בלאט 2 פון 2
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:20 am
דורך ברוך שפינוזה
וואלווי האט געשריבן:
בעל אחריות האט געשריבן:
איינער ווייסט וואס איז פשט פון ברוך'ס קראש אויף נטורי קרתא מעמבער'ס?
ס'איז אזא מין bad boy bad girl זאך....
יא, איך גיי בענענעס פאר bad boys, אלץ קינד פלעג איך זייער ליעב האבן מעשיות איבער קרימינאלן, די ערגסטע טייל פון די מעשה פלעגט אלץ זיין ווען מ'האט איהם געכאפט און איינגעזעצט... אפשר קען איינער געבן א פסיכאלאגישע אנאליז דערויף.
Bad boys bad boys, whacha gonna do, oh whacha gonna do when they come for you
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:53 am
דורך ברוך שפינוזה
שעפטאל האט געשריבן:אסטראלאג: קוקסט אויס באהאוונט אין די נעמען.
אפשר עפען אן אשכול מיט בילדער און נעמען פון אלע נטורי קרתא?
גם אני מצטרף להנ"ל.
@אסטראלאג אפשר קענסטו עפענען אן אשכול איבער די היסטאריע פון די נטורי קרתא אין אמעריקע, ווער זענען אירע גרינדער? וויאזוי האבן זיי געצויגן מעמבערס איבער די יארן? ווער זענען די עיקר משפחות דארט? וויפיל מעמבערס ציילן זיי זיך? א.א.וו. ס'מיר זייער אינטערעסאנט, און איך בין זיכער פאר אנדערע אויך, אינאיינוועגס וועסטו אויך קענען אריינשטופן דיינע טראללערייען און לויבפרייזונג פון דיעס קבוצה, זה נהנה וזה נהנה.
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 11:17 am
דורך אלע צוזאמען
בעל אחריות האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:18 pm
איינער ווייסט וואס איז פשט פון ברוך'ס קראש אויף נטורי קרתא מעמבער'ס?
ער קומט פון דארט.
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:18 pm
דורך ברוך שפינוזה
נו גילוי
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:48 am
דורך נאזבאם
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 1:53 am
שעפטאל האט געשריבן:אסטראלאג: קוקסט אויס באהאוונט אין די נעמען.
אפשר עפען אן אשכול מיט בילדער און נעמען פון אלע נטורי קרתא?
גם אני מצטרף להנ"ל.
@אסטראלאג אפשר קענסטו עפענען אן אשכול איבער די היסטאריע פון די נטורי קרתא אין אמעריקע, ווער זענען אירע גרינדער? וויאזוי האבן זיי געצויגן מעמבערס איבער די יארן? ווער זענען די עיקר משפחות דארט? וויפיל מעמבערס ציילן זיי זיך? א.א.וו. ס'מיר זייער אינטערעסאנט, און איך בין זיכער פאר אנדערע אויך, אינאיינוועגס וועסטו אויך קענען אריינשטופן דיינע טראללערייען און לויבפרייזונג פון דיעס קבוצה, זה נהנה וזה נהנה.
אויב די עפנטס נאך אן אשכול איבער נטורא קרתא מיין'ך אז צום סוף וועט מען דארפן צו בויען אן עקסטרע @קאוועשטיבל.קאם
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:17 pm
דורך [NAMELESS]
ווער קען אריינקומען מיט די דיטעלעס פין דעם ווייס האריגען שלעגער?
ווער איז דאס?
פין ווען שלאגט ער שוין?
האט נטורי קרתא אייגענע טרעניג קעמפס זיך צי לערנען שלאגן, אדער פארן זיי אראפ צי כאמאס'ס טרעניג קעמפס אין עזה?
@אסטראלאג עני העלפ?
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:34 pm
דורך berlbalaguleh
טשאדעלע באדעלע: כ'האב געוואלט שרייבן איינס און א גוטס. נאר איך בין זיכער אז דער מנהל וועט עס אויסמעקן...שוין. זיי דארפן טרעינינג קעמפס וואו מ'לערנט זיך צו נעמען א שויער (לכה"פ) איינמאל א וואך. כדי מ'זאלל נישט סרחנ'ען פון (פארדארבענע) שווייס און אנדערע געשמאקע גרוכ'ן...!
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:37 pm
דורך אסטראלאג
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:17 pm
ווער קען אריינקומען מיט די דיטעלעס פין דעם ווייס האריגען שלעגער?
ווער איז דאס?
פין ווען שלאגט ער שוין?
האט נטורי קרתא אייגענע טרעניג קעמפס זיך צי לערנען שלאגן, אדער פארן זיי אראפ צי כאמאס'ס טרעניג קעמפס אין עזה?
@אסטראלאג עני העלפ?
מיר האבן אלעס מיטגעהאלטן, נאכדעם וואס דער אינגערמאן איז געשטאנען פאר א צעהן מינוט און אוועקגעכאפט סיינס, און געשלאגן דער איד מיט די ווייסע בארד, האט ער אים דער עלטערע איד ארויסגעשטיפט אז ער זאל נישט ווייטער אנדרייען מיט זיין רשעות.
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:46 pm
דורך סקעפטיקער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:17 pm
ווער קען אריינקומען מיט די דיטעלעס פין דעם ווייס האריגען שלעגער?
ווער איז דאס?
פין ווען שלאגט ער שוין?
האט נטורי קרתא אייגענע טרעניג קעמפס זיך צי לערנען שלאגן, אדער פארן זיי אראפ צי כאמאס'ס טרעניג קעמפס אין עזה?
@אסטראלאג עני העלפ?
יחיאל משה פאלאק
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:57 pm
דורך אסטראלאג
נישט שיין צו פארשעמען א איד ברבים. ער איז א טייערער איד.
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 7:02 pm
דורך berlbalaguleh
א טייערער איד מיט א ווייסע בארד באכעט נישט אריין אין א צווייטן איד.
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 7:05 pm
דורך אסטראלאג
אנטשולדיגט, יענער האט צוגענומען אלע סיינס, און געשלאגן, יענער האט נישט אויפגעהערט מיט זיין ציוניסטישע רשעות.
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 7:07 pm
דורך דערהויבענע איד
אסטראלאג האט געשריבן: ↑
נישט שיין צו פארשעמען א איד ברבים. ער איז א טייערער איד.
לSHIטתך איז ער א טייערע איד וואס האט גוט געטון, טא פארוואס מעג מען נישט וויסן איבער זיינע מצוות ומעשים טובים?
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 5:23 am
דורך [NAMELESS]
אסטראלאג האט געשריבן: ↑
אנטשולדיגט, יענער האט צוגענומען אלע סיינס, און געשלאגן, יענער האט נישט אויפגעהערט מיט זיין ציוניסטישע רשעות.
דער ווידעא צייגט אנדערש. דער ווידעא צייגט ווי עמיצער נעמט אוועק דעם שענדליכן סיין, און דער זקן הייבט אן גיין הענט.
ווען ער וואלט געהאלטן א 'קווירס פאר פאלעסטיין' סיין וואלט איך פארשטאנען אז מען טאר עס נישט אוועקנעמען, אבער דארט האט ער געהאלטן א האקנקרייץ וואס ווערט אנגערופן ווייאלענס ווען מען האלט עס, אלזא קומט אויס אז דער זקן ממרא האט אנגעהויבן.
ס'זעט נישט אויס ווי דו ביסט באמת באהאוונט אין עניני נטורי קרתא ווייל דו ענטפערסט נישט וואס מען פרעגט דיר בנוגע זיי, און דו ביסט נאר דא צו טראללן.
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:30 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 05, 2023 6:34 pm
טשאדעלע באדעלע: כ'האב געוואלט שרייבן איינס און א גוטס. נאר איך בין זיכער אז דער מנהל וועט עס אויסמעקן...שוין. זיי דארפן טרעינינג קעמפס וואו מ'לערנט זיך צו נעמען א שויער (לכה"פ) איינמאל א וואך. כדי מ'זאלל נישט סרחנ'ען פון (פארדארבענע) שווייס און אנדערע געשמאקע גרוכ'ן...!
ר' בערל, שוין לאנג געוואלט מאכן מיט דיר א אינטערוויו איבער די שטינקעדיגע חברה (כלשונך). ווען האסטו געשמעקט די נטורי קרתא חברה, וואס איז געווען די מעשה? האסט געשמעקט יעדן אינדיווידואל באזונדער אדער אלע צוזאמען קאלעקטיוולי בסקירה אחת? וועלכע חלק פונעם גוף האסטו געשמעקט? די חברה האבן זיך גערן געלאזט אויסשמעקן אדער דו האסט עס ארויפגעצווינגען אויף זיי מיט געוואלד? ווי אזוי ביסטו ארויפגעקומען אויף די גענויע צאל שויערס וואס זיי נעמען, און ווי אפט? און בכלל, אויב גייען זיי מהיום והלאה אנהייבן נעמען טעגליכע שויערס מיט פיינע שמעקעדיגע זייף, גייט דיין התנגדות אקעגן זיי ווערן עטוואס ווייניגער?
זיידע לעבן, איך האב דיר געפרעגט פיר קשיות וכו' (פאר מער, קוקט אין מיין חתימה)...
Re: ווער ביזטו דוד מאיר פעלדמאן?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 2:12 pm
דורך berlbalaguleh
דער ענטפער איז צוויי ווערטער. נאר מ'קען עס נישט ארויסשרייבן דא אויף קאווע שטיבל. אפשר אויף פאליש אדער אויף איי-וועלט יא...!
או.קעי. 4 ווערטער. די זעלבע וואס דער מונקאטשער רב זצ"ל דער בעל מנחת אלעזר האט געענטפערט פאר א גערער "חסיד"...!
קוק (ניין נישט הרב קוק---) אריין אין פסוק 'עסטו האבן דעם ענטפער.
דרשת הרב פעלדמאן שליט״א
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 11:49 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איינע פון די הונדערטע פאזעטיווע קאמענטס דא:
This Rabbi is a good human being and a hero, thank you for your support we as muslims respect Jews