בלאט 2 פון 4

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 9:22 pm
דורך עמרם
צועקים וזועקים האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:00 pm איינער האט די ווידיא?
נבלה נעשתה בישראל !!
פאלגענד איז די ביטערע ווידיאו ווי מ'זעהט ליידער אזעלכע וואס זענען אנגעטוהן ווי היימישע אידן, און פאריפן זיך אלץ די סאמע פרומסטע וואס כלל ישראל פארמאגט, זענען דארעך געפאלן אין די זעלבע עבירה ווי די אנשי דור המבול, און ליידער דארעך געפירט א גניבה אויף א ווערדפולע פארמעגן, און מיט דעם ארויסגערופן אז זיי זענען ח''ו נישט צוגעבינדען צו די תורה, און טוהן ככל העולה כל רוחם רח''ל, און מחלל שם שמים געווען,

כלל ישראל רופט אויס: אונז האבן נישט קיין חלק מיט אט די געמיינע יונגען, און אונז זענען חלילה נישט מסכים מיט זייערע שלעכטע פעולות,


Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 9:25 pm
דורך סקעפטיקער
די ווידיא איז שנעל און עס איז שווער צו זעהן ווער די מענטשן זענען

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 9:31 pm
דורך אוהב ספרים
די ווידיאו זעהט אויס עמטליך געכאפט ביי די וואנזיניגע חברה

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 9:38 pm
דורך קאשנער
פארוואס יעדע יאר דווקא ביי הצלחה? וואס טוט זיך מיט אנדערע גראסעריס?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 9:39 pm
דורך אייביג פרייליך
עס איז דא צוויי נושאים וואס איך וויל דא אנרירען
איינס איז אז די התאחדות הרבנים האבען א רככו צו אסערען וואס זיי ווילען ווייל אויסער זייערע קעלבלעך טוט רוב כלל ישראל נישט צוהערען וואס זיי האבען צו זאגען ! אין ענגליש איז א ווארט ״ live and let live “ דו ווילסט נישט ליינען ליין נישט אבער ווער עס ויל זאל ליינען !
איך פערזענלעך ליין יעדער וואך אלעס , אנגעהויבען פין די איד , בלאט וכו׳ ביז די המודיע , עמי , משפחה וכו׳ ! איך בין א עכט חסידישע איד אין עס האט נאר פארברייטערט מיין ידועות אין אלעס וואס גייט פאר אין די חרדישע וועלט
והשנית גניבה איז שוין לאנג פארבינדען מיט זייער טעראר אקעגען אלע וואס גיין נישט אין זייער שיטה , איך געדענק אין די ל׳ יארען פלעגען כמעט יעדען טאג קומען קיין בארא פארק אין גיין צעפליקען אלע מארגען זורנאל צייטאגען אין מאכען שאדען פאר היימישע סטארס וואס האבען עס פארקויפט ! עס איז די זעלבע חיות פין די זעלבע חדר !!!

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 9:57 pm
דורך האניג
וואו האבן זיי געטראגן די אלע צייטונגען? וואו?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:11 pm
דורך סתם אזוי
געדענק איך נאך ווי די זעלבע חברה פלעגן מסדר זיין דער בלאט אויפן זעלבן מהלך...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:17 pm
דורך אפטימיסטיש
געדענק איך נאך ווען די זעלבע חברה האבן ארויסגע'גנב'ט די קאמאן קאור ביכער פון מוסדות סאטמאר אינמיטן העלן טאג


Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:19 pm
דורך אפטימיסטיש
אין א באזונדערע אינצידענט האבן זיי זיך איינגעבראכן אין ת"ת סאטמאר אויף טרופ צו פלינדערן ביכער

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:22 pm
דורך אפטימיסטיש

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:25 pm
דורך שמעקעדיג
צוביסלעך זעהט מען קלאר אז אונזער חינוך ווערט איקוויווילענט צו די פובליק סקול...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:31 pm
דורך אפטימיסטיש
מנחם מנדל האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 6:30 pm דאס איז נאך פון די מצוות וואס קומען פאר אין די שטאט "וויליאמסבורג"

אגב אז מאלעסטארס און רוצחים מסר'ט מען נישט זאל מען פלעינע גזלנים מסר'ן?
זייט ווען איז פלינדערן פאררעכנט אלס 'גניבה'??

ביי BLM ראיאטן האט די מידיא געטענה'ט אז פלינדערן איז סך הכל א PEACEFUL PROTEST
peaceful riots.jpg
נו די דאזיגע חברה האבן אויכעט דורכגעפירט א איינפאכע PEACEFUL PROTEST

מה כל הרעש???

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:44 pm
דורך שיינע איד
איך פארשטיי נישט דער פראבלעם מיט גניבה, אז גניבה ביי חרדים איז מותר סתם אזוי איז א פאקט, ק״ו בן בנו של ק״ו אז גניבה לצורך גבוה איז מותר

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:53 pm
דורך אפטימיסטיש
כ'הייב אן שפעקולירן אז די דאזיגע ביכער גנבים זענען די זעלביגע גנבים וואס טוען טעראריזירן וויליאמסבורג מיט זייערע ביציקלעך (moped's), ווי זיי רייסן אראפ צירונג פון פריצות'דיגע פרויען וועלכע זענען זיך ל"ע מתקשט רח"ל



בקנאו את קנאתי... קנאין פוגעין בו... וואס טוט מען נישט פארן אייבערשטען

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 12:47 am
דורך berlbalaguleh
חֶנְוָנִי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:07 pm עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד אדער מאמענט
די עיקר פייט קעגן די עמי איז מעגליך צוליב וואס ס'איז א נישט סאטמארע זאך וואס איז סוסקסעספול, גאנץ זעלטן ביים חרד'ישן ציבור אין ניו יארק
אין אידישקייט איז מאמענט (וואטסעפפ בלע"ז) פיל א שוואכערע אויסגאבע לענ"ד, און די פאקט אז ס'אידיש מאכט דאס נאך פילפארביג ערגער
קען זיין התאחדות האט דאס שוין טאקע גע'אסר'ט, אבער מ'פארקויפט עס געהעריג מיין איך
חנוני: איך האב דיר געוואלט געבן א לייק. נאר דיין מיינונג איבער מאמענט לאזט מיך נישט. מאמענט איז זייער א געשמאקע, ערליכע אידישע אויסגאבע. א סאך מאל האבן זיי א ביסל "נארישע" אינטערוויוס. נאר מ'דארף עס נעמען מיט א ביסל זאלץ.

כאטש מיסודם זענען זיי א סאטמאר'ע אויסגאבע. זיי גייען אבער נישט מיט דעם געוויינליכן סאטמאר'ע "שטראם" פון אויסגעדראשענע זאצן און מיינונגען וועלכע האבן שוין לאנג צוריק עקספייערט.

שטאטס דעם געוויינליכן נוסח אין סאטמאר פון אטאקירן א יעדן איינעם וואס איז נישט פון זייער גרופ, זענען זיי מער אויף די "אינקלוסיוו" זייט. זיי פרובירן כמעט א יעדע וואך צו ברענגען עפעס פאזיטיווע נייעס סיי פון מהר"א און סיי פון מהרי"י (געוועזענע זאלי'ס). די בני יואל מיט זייער פיהרער ר' יוסל וואלדמאן שליט"א זענען זיי אינגאנצן נישט גורס. ווייל אויסער קריגערייען און מחלוקת פארקויפן זיי גארנישט.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 1:19 am
דורך מנחם מנדל
Screenshot_20240417_011815_Ivelt.jpg
אייוועלט ספינערייען בתקפו...

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 1:24 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:25 pm צוביסלעך זעהט מען קלאר אז אונזער חינוך ווערט איקוויווילענט צו די פובליק סקול...
מ'דארף שוין נישט קיין "פעטוועי"...!

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:07 am
דורך מר. קלונימוס
חֶנְוָנִי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 8:07 pm עמי אויב קוקט מען עס אן פון אן אוט אויף די באקט פערספעקטיוו, איז עס אן היבשע פרומע אויסגאבע און בכלל נישט מער ציוניסטיש ווי דער איד

:roll: :roll: :?

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 3:00 am
דורך טאמבל סאס
קאמענדער: רארי, דו ביסט אויף די פעיפער גניבה קעיס נעכטן אויף 744 בעדפארד.
רארי: פארוואס פונקט איך?
קאמענדער: ווייסטאך, גרופ ספעסיפיק קארעקטעריסטעקס: זיך פליקן די בארד ריפיטעדלי, זיך ארומדרייען די קריים סין צען מאל בעפאר די אקט און ספאטן א שווארצע זאקעלעך אין די באנדע.

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:36 am
דורך זאקן
סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 9:14 am
דורך קורץ
זאקן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:36 am סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
ביי געוויסע מענטשן איז דאס זייער 'הנאה'

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 9:46 am
דורך אפטימיסטיש
זאקן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:36 am סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה
אמר רב נחמן בר יצחק גדולה עבירה לשמה ממצוה שלא לשמה
(הוריות י:)

Re: התאחדות הרבנים אסר'ט משפחה, עמי, בינה

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2024 10:40 am
דורך שמעקעדיג
זאקן האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 8:36 am סתם בהמות, אויב די האסט שוין די תורה אין די ערד גיי טוה עפעס עבירות וואס די רעדסט זיך איין אז די גייסט האבן עפעס הנאה פון די עבירה, סתם מאכן א גניבה אויף א פאללעט עמי האבן זיי א עבירה אן קיין הנאה

זיי האלטן אז עס איז א מצוה און מצוות לאו ליהנות ניתנו...