בלאט 2 פון 6

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 7:08 pm
דורך שמן למאור
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:06 am @שמן למאור סליפקין ברעכט זיך אויך קאפ, עפעס א תירוץ טרעפט ער
כ'מיין אז די קשיא איז שטערקער פון זיינע תירוצים.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 7:51 pm
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 7:06 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 1:48 am די צווייטע וועלט מלחמה איז געוועהן פאר הקמת המדינה, טאקע אט די שמחת תורה שחיטה איז נאך א הוכחה ווי וויכטיג די מדינה איז, די עזתים וואלטן איבערגעמאכט די קרעמעטוריומס און טויט לאגערן ווען זיי קענען ווען, א דאנק די מדינה האבן זיי נישט געקענט שחט׳ן מער פון ארום 1500 אידן הי״ד, ווערסוס די האלעקאוסט ווי מען האט געהרג׳ט 6 מיליאן יודן.

די רעיון פון הקמת המדינה איז נישט געוועהן אפצושטעלן אנטיסעמיטיזם, די ציל איז געוועהן צי באשיצען יודן, און מיט דעים זענען זיי היבש סוקסעספול, און אפילו מיט זייערע דורכפעלער שטייען זיי זעקס טויזענט מאל בעסער ווי אן א מדינה. (טויזענט קרבנות ווס. זעקס מיליאן קרבנות)
אין אמעריקע איז קיין 1,000 אויך נישט אויסגע'הרג'עט געווארן. אין די פרייע וועלט קען מען רואיג לעבן, עס פעלט נישט אויס קיין מדינה.
די האלאקאוסט פראווס יו ווראנג

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:04 pm
דורך berlbalaguleh
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 12:10 am
שמן למאור האט געשריבן: אבער דו הערצל, דו בן גריון, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? האסט טאקע געמיינט אז מיט דיין מדינה'לע וועט זיך אנטיסעמעטיזם אויפהערן?

דא ליגט דיין טעות. דו מיינסט טאקע אז אהן די מדינה'לע וואלט זיך אנטיסעמיטיזם אויפגעהערט?
פונקט פארקערט! זיי, אנערקענענדיג אז אנטיסעמיטיזם האט נישט קיין הייל מיטל, און אז עס וועט זיך קיינמאל נישט אויפהערן, האבן מחליט געווען צו ענדערש בויען אן אייגן לאנד ווי איידער צו זיין אנגעוואנדן אין די גוטהארציגקייט פון די פעלקער.
פונדאמענטאל: ייש"כ. איך פרעג אייביג די (שווערע/קלאץ) קשיא... וואס איז געווען די סיבה פאר די אנטיסעמיטישע פאגראמען און רציחות איף אידן נאך פאר ציוניזם איז געבוירן געווארן? ווער איז שולדיג געווען אין די פאגראמען פון די קרייצ-ציגלער אין די יארן ארום שנת ד' אלפים תתנ"ו און די גזירות ת"ח. ות"ט. ווען ס'זענען נאכנישט געווען קיין ציונים. און א מדינה איז אוודאי נישט געווען.

נאר ס'זענען דא פסוקים אין די תורה שבכתב (פ' האזינו.) און אין תורה שבע"פ. אין פסוק שטייט ...הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב...!

אויך די גמ' זאגט..."למה נקרא שמה סיני. מפני שמשם ירדה שנאה לעולם
(על ישראל)

הלואי די דיפלאמאטישע פיהרערס פון מדינת ישראל, פונקט אזוי ווי די סאטמאר'ער אידן זאללן דאס וועללן פארשטיין. אז ס'וועט גארנישט העלפן קיין שום דיפלאמאטיע. און אז אויב די מדינה זאלל (ח"ו) בטל ווערן וועט זיך דאס אנטיסעמיטיזם נישט אויפהערן. נאר בביאת גואל צדק בב"א. (עיין בעל הטורים סוף פ' חיי שרה עה"פ על פני כל אחיו נפל. סמיכות הפ' ל'ואלה תולדות יצחק בן אברהם.)

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:08 pm
דורך ברוך שפינוזה
א מדינה וואלט לאו דווקא געוועהן א לעהזונג אין פאל פון א האלאקאסט, די סערבן, סאוויעטן, און פאלאקן האבן זיך אויך געהאט מדינות ביים האלאקאסט און ס'האט זיי ווייניג געהאלפן.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:57 pm
דורך שפילער
אבער דאס איז אן אינטערסאנטע דערהער אריינצוטראכטן אז די מדינה באשיצט יודן אין די גאנצע וועלט ווען נישט די מדינה וויזוי וואלט א גוי אנגעקיקט א יוד עפעס א מאדנע אמיש פאלק וואס וואוינט אין נ"י למעשה די מדינה געט אונדז אזא ריספעקט אזא

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:06 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: מ'רעדט אבער פון א מדינה מיט א שטארקע מיליטער און ווייטגרייכנדע עיר פארס און נעיווי, בחסד עליון. אזוי ווי מדינת ישראל האט (ב"ה).

הגם, די נאציס איז נישט געווען גרינג צו באזיגן. נאר בחסדי השם יתברך האט זיך אמעריקע אריינגעמישט אין די מלחמה. און זיי האבן (כמעט) אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן (בעז"ה). א זאך וואס ענגלאנד האט (עפ"י דרך הטבע) נישט געקענט באווייזן.

ס'איז נאר איין זאך א שאד. דער מסבב הסיבות האט אזוי געוואלט. אז די אטאמישע באמבעס וואס אמעריקע האט פארמאגט זענען נישט געניצט געווארן אקעגן די דייטשע עמלקים.

יא. הער שבת אחים, איך ווייס. דיינע סאציאליסטישע דעמאקראטישע ליבעראלע סענסיטיוויטעטן זענען גאר שטארק בארירט געווארן דורך אזא ראסיסט ווי איך. נאר א פאלק וואס איז געווען אדורכגעפוילט מיט רציחה און שנאת ישראל פארדינט נישט עפעס בעסער.זיי האבן אויסגעהרג'עט מיליאנען פון אונזער פאלק.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:11 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:57 pm אבער דאס איז אן אינטערסאנטע דערהער אריינצוטראכטן אז די מדינה באשיצט יודן אין די גאנצע וועלט ווען נישט די מדינה וויזוי וואלט א גוי אנגעקיקט א יוד עפעס א מאדנע אמיש פאלק וואס וואוינט אין נ"י למעשה די מדינה געט אונדז אזא ריספעקט אזא
דאס איז שוין געזאגט געווארן פון אן אנטי-ציוניסט'ישן פערספעקטיוו.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:16 pm
דורך שפילער
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:06 pm ברוך שפינוזה: מ'רעדט אבער פון א מדינה מיט א שטארקע מיליטער און ווייטגרייכנדע עיר פארס און נעיווי, בחסד עליון. אזוי ווי מדינת ישראל האט (ב"ה).

הגם, די נאציס איז נישט געווען גרינג צו באזיגן. נאר בחסדי השם יתברך האט זיך אמעריקע אריינגעמישט אין די מלחמה. און זיי האבן (כמעט) אומבאגרעניצטע מעגליכקייטן (בעז"ה). א זאך וואס ענגלאנד האט (עפ"י דרך הטבע) נישט געקענט באווייזן.

ס'איז נאר איין זאך א שאד. דער מסבב הסיבות האט אזוי געוואלט. אז די אטאמישע באמבעס וואס אמעריקע האט פארמאגט זענען נישט געניצט געווארן אקעגן די דייטשע עמלקים.

איך גלייב נישט זיי וואלטן געקענט ווארפן די אטאם אויף דייטשלאנד ווייל די עלייס ווי פראנקרייך מיט רוסלאנד וואלטן אויך געליטן דערפון

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:36 am
דורך berlbalaguleh
אז מ'רעדט שוין: ווען אמעריקע ווארפט א פאר באמבעלעך אין צענטער פון דייטשלאנד וואלט קיין איינער פון די עלייס נישט געליטן. נאר די דייטשע עמלקים.

ס'איז נאר דא איין פראבלעם. מ'האט נישט געקענט ווארפן קיין אטאם באמבעס אויף דייטשלאנד. ווייל הרב שבת אחים איז אקעגן דעים. ער האלט אז די דייטשע פאלק זענען פיינע, ארנטליכע מענטשן. וואס א פאר, געציילטע נאציס האבן געטון. מיט דעים קענמען נאכנישט באשולדיגן אזא וואויל פאלק. פון אומשולדיגע מענטשן.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:13 am
דורך שפילער
און אויף יאפאן לאזט שבת אחים?

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:21 am
דורך שאלתיאל
אלפא האט געשריבן:
IMG_20231109_133424_472[1].jpg

ענליך צו וואס @מי אני האט גע'טענה'ט דא והלאה

אלמלא הם: לא הייתי יושב, יחד עם רוב הציבור שלי, מובטל ולא עושה שום דבר בחיים. נהנה מהתקציבים של 'ההם' מהעבודה של 'ההם' מהשמירה של 'ההם' וגם מטנף עליהם כמו בן זומא חסר בושה.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:52 am
דורך דערהויבענע איד
אז מ'רעדט שוין, ארבעט איך טאקע אויף א ''אלמלא כ''א כסלו''...

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 3:35 pm
דורך בעל אחריות
ווען הערצל וואלט אלעס פארגעזעהן וואלט ער מסתמא נישט געגרינדעט די מדינה, אבער יעצט אז עס שוין יא דא קען איך נישט ארויס קעשן די מעקס?

די נאציאנאלע שטאלץ וואס איך באקום פון די מדינה איז אין לשער, הונדערט מאל מער ווי די רבי'ס אינגסטע קינדס חתונה אדער ווי ביידע ארמאריס צוזאמען...

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:18 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך האלט אז ס'איז יא דא א וועג צו אפהאלטן טעראר אין און ארום ארץ־ישׂראל. מען קען דאס טון מיט מאכט און מיט פעטש.

די איינציגסטע סיבה פארוואס פרימעטיווע חיות האבן געקענט אזאנס באווייזן, איז וויבאלד די ליבעראלן האבן נישט צוגעלאזט אז מען זאל אפווישן כאמאס צען יאר צוריק. און יעצט לאזן זיי נישט מען זאל אפווישן איראן און כעזבאלא ווייל אפשר וועט א צען יעריג לבנון יונגל (וואס איז שוין א האלבע טעראריסט) שטארבן. מען האט די מעגליכקייט צו זיי אפמעקן אפילו לויט די יו ען מלחמה געזעצן. גאנצע פראבלעם איז נאר מיט ליבעראלן וואס האלטן זיך פרומער ווי די יו ען.

ווער ווייסט וואס מארגן גייט זיין? אגב ווער ווייסט וואס מארגן וועט פאסירן אין ניו יארק? זאכן קענען זיך זייער שנעל טוישן.

שולדיג זענען די ליבעראלן. זיי לאזן טעראר בליען.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:20 pm
דורך דערהויבענע איד
און שולדיג זענען אויך די פאליטישע פירער פון ישראל וואס האבן נישט די ביצים צו טון וואס מ'האט צו טון. זיי קענען בארגן אפאר ביי די אלטע לינקע ראשי ממשלה.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:22 pm
דורך צוזאמגעדרייט
כ'קען נישט די אינערליכע פאליטיק אין ישראל. מען דארף אבער פארשטיין אז זיי קענען נישט טון וואס זיי ווילן. זיי דארפן ליידער שטיצע פון די וועלט.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:37 am
דורך וואלווי
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:18 pm

שולדיג זענען די ליבעראלן. זיי לאזן טעראר בליען.
סמוטריץ' און בן גביר זענען נישט קיין ליבאראלן

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:51 am
דורך שעפטאל
שלום וברכה צוזאמגעדרייט!!!
יהא בואכם לברכה!!!
טא סטעי !!!

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:55 am
דורך צוזאמגעדרייט
@וואלווי איך באציה זיך צו ליבעראלן פון די וועלט וואס דרוקן אויף מדינת ישראל.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:56 am
דורך וואלווי
און איך רעד פון די רעכטע וואס שטערן די מדינה און אלי יודען ארום די וועלט מיט זייער ראסיזם

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:17 am
דורך בר גיורא
צוזאמגעדרייט האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:18 pm איך האלט אז ס'איז יא דא א וועג צו אפהאלטן טעראר אין און ארום ארץ־ישׂראל. מען קען דאס טון מיט מאכט און מיט פעטש.

די איינציגסטע סיבה פארוואס פרימעטיווע חיות האבן געקענט אזאנס באווייזן, איז וויבאלד די ליבעראלן האבן נישט צוגעלאזט אז מען זאל אפווישן כאמאס צען יאר צוריק. און יעצט לאזן זיי נישט מען זאל אפווישן איראן און כעזבאלא ווייל אפשר וועט א צען יעריג לבנון יונגל (וואס איז שוין א האלבע טעראריסט) שטארבן. מען האט די מעגליכקייט צו זיי אפמעקן אפילו לויט די יו ען מלחמה געזעצן. גאנצע פראבלעם איז נאר מיט ליבעראלן וואס האלטן זיך פרומער ווי די יו ען.

ווער ווייסט וואס מארגן גייט זיין? אגב ווער ווייסט וואס מארגן וועט פאסירן אין ניו יארק? זאכן קענען זיך זייער שנעל טוישן.

שולדיג זענען די ליבעראלן. זיי לאזן טעראר בליען.
כאמאס איז א אידעלאגיע.
מיט יעדע מענטש וואס די הארגעסט האסטו אריינגעשטעפט נאך 5 אין די אידילאגיע.
די קענסט נאר פטור ווערן פון דעים דורך גענעסייד!!
(איך אינדארס עס נישט)

וואס האלסטו אז מקען טוהן?
נניח אז מלאזט הארגענען אסאך ציווילע אבער נישט יעדעם.
(דאסס איז וואס זיי טוען יעצט. איך זע אבער נישט די ענד געים)

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:36 am
דורך שאלתיאל
קלאר אז מ'קען נישט אויסראטן די אידעאלאגיע פון כאמאס פונקט ווי מ'קען נישט אויסראטן די אלוועלטליכע ראדיקאל איסלאמיסטישע אידעאלאגיע אבער מ'קען עלימינירן זייער מיליטערישע פאוער זיי זאלן מער נישט זיין קיין סטראשע אויף די מדינה אזוי ווי מ'האט געטון מיט אייסיס און על קאידא. ס'וועט לכאורה נעמען לאנג אבער דאס מוז געטון ווערן און אזוי וואלט זיך געפירט יעדער נארמאלע לאנד.

Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:48 am
דורך בר גיורא
פיין.
און וואס איז נאכדעם?
ווי לאנג גייט זיך א "ציווילע רעגירונג" האלטען ווען 80% האבן נקמה געפילן וועגן זייער געהארגעטע קרובים??

מ'גייט זיי האלטען אין תפיסה פאר נאך 100 יאר??