רומאר: מאטי אילאוויטש געקענסעלט דורך סאטמאר קר"י
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 10:01 pm
א רומאר איבער א דראמאטישע מעלדונג פון די הנהלת המוסדות אין קרית יואל.
דער בעל מנגן מאטי אילאוויטש, וואס איז געווען באשטעלט צו אנפירן מיט א פעאזיע פארשטעלונג איבער די היסטאריע פון קרית יואל, ביים מעמד יובל החמשים מוצ"ש וישלח, איז היינט נאכמיטאג געווארן געקענסלט, צוליב א ציוניסטיש-גענויגטע פרא-מלחמה ווידעא וואס ער האט היינט ארויסגעגעבן, וואס לויט ווי זיי זאגן מאכט זייער אומפאסיג פאר סאטמאר'ע אידן צו הערן פון די זעלבע זינגער א נגינה פארשטעלונג געווידמעט פאר סאטמאר.
די הנהלה טענה'ט אז דער באשלוס איז א שווערע, וויבאלד עס איז שוין זייער נאנט צום מעמד , אבער די הנהלה האט באשלאסן אז ס'איז ווערד די עגמת נפש, ווי איידער צו מאכן א שפאלט אינעם ריינקייט פון אזא היסטארישע סאטמארע מעמד.