אונזער געמיינדע און אנטי-אינטעלעקטשועליזם

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דוד הלוי האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 7:54 amבלת"ק איך מיין אז מען ברויך אונטערצושיידן anti intellectuallism פון anti scientism , anti rationalism, anti empricism אד"ג
ווי איך האב פריער צוגעברענגט פון הרב דר. מיכאל אברהם:
אינטלקטואל, פרט לחשיבה שהיא לעתים ילדותית כפי שתיארתי בטור הקודם, גם מצויד בידע מקיף, בהשכלה רחבה ובפתיחות מחשבתית. כל אלו לא קיימים בחשיבה החרדית.
ולא זו בלבד, נאר עס איז דא א שטארקע מקום לומר אז דאס חרדי'שע קולטור און "פילאזאפיע" איז בהדיא קעגן, "אנטי", אטע דאס'ן האבן א "ידע מקיף, השכלה רחבה ופתיחות מחשבתית". אטע דאס איז לכאורה עקזעמפּליפייד אין זייער ארויסהייבן "איך בין א נאַר און איך גלייב", "גיין אָן קיין התחכמות", זיין קעגן קריטיקעל טינקינג (ועיין כאן), און דאס'ן ארויסהייבן תמימות. וכדומה.

זאת ועוד, דו ביסט מודה אז זיי זענען בהדיא אנטי-עמפּיריסיזם, אנטי-ראציאנאליזם/ריִזען, און אנטי-סייענטיזם (וואס איך וואלט געזאגט איז אנטי-סייענס על הכלל כולו און נישט נאר קעגן סייענטיזם). און ס'איז משמע מדבריך, "אד"ג", אז דאס איז נאר א חלק פון דעם. וממילא, אין אזא פאל וואלט איך גענוצט די הגדרה פונעם גר"ח לגבי שוטה בחגיגה ג: אז אין אזא פאל זוכט מען נישט קיינע עקסטערע הסברים פאר יעדעס איינס, און מען איז דאס מעמיד על אחת פון וואס דאס איז אלעס נובע: אנטי-אינטעלעקטשועליזם.

אזויפיל יא, לפי ווי דר. קלערענס יוּ האלמאן דעפינירט "אנטי-אינטעלעקטשועליזם", קען די פאזיציע אליינס זיין מיוסד על ראציאנאלע טענות. ובאנו לענין קאנסעקווענטשיא מיראַבּיליס: מ'נוצט חכמה/ריִזען אפצופרעגן די ווערט פון חכמה/ריִזען.
הארמאן.jpg
און דאס קען טאקע גיין אין איינקלאנג מיט די חרדי'שע שטיצע פאר טראמפּ, וואס ווי ארויסגעברענגט, גייט אין איינקלאנג מיט טראמפּ'ס פּאַפּוליסט מהלך, וואס איז כולל אנטי-אינטעלעקטשועליזם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
דוד הלוי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2024 6:50 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: אונזער געמיינדע און אנטי-אינטעלעקטשועליזם

שליחה דורך דוד הלוי »

אין מיין הודעה האב איך נישט געשטעלט קיין מיינונג אלזא מיט וועם דינגט איר זיך?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: אונזער געמיינדע און אנטי-אינטעלעקטשועליזם

שליחה דורך קהל'ס נער »

מען דארף געדענקען אז סייענס איז נישט די בי אלל ענד ענד אלל, סייענס איז באזירט אויף דעטערמעניזם וואס איז נישט מער פון א הנחה אז די וועלט איז א סיסטעמאטישע פלאץ.
מילא איינער וואס נעמט נישט אן די הנחה פון דעטערמעניזם, ווערט נאך נישט קיין אנטי איטעלעקטואל.

(כאטש וואס אבער די סיבה פארוואס חרדים זענען אנטי-סייענס איז נישט ווייל אונז/זיי פארשטייען אז דעטערמאניזם איז א הנחה, נאר ווייל זיי זענען אנטי-אינטעלעקטואלן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט