בלאט 2 פון 4

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:49 pm
דורך טוב ויפה
א דאנק מנהלים, אחראים וכו' כה לחי

Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:05 pm
דורך לאשיצער
    איך הער.. האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:10 pm פארוואס קען איך נישט אריינסיינען פון טעפטאלק?

    צוויי סיבות:
    (א) די יעצטיגע סייט וואלט שוין געדארפט ארבעטן געהעריג אויף קלענערע סקרינס אין א בראוזער. קען מען זיך באגיין אן א באזונדערן עפפ.
    (ב) די עקספערטן איבער phpBB (אונזער סאפטוועיר) האבן כמעט איינשטימיג גע'פסל'ט טאפאטאק צוליב זיכערקייט פראבלעמען. אויף וויפל איך ווייס קען מען דערפאר אפילו נישט אינסטאלירן טאפאטאק מיט די נייסטע ווערסיעס phpBB.

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:18 pm
    דורך לאשיצער
    שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.

    אייוועלט ניצט אן אנדערע עקסטענשאן פאר זייערע לייקס. כ'דארף זען צי ס'איז מעגליך אריבערצופירן די דעיטא פון איין עקסטענשאן אין א צווייטן.

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:33 pm
    דורך ששון ושמחה
    אההההה....! ממש א מחיה!!

    א גרויסן ישר כח @מנהל און @לאשיצער

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:36 pm
    דורך שפילער
    שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.
    איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:26 am
    דורך קהל'ס נער
    שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.
    איך האב בעסער ליב די סיסטעם איך וויל זעהן ווער ס׳האט געלייקט

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:28 am
    דורך שמעקעדיג
    שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:36 pm
    שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.
    איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט
    אויב וועסטו עפענען ק"ש אויף א טעלעפאן וועסטו זעהן וואס איך מיין.
    אויפ'ן ווינדאוס בראוזער איז עס זייער שיין מסודר.

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:14 am
    דורך שערי יושר
    סאיז געשמאק אבער טעפטאלק איז בעסער

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:40 am
    דורך די אנדערע זייט
    זייער שיין, און א גרויסע ש'כח
    גאט וואס האט באשאפען די גאנצע וועלט זאל אייך באצאלען

    נאר איין שאלה: ס'איז דא א חילוק ציווישען נייע הודעות און אקטיווע אשכולות ?

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:43 am
    דורך שפילער
    שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:28 am
    שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:36 pm
    שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 8:40 pm למעשה האב איך ליב די סיסטעם פון אייוועלט בעסער, דהיינו א באזונדערע לייק קנעפל און דערינען די סכום לייקס וואס די תגובה האט באקומען.
    איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט
    אויב וועסטו עפענען ק"ש אויף א טעלעפאן וועסטו זעהן וואס איך מיין.
    אויפ'ן ווינדאוס בראוזער איז עס זייער שיין מסודר.
    איך רעד פון א טעלעפאן און דאך פארשטיי איך נישט וואס דו זאגסט? דו האסט בעסער ליב די סיסטעם פון אייוועלט וואס מען קען נישט זעהן ווער ס'לייקט?

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 2:38 am
    דורך שמעקעדיג
    דא האסטו א סקרינשאט.
    וואו איז די לייק קנעפל?

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 2:40 am
    דורך שמעקעדיג
    אגב, אויף די אייוועלט סיסטעם אויף א קאמפיוטער קען מען זעהן אלע וואס האבן געלייקט דורך "האווערן" די מייזל העכער די לייק קנעפל. אבער אויף א מאביל בראוזער ביסטו טאקע סטאק.

    למעשה איז די אייוועלט און אידטיש סיסטעם מער "קליען".

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 3:23 am
    דורך berlbalaguleh
    שמעקעדיג: אלס "געוועזענער" חבר ה'קאווע שטיבל (קיינמאל נישט געווען) מעג איך דיר זאגן א ביסל מוסר. וואס קריטיקירסטו?! זיי צופרידן אז מ'האט דיר צוגעשטעלט אזא שיינע און פארבעסערטע פארם פון דעם וועב-סייט.

    דער אייבישטער זאל העלפן אז ס'זאל מאריך ימים ונשים זיין עד ביאת גואל צדק בב"א אמן. און אפשר נאך ווייטער. נאר אין ביהמ"ק 'עט מען נישט מעגן ארייברענגען קיין שום סמארטפאונס.

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 8:39 am
    דורך וואשער
    עס זעט אויס ווי מען האט פארמישט שלום עליכם מיט די איבעריגע פאר געסט צו קענען זען
    איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל צי קענען ליינען און יעצט......

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:59 pm
    דורך לאשיצער
    וואשער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 8:39 am עס זעט אויס ווי מען האט פארמישט שלום עליכם מיט די איבעריגע פאר געסט צו קענען זען
    איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל צי קענען ליינען און יעצט......
    פארראכטן

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:42 pm
    דורך שפילער
    שמעקעדיג האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 2:38 am דא האסטו א סקרינשאט.
    וואו איז די לייק קנעפל?
    שמעקעדיג טייערער ווי ס'קיקט אויס זענט איר נישט געווען אריינגעסיינט ביים מאכן די סקרינשאט

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:44 pm
    דורך שפילער
    IMG_20231013_134405_170.jpg

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 7:17 pm
    דורך הרב שיף
    פלעגט אלעמאל זיין א לינק צו אקטיווע אשכולות וואס איז נעלם געווארן.

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 9:26 pm
    דורך berlbalaguleh
    הרב שיף: קליק אויף "קוויק לינקס". וועט ארויפקומען..."עקטיוו טאפיקס".

    די ענדזשיניערן וועלכע האבן פארבעסערט דעם קאווע שטיבל האבן ברוב חכמתם באשלאסן אז ס'איז בעסער אזוי. ווייל זיי געבן דיר נאך 6 אנדערע אפשינס...!

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 9:49 pm
    דורך שפילער
    berlbalaguleh האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 9:26 pm הרב שיף: קליק אויף "קוויק לינקס". וועט ארויפקומען..."עקטיוו טאפיקס".

    די ענדזשיניערן וועלכע האבן פארבעסערט דעם קאווע שטיבל האבן ברוב חכמתם באשלאסן אז ס'איז בעסער אזוי. ווייל זיי געבן דיר נאך 6 אנדערע אפשינס...!
    ר' בערל מען קען טוישן די שפראך אויף קאווע שטיבל אז סזאל זיין אין יודיש

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:10 pm
    דורך berlbalaguleh
    שפילער: ייש"כ. פאר מיר דארף מען (שוין) נישט וועגן 2 טעמים.איינס. איך קען ענגליש. ועוד. איך גיי שוין אט אט...!

    נאר ביזדערווייל פרוביר איך אריינצוכאפן. אזוי ווי איינער עסט מיר מער אפעטיט ביי די סעודה המפסקת...לאל

    Re: ברוכים הבאים צום פארבעסערטן קאווע שטיבל

    נשלח: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 10:36 pm
    דורך מר. קלונימוס
    ווען איך גיי צו לעצטע תגובה מיט דרוקן די רויטע באקסל נעמט מיר עס יעצט צו אלטע תגובות וואס איך האב שוין געהאט געליינט.
    אשכול אינדרויסן זאגט יעצט די לעצטע הודעה אנשטאט ווי ביז יעצט ווען די אשכול איז געעפנט געווארן.
    פאר מיר איז די סייט ערגער געווארן נישט בעסער.