבער פון די גאנצע בילד וואס זיי האבן געהאט האבן זיי באשלאסן אז נישט. די זעלבע דא, מעגליך אז עגיפטן האט טאקע געזאגט פאר מדינת ישראל אז עס קומט, אבער כאמאס האט באוויזן צו געבן די אימפרעשאן און גענוג פאר'נער'ט מדינת ישראל אז עס קומט נישט.

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:54 pm
דורך שאלתיאל
ס'איז זייער מאדנע. מד"י האט אינפארמאנטן אין כמעט יעדער ווינקל אין עזה. חאמאס האט דאס געפלאנט פאר מער פון א יאר צייט. וויאזוי קען אזא אפעראציע אריבערגיין אינטערן ראדאר פון די איזראעלי אינטעלידזשענס?

מיך איז מער שווער וואס איז פאקטיש פארגעקומען דארט שבת. וויאזוי האבן זיי אריינמאשירט אזוי לייכט? וויאזוי האבן זיי זיך געדרייט פראנק און פריי פאר שעות לאנג און אריין און ארויס פון דער גרעניץ אן קיין שום שטערןנגען? וואס האט גענומען די מיליטער אזוי לאנג אנצוקומען? ווי זענען געווען די גרעניץ אבזערווערס? איך הער אסאך סאלדאטן וואס האבן געדינט אין יענער געגנט וואס ברענגען ארויף שווערע פראגעס

Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 11:51 pm
דורך שפילער
שאלתיאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:54 pm ס'איז זייער מאדנע. מד"י האט אינפארמאנטן אין כמעט יעדער ווינקל אין עזה. חאמאס האט דאס געפלאנט פאר מער פון א יאר צייט. וויאזוי קען אזא אפעראציע אריבערגיין אינטערן ראדאר פון די איזראעלי אינטעלידזשענס?

מיך איז מער שווער וואס איז פאקטיש פארגעקומען דארט שבת. וויאזוי האבן זיי אריינמאשירט אזוי לייכט? וויאזוי האבן זיי זיך געדרייט פראנק און פריי פאר שעות לאנג און אריין און ארויס פון דער גרעניץ אן קיין שום שטערןנגען? וואס האט גענומען די מיליטער אזוי לאנג אנצוקומען? ווי זענען געווען די גרעניץ אבזערווערס? איך הער אסאך סאלדאטן וואס האבן געדינט אין יענער געגנט וואס ברענגען ארויף שווערע פראגעס
זיי זאגן אז חאמאס האט געמאכט זיכער אז קיינער ווייסט נישט עכט וואס קימט אפילו די אייגענע מענטשן האבן נישט געוויסט עפעס אזוי ..