מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך תניא בניחותא »

אלפא האט געשריבן: געהערט סיי פון א שלום בית עסקן און סיי פון א פראמינענטע טעראפיסט (- און עס איז קאמאן סענס אויך..) אז די פראבלעם ליגט אין די gap וואס שאפט זיך צווישן ד צוויי ג'ענדערס און די לעוועל פון חינוך וואס זיי באקומען.

בעת די מיידלעך באקומען א מער-ווייניגער געלונגענע חינוך וי זיי ווערן קלוג און רייף (מניות איז א נושא פאר זיך..), באקומען בחורים אן אויסגעדראשענע באנק צו קוועטשן און קוועטשן ביז זיי ווערן טאקע אינגאנצן צוקוועטשט.
נישט קיין חכמה, נישט קיין לייף סקילס אדער עקספיריענס, נישט קיין סאציאלע סקילס, נישט קיין דזשאב, און ניטאמאל הלכות שבת קען ער אזוי גוט ווי זי.. - קומען אן נאך די חתונה ווי א יון אין חרן, זיי הייבן נישט אן צו וויסן וויאזוי צו האנדלען דאס לעבן/ווייב/פרנסה... און צו דעם אלעם דארף נאך די ווייב 'ארויפקוקן' אויף אים, אים שעצן, אים צושטעלן אלעס, ח"ו נישט מוסר זאגן.

עד שיפוח היום וואס זיי האבן געזאגט - גענוג איז גענוג - עס איז אזא סובקאנשעס החלטה אריינגעקומען צו די מיידלעך דורך זייער חתונה געהאטע -פארשקלאפטע- חבר'טעס.

נ.ב. די ראטע פון גיטין איז אויך העכער במקצת לכבוד דעם...

אבי גערעדט, איך ווער נאך נישט נתפעל פון די גרויסע הארעוואניע וואס די מיידלעך לייגן אריין ביי די פיינעלס, און אויך נישט פון די גרויסע גאונות פון אפאר פעידג’עס נאוטס מיט פסקי הלכות.
עני עוורידש בחור וואס לערנט גמרא תוספות אפי’ נאר אפאר שעה אין טאג, אדער סיי וועלכע מקצוע אין שו”ע פון אינעווייניג קען מער לערנען פון א 100% מיידל.
יא, אביסל ידיעות, היסטאריע, און די נעמען פון אלע קינדער פונעם טשערנאבלער מגיד קענען זיי בעסער פון בחורים, ווייל בחורים פאוקעסן נישט אויף טרוקענע הלכות וכדו’.
[NAMELESS]

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך [NAMELESS] »

א העלטי מיידל וויל חתונה האבן.

זי וויל נישט חתונה האבן צו וועם דער נארישער עסקן שדכן האלט אז זי מוז חתונה האבן אבער דעס מיינט נישט אז זי וויל נישט חתונה האבן.

לאוו דארף זי און א רעכט האט זי זיך צו וועלן פון וועם זי וויל עס באקומען.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך כספי »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:56 pm בחורים הייראטן פאר בערך די זעלבע סיבות וואס מיידלעך הייראטן
און וואס איז דאס? קאמיטמענט?

פארוואס זאל א יונג וואס האט וואס ער וויל מכל הבא ליד, אויפגעבן זיין הפקר'דיגן לעבן, און זיך מחייב זיין צו א פרוי און קינדער פרנסה וכו'?

אדער איז עס לאוו (וואס פארבלענדעט עם, און ער איז גרייט אלעס אויפצוגעבן כדי צו זיין מיטן באליבטן א-י-י-ב-י-ג...), אדער איז עס כדי צו זיין א אדם מן הישוב, ניין?
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט