פאלאצ'ינטא: דו ביסט נישט גערעכט. ער (דער סאטמאר'ע רבי מהרי"י) האט גערעדט זייער קלארע דיבורים . א יעדער האט געוויסט וועם ער מיינט. ועוד. ס'איז נישט שייך ער זאל זיי ארויסווארפן. זיי זענען נישט קיין חלק פון די סאטמאר'ע קהילה. נאר זיי באשמיצן דעם נאמען פון סאטמאר. ווייל זיי גייען מיט דעם סאטמאר'ן לבוש און זיי רעדן אויך אקעגן ציונות און די מדינה. און דער המון עם וואס פארשטייט נישט דעם חילוק פון סאטמאר און (להבדיל) די משוגעים פון נטורי קרתא. באשולדיגן סאטמאר אין זייערע מעשים תעתועים.
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:19 am
פלוצלינג האמיר איין "סאטמאר רבי". כ'טריי נאך צו דערגיין די פסיכאלאגיע פון די "האַס"....
בתוך עמי: דער אנדערער סאטמאר'ע רבי (כ"ק הגה"ק שליט"א) וועט נישט ארויסקומען און עפנטליך פארדאמען די משוגעים און בהמות פון נטורי קרתא, ווייל ער האט זיך שוין "אפגעבריהט". בראשית דרכו האט ער גערעדט זייער שטארק צו די זאך, נאר זיינע מתנגדים האבן אים פארדאמט און געזאגט אז ער איז נתפס לציונות (דתית). עיין די מזרחי ישיבה וואו 4 בחורים זענען דערמארדעט געווארן דורך די פאלעסטינער רוצחים, און ביי די קדושי מומביי, וואו די בהמות האבן איהם פארשריגן אז ער האט אנגערופן א ליובאוויטשער פלאץ א "מקום קדוש"...!
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 6:24 am
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
פאלאצ'ינטא: דו ביסט נישט גערעכט. ער (דער סאטמאר'ע רבי מהרי"י) האט גערעדט זייער קלארע דיבורים. א יעדער האט געוויסט וועם ער מיינט. ועוד, ס'איז נישט שייך ער זאל זיי ארויסווארפן, זיי זענען נישט קיין חלק פון די סאטמאר'ע קהלה, נאר זיי באשמיצן דעם נאמען פון סאטמאר.
דער פראבלעם איז אז זיי זענען באמת יא סאטמארע און זייער גאנצע מהלך איז די סאטמערע שיט-ה נאר זיי זענען להבדיל בין (טומאה לטהרה) מער פארפרומט זיי נוצן דאך די סאטמארע סלאגען "רבינו סר מן הדרך".
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:57 am
דורך דערהויבענע איד
יעפ, ס'דערמאנט מיר ווען כ'האב איינעם געפרעגט היתכן מ'קען נישט אוועקשטעלן א רעלייעבל בית דין, האט ער מיר גענפערט אז וואס זאל מען טון אז בי''ד האט נישט קיין כוח היינט.
פארשטייסט, פאר ווייבער נישט שערן און פאר מענער יא שערן, קען מען פיין קאנטראלירן די מצב און מאכן זיכער אז יענער גייט מיט די פארגעשריבענע העיר סטייל. סמארטפאונ'ס מיט שגץ בייקס האט מען די ציבור ביי די ביצים, ס'קומט אבער צו איינע פון די שבע מצוות בני נוח, קען מען גארנישט טון, ווייל ס'איז נישטא קיין כוח בית דין היינט.
נו נו.
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:19 pm
דורך עלם ועלמיא
משה אריה פרידמן אין נייע אינטערוויו אויף Al Jazeera
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:21 pm
דורך עלם ועלמיא
מנהיג נטורי קרתא בוינה ואנטוורפן מראשי סאטמאר לשעבר בן אחיו של משה גבאי פתח במערכה נגד מציצה בפה בבלגיה
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 9:19 am
פלוצלינג האמיר איין ״סאטמאר רבי״. כ׳טריי נאך צו דערגיין די פסיכאלאגיע פון די ״האַס״....
בתוך עמי: במחכת"ה דראפעסט דו דיך אויף די גראדע ווענט.
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: ↑
דער פראבלעם איז אז זיי זענען באמת יא סאטמארע און זייער גאנצע מהלך איז די סאטמערע שיט-ה נאר זיי זענען להבדיל בין (טומאה לטהרה) מער פארפרומט זיי נוצן דאך די סאטמארע סלאגען "רבינו סר מן הדרך".
פאלאצ'ינטא: דו ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. דער אומ-אפגעפרעגטער פאקט בלייבט אז דער סאטמער'ע רבי הרב יואל טייטלבוים זצ"ל האט זיי קיינמאל נישט אנערקענט, ווייל זייער דרך איז בכלל נישט אויסגעהאלטן. זייער גרופ באשטייט דאך פון בעלי תשובה און עמי הארץ, וועלכע קענען נישט מבחין זיין אין די דקות'דיגע חילוקים פון התנגדות צו ציונות און חבר'ן זיך און קושן זיך מיט די אראבישע רוצחים.
ס'מעגליך אז היינט אין סאטמאר זענען דא אומ-וויסנדע מענטשן וועלכע האלטן אז די סאטמאר'ע שיטה מיט נטורי קרתא איז איינס און די זעלבע, טאקע דערפאר איז א דבר בעתו אז דער סאטמאר'ע רבי רז"ל שליט"א האט געלאזט הערן זיין קלארע מיינונג איבער דעם גאנצן ענין.
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:17 am
דורך פוילישע פעפער
ווער איז משה אריה פרידמאן?
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:18 am
דורך געטרייע טאטע
א געוועזענע חסיד
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:19 am
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:50 pm
מהר"עליו השלום מסאטמאר זאגט: זיי טוען אן קיין מסורה און אויף דער אייגענער האנט.
-א פאלנער ליגענט.
רביה"ק מסאטמאר זי"ע
הגה"ק מוואווידעסלאוב זצ"ל
הגה"ק ממאנטיוועדעא זצ"ל
הגה"ק רבי עמרם בלויא זצ"ל
הגה"ק רבי משה בער בעק זצ"ל
הגה"ק רבי משה הירש זצ"ל
הגה"ק רבי יואל מארגענשטערן זצ"ל
און די רבנים שליט"א:
הגה"צ מקרעמניץ שליט"א
הגה"צ רבי אלחנן בעק שליט"א
הגה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א
הגה"צ רבי משה זאב זארגער שליט"א
און נאך אסאך
די אלע פלעגן זיך אליינס באטייליגען, פראקלאמירן אז מען זאל גיין, און ארויסווייזען שטיצע ווען אימער.
און נאך פילע גרויסע מנהיגי ישראל וואס פלעגן שטיצן און שטיצן אט די הייליגע ארגאניזאציע .
די גרעסטע דזשאוק איז הגה"ק ר' משה הירש מנטורי קרתא. א גאון און א קדוש קושט זיך מיט דעם ארכי רוצח יאסיר אראפאט?!
אויך. דיין ליצנות אויפ'ן סאטמאר'ע רבי שליט"א. איך וויל נישט אויסרעכענען אפילו מקצת שבחם פון דיינע טיטלען וואס דו פארדינסט...!
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:48 am
דורך berlbalaguleh
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:17 am
ווער איז משה אריה פרידמאן?
שלום עליכם: דו האסט געוואוינט אויף די לבנה?! משה אריה פרידמאן איז אלעס א געוועזענער. א געוועזענער נטורי קרתא. א געוועזענער חסיד. און נאך א פאר געוועזענע פאזיציעס וואס פאסן זיך פאר איהם.
לויט ווי איך שאץ איהם אפ איז ער א שטארק טאלאנטירטער, אומבאלאנסירטער מענטש וועלכער רעדט עטליכע שפראכן און ער ערשיינט אויף די לאקאלע און אינטערנאציאנאלע מידיא. אפילו אויף אל-דזשאזירא האט ער געהאט אן אינטערוויו. דער פראבלעם איז אז ער רעדט צוזאם שטותים והבלים. און ער ווייסט נשט וואס דער רעאליסטישער מצב איז. אפילו לגבי ארץ ישראל און די מלחמה.
דער אראבישער (ענגליש רעדנדער) האוסט האט איהם עטליכע מאל געדארפט דערמאנען אז ער זאל ענטפערן אויף די שאלות צו דער זאך. ס'איז געווען אן עניין פון טענו בחיטים והודה לו בשעורים.
Re: סאטמאר רבי פארדאמט נטורי קרתא
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:22 pm
דורך סקעפטיקער
פוילישע פעפער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 7:17 am
ווער איז משה אריה פרידמאן?