Re: ובחנוני נא בזאת
נשלח: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 7:42 pm
דאס אז יענער ניצט דוקא א רעליגיעזער ספר איז נישט קיין ראיה אז ס'ארבעט דוקא מיט רעליגיעזער ספרים.
אבער מ'זעהט אין ספרים אז מ'קען אמאל זעהן דוקא דורך די תורה, [צוהר תעשה לתיבה של תורה ותפילה, לראות ולהסתכל עמה מראש העולם ועד סופו. אור המאיר. בשלח) ועיין דגל מחנה אפרים (יתרו ד"ה ויש בזה): ובפירוש אמר (הבעש"ט) לבקש מהאותיות, היינו מסוד אור האלוהות אשר בתוכם, ולבקש משם, והבן. עכ"ל
די תורה איז א ענטעטי פאר זיך, זי דאווענט פאר אונז, זי וויינט ווען מ'לערנט זי נישט, באקלאגט זיך ווען מ'פאלגט זי נישט. (אסאך רעליגיע'ס האבן אזעליכע בּעליעף'ס להבדיל, אפי' אייוואסקא איז אויך א כמו גוטע מאמע וואס ווייזט דיך וואס דו ווילסט זעהן.)
דאס אלעס איז בכלל נישט קיין ראיה אז תורה איז מסיני, און אז גאט איז מסכים מיט יעדע מצוה וואס שטייט דארטן.
ווינדער'סט זיך ווי אזוי ס'קען זיין? פונקט ווי דו האסט בחירה צו ניצן אלע דיינע כוחות, רוחניות'דיגע כוחות האבן אויך בחירה צו ניצן זייערע כוחות, (אהן אריינגיין אין די סתירה אויב מלאכים האבן בחירה).
---
ס'זעהט מיך אויס ווי כ'בין זיך נישט גענוג מסביר, ווייל זאכן וואס כ'מיין אז כ'האב עס שוין מסביר געוועהן ווערט דערנאך איבערגעפרעגט.
סאו כ'וועל עס לאזן פאר אנדערע הגדולים ממנו בחכמה. אדער גוגל דעם נושא.